ויתרוצצו הבנים - תשפ"ה

אבער ער איז נאר איין מענטש, איך וויל וויסן וואס כלל ישראל טוט?
קודם כל הכבוד אז דו האסט איינער צו וועם צו רעדן. דאס איז א מין ביזנעס קלעס און רואיגקייט וואס מ‘קען נישט קויפן פאר קיין געלט.

וואס כלל ישראל טוט קענסטו נישט עכט וויסן.
1. ווייל ס‘איז נישט מעגליך פראקטיש צו אויספרעגן גאנץ כלל ישראל.
2. ווייל מענטשן ווילן נישט זיין אפן מיט דעם.

וואס מ‘קען יא טוהן איז האבן א פארלעסליכע מענטש וואס ער רעדט צו אסאך מענטשן און הערן וואס די עולם טוט. אבער וויכטיגער פון אלעם איז אנערקענען אז ס‘איז OK צו פילן וויאזוי די פילסט.


מאוויס ווי מ'זעהט פרויען איז א נסיון, וואס איך דארף פילען אז אויב איך סטאפ נישט, גיי איך אין שאול תחתות?
איך בין נישט קיין דיין כ‘קען דיר נאר זאגן וויאזוי איך קוק עס אן. פאר‘ן קוקן יא נאכ‘ן קוקן ניין. מיענינג, די מהלך המחשבה פארדעם דארף זיין אז ס‘איז אסור און ווען מ‘האלט נאכדעם נאכדעם טוט מען תשובה.
 
ווי אזוי העלפט דיר דעיס אז אנדערע מענטשן האבן אויך דעי פעין, דיינע ספיקת קלארען זיך אויס? דיין הארץ צופליקעניש ווערט אויס ווי א זייפן בלאז ?! אפשר ביי דיר, אבער נישט ביי מיר.
הלב שלי נקרע לשנים.....
 
ווי אזוי העלפט דיר דעס אז אנדערע מענטשן האבן אויך דעי פעין, דיינע ספיקות קלארן זיך אויס? דיין הארץ צופליקעניש ווערט אויס ווי א זייפן בלאז ?! אפשר ביי דיר, אבער נישט ביי מיר.
הלב שלי נקרע לשנים....
קודם כל 🫂, און נאכדעם אז דו גייסט צוריק צו מיינע פריערדיגע שנירלעך, וועסטו זעהן אז מיין שאלה איז וואס טוט מען צו דעם?
 
קודם כל 🫂, און נאכדעם אז דו גייסט צוריק צו מיינע פריערדיגע שנירלעך, וועסטו זעהן אז מיין שאלה איז וואס טוט מען צו דעם?
הרב איש מבקש, בכלל נישט דיר געמיינט נאר ’אנדערע’ וואס שרייבן, בבחינת צרת רבים חצי נחמה
 
ס'איז א פאקט אז א גרויסע חלק פון די פראבלעם איז די איינזאמקייט. (יעדער איז אנדערש, אבער ע"פ רוב).

דאס ווערט געהאלפן ווען מען אנערקענט אז מ'איז נישט אליין.

צו דאס העלפט אלע פראבלעמען? צו דאס העלפט יעדן איינעם? אוודאי אז נישט!

פארדעם דארף מען האבן איינעם זיך צו דורכרעדן אויף א פערזענליכען לעוועל. דאס קען מען נישט אויף א פארום. אחוץ אז דו ווילסט אויספויקן דא אלע דיינע פערזענליכע פראבלעמען, ברחל בתך הקטנה.
 
צומאל גייט אריין אזא מחשבה זרה אז מעגליך וואלט איך אפי' פארטיידיגט אלעס און אנגעקומען צו מער פרומערע השקפות פשוט צו בלייבן ביים זינען.
I love דיין אבּזערוואציע
ס׳דא די באקאנטע אויסדרוק:
א געוואָרענער,
איז מער פון א געבּארענער*

-אבער דו זאגסט עס אסך בעסער!

פאר חברים דא וואס זענען נישט באקאנט מיט דעם אויסדריק, מ׳ניצט עס צומאָל אויף גרים וואס ארבעטן אזוי שווער צו זיין די מערסטע פרום וואס זיי קענען ווייל זיי מוטשען זיך נעבעך צו ווערן אנגענומען אין זייער קרייז (זיי כאפן נישט אז די געפיל פון belonging וואס זיי חלש׳ן צו דערגרייכן איז נאר רעזערווירט פאר אן insider און געווענטליך קענען זיי נישט דערגרייכן אזא לעוועל פון acceptance וואס איז אן קיין ספיקות, חשדות & נאכקוקן וואס אנדערע דארפן נישט דורכגיין כל זמן זיי זענען פרום)
 
עס איז דא א מהלך צו קאנוויסן אפילו די ווייב, דו ברויכסט בלויז אמת'דיג וועלן, און מיט סבלנות וועט זי מיטקומען...
נישט אזוי פשוט.
איך agree אז ס'לוינט זיך, אויב מ'קען

אבער איך עגרי נישט אז אלע מצבים זענען די זעלבע,
אז "מ'קען טאקע אלעמאל קאנווינסן".
איך גלייב אז ס'דארף געטון ווערן מיט גוטע advice,
אויב נישט, איז דא די ריסק פון:

1. It can backfire אז זי זאל מיינען דו ווילסט "אונטערברענגען די אידישקייט אין שטוב" און דעמאלס קען זי נאך גלייבן אז זי מוז זיין דער העלד און ראטעווען די שטוב, & to double down נאכמער! אויף יעדע זאך וואס מ'האט איר געלערנט אין סקול אז יענץ הייסט אידישקייט

און ווער רעדט נאך אויב זי ווערט אמת'דיג דערשראקן און זי טראכט אז דו ווילסט ווערן "פריי" דעמאלס קען זי נאך אינוואלוון א רב אדער עסקנים זאלן איר העלפן דיר צוריקברענגען/מקרב זיין אדער אפהאלטן פון וואס קען מיט רעכט פילן פאר איר כאילו חרוב מאכן איר לעבן און/אדער צושטערן די שטוב & זי קען מיינען אז ס'שטעלט אין "סכנה" די קינדער'ס future

אזא געדאנק קען איר אפשר אריינלייגן אין Mama bear 🐻 mode ווי זי זאל פייטן desperately קעגן דיר זיך אנצונעמען און באשיצן זיך און די קינדער פון די "threat" פון אזא לעבן פון וואס דו חלומ׳סט.

און איינמאל זי פילט threatened איז שוין נישטא מער צו וועם צו רעדן (ווייל די מינוט א מענטש פילט אז עפעס דראעט אים א threat - פליעט די לאגיק ארויס פון פענסטער און אפילו common sense האט מען נישט קיין מחשבה צו הערן)

ממילא דארף מען זיין פארזיכטיג און קלאר אפשאצן די מצב נאך איידער מ'טראכט פון א פּלאן וויאזוי צו קאנווינסן.

2. Every action has a reaction ממילא דיין שטארקע effort איר צו קאנווינסן קען צומאל ארויפברענגען אן instinctive רעאקציע אויף פארקערט! די מינוט וואס א מענטש פילט זיך געדריקט אנצונעמען וואס יענער זאגט ווערט אטאמאטיש אויפגעבויט א התנגדות נאך איידער מ'הערט קלאר אפילו יענעם'ס צד.

ס'זייער א נארמאלע רעאקציע אז ווען איינער וויל דיר קאנווינסן זאל מען נישט וועלן הערן. אמת'ע השפעה קומט ווען ס'נישטא קיין אגענדעס פון איינטיילן וואס יענער זאל טון, מ'וויל נאר צוגעבן עפעס פאר יענעם'ס לעבן וואס זיי וועלן אפשר הנאה האבן דערפון - און מ'גיט זיי די פולע ברירה אויב זיי ווילן בכלל הערן דערפון.
 
ווי טרעפט מען דעי ווייבער וואס האבן נישט אנגענומען אלעס פון סקול ווי די עשרת הדברות?

איך מיין קאמאן, די גיהנם וואס איך האב מיטגעמאכט ווען איך האב געוואלט גיין ארבעטן? פאר קיין שום יוד נישט געזאגט,
די וועג ווי אזוי מ'האט זיי אויסגעלערנט צו וואטשן אויף די מאנ'ס רוחניות איז הימל שרייענד!
 
דיין ווייב האט נישט עקספעקטעט אז עט סאם פוינט גייסטו ארבעטן?
קען זיין אז אסאך פון דיינע פראבלעמען האבן צו טוהן ווילאנג דו ביסט חתונה געהאט, דו ביסט חתונה געהאט מער ווי א יאר? 5 יאר?
 
יא יא עמו אנכי בצרה
עס פאנגט זיך אן מיט די רשעות פון סקול אז אונטער 10 יאר טאר מען נישט גיין ארבעטן, און ווען מ'ארבעט שוין טאר מען נישט כאפען א דרימל וועגן דו האסט נישט געלערנט א גאנצע טאג

און נאכדעם קומט אן די רשעות'דיגע כלה טיטשער אז אויב מען טוט עס מער פון 2 מאל א וואך אונטער די דאכענע ווען ס'איז חושך ואפילה איז מען א חזר ומנוול. אפילו א קוש אינדרויסן פון שלאף צימער איז יהרג ואל יעבור.
 
ווי טרעפט מען דעי ווייבער וואס האבן נישט אנגענומען אלעס פון סקול ווי די עשרת הדברות?

איך מיין קאמאן, די גיהנם וואס איך האב מיטגעמאכט ווען איך האב געוואלט גיין ארבעטן? פאר קיין שום יוד נישט געזאגט,
די וועג ווי אזוי מ'האט זיי אויסגעלערנט צו וואטשן אויף די מאנ'ס רוחניות איז הימל שרייענד!
ס'צוברעכט דאס הארץ צוצוקוקן ווי מ'מאכט חרוב אידישע שטיבער - מיט די נארישקייטן וואס מ'באמבעט אריין אין זיי טאג טעגליך אין סקול 💔
 
עס פאנגט זיך אן מיט די רשעות פון סקול אז אונטער 10 יאר טאר מען נישט גיין ארבעטן, און ווען מ'ארבעט שוין טאר מען נישט כאפען א דרימל וועגן דו האסט נישט געלערנט א גאנצע טאג

און נאכדעם קומט אן די רשעות'דיגע כלה טיטשער אז אויב מען טוט עס מער פון 2 מאל א וואך אונטער די דאכענע ווען ס'איז חושך ואפילה איז מען א חזר ומנוול. אפילו א קוש אינדרויסן פון שלאף צימער איז יהרג ואל יעבור.
איך מיין אז דו בלאזט סתם אויף, ס'נישט דא אזא ווייב!!!
אפשר די גרויסע רבי'שע חברה וואס ערווארטן מ'זאל זיין א רשכבה"ג
 
איך מיין אז דו בלאזט סתם אויף, ס'נישט דא אזא ווייב!!!
אפשר די גרויסע רבי'שע חברה וואס ערווארטן מ'זאל זיין א רשכבה"ג
דו קענסט אלע ווייבער? ווייל דיין ווייב איז נישט אזוי מיינט אז עס איז נישטא?
 
איך מיין אז דו בלאזט סתם אויף, ס'נישט דא אזא ווייב!!!
אפשר די גרויסע רבי'שע חברה וואס ערווארטן מ'זאל זיין א רשכבה"ג
איך קען פון די נאנט ליידער אסאך וואס האבן אזעלכע ווייבער.
איך האב איין חבר וואס ליידט די גיהנם: פלעגט באקומען קאלס צו טשעקן ווען ער איז געגאנגען צו מנחה, ווען ער לערנט - ממש משוגע צו ווערן (איך זאג נישט אלע אנדערע זענען אויף דעם לעוועל, אבער יא! ווען ס'קומט צו גיין ארבעטן איז דא גענוג וואס ציטערן אוועק אז זייער גאנצע סטאטוס פון א חשוב'ע שטוב און אשת ת"ח איז אין וואסער אריין, און אויב זיי גלייבן אז ס'איז אין זייערע הענט עס אפצוהאלטן וועלן זיי זיך נישט פוילן אנצו-ווענדן אלע מיטלען.

ווילסט הערן א stupid example: איינער האט דערציילט (זיין פרוי קומט פון א גאר פרומע סאטמערע שטוב) און ער האט אהיימגעברענגט שנה ראשונה די עולם החסידות. זי האט זיך אזוי דערשראקן, א בעלזע מאגאזין - ס'קען דאך האבן א שלעכטע השפעה! האט זי עס שטילערהייט באהאלטן "צו ראטעווען זיין נשמה און די קדושה פון די שטוב". זי האט עס תמימות׳דיג געגלייבט.

ליידער באקט מען אין זיי אריין פון יונגערהייט אז אין "דעם" איז געוואנדן זייער גאנצע גן עדן: "אפהיטן די מאן פון זינד און מחנך זיין ערליכע קינדער". מ׳האט זיי געטרעינט צו זיין א משגיח און עס נאך געלייגט אונטער די לויב אז זי איז די "עקרת הבית" & חכמת נשים בנתה ביתה.

אוודאי איז דא היינט מער וואס פארשטייען אן עסק און לאכן זיך אויס, אבער די תמימות'דיגע פון פרומע שטובער קען זיין א גיהנם אויב מ'קען זיך נישט אן עצה געבן 💔
 
פאר אזא ווייב וואלט איך געגעבן א גט נאך פאר די חתונה...

א מין חוצפה דאס?!!

איך וואונדער מיך אז סאיז דא אינגעלייט מיט אזעלכע סבלנות.
 
לאל - זיי האבן גענומען די 'אפהיטן די מאן פון זינד' צו א נעקסט לעוועל, אבער דער פשוט'ער טייטש האבן זיי אינגאנצן פארגעסן...
 
ווען זיי וואלטן געוואוסט אז כ'האב נישט געלייגט תפילין פאר אפאר טעג, וואלטן זיי פון מיר נישט יוצא געווען קידוש שבת בייטאג.

און סתם פאר אינטערעסאנטקייט.. כ'קען נישט דערגיין ווען כ'בין געווארן אזוי קאלט צי די בעיסיקס ווי לייגן תפילין, דאווענען,
ווען איינער וואלט מיר געזאגט אלס בחור אדער אפילו שנה ראשונה, אז ער ליייגט נישט תפילין וואלט איך אים ממש פארשטייינערט,
וואס איז געשען מיט מיר... געוואלד?!?!?
פארוואס טאקע לייגסטו נישט תפילין? לייג יא!

עס איז דאך א שאד. דו פארפאסט אזא טייערע הייליגע מצוה. דער ווילנער גאון פאר די פטירה האט זייער געוויינט אז ער לאזט איבער א וועלט וואס מען קען פאר אפאר פרוטות אריינכאפן ריזיגע מצוות.

אין א אנדערע תגובה זעהט אויס ווי דו מאטערסט זיך מיט די טשעלענדזש פון וואטשן ווידעא וואס האט פרויען, און דאס איז גאנץ מעגליך עפעס וואס דו שפירסט אלס אוממעגליך אויפצוגעבן, און דערפאר שפירסטו אז דו קענסט נישט אין די זעלבע צייט לייגן תפילין און וואטשן ווידיאו.

דער אמת איז אבער אז עס איז א טעות מוחלט, הגם מען האט דיר אזוי אויפגעצויגן איז למעשה וואטשן ווידעא אין רוב פעלער נישט עק וועלט, איך וואלט עס נישט רעקאמענדירט און עס איז אפשר נישט לכתחילה, און געוויסע סצענעס דארף מען טאקע האבן שמירת עינים והכל לפי מה שהוא אדם, אבער דאס מאכט דיר נאכנישט פאר א רשע, געדענק חז"ל'ס צייטלאזע ווארענונג אל תהי רשע בפני עצמך, שפיר דיך נישט ווי א רשע ווייל דאס מאכט דיר באמת עקטן לייק איט.
 
Back
Top