ידיעות און פליאות מיט ר' משה שפיצער

דאנציגער האט איין חסרון, ער מיסרעפרעזענטירט זאכן ווי כאילו די אלגעמיינע וועלט האט עס ערפינדן שפעטער בעת וואס אין ספרים טרעפט מען עס פריער.

למשל אין זיין צווייטע שיעור לייגט ער אראפ אז די געזעץ פון קאנזערוואציע פון מעטער איז הערשט געווארן אויסגעטראפן דורך Antoine Lavoisier עטליכע הונדערט יאר צוריק, בעת וואס רס"ג שרייבט עס שוין אין זיין ספר האמונות והדעות. אבער באמת האט רס"ג דאס גענומען פון די גריכישע פילאזאפן, און דאס איז דאך אפלטון'ס סיבה צו גלייבן אין קדמות העולם. נאר עס צו טראנפארמירן פון פילאזאפיע צו סייענס איז געשעהן עטליכע הונדערט יאר צוריק.
עס זעהט מיר נישט אויס וואו ער טוט עס בכונה נאר ער מיינט טאקע אז דארט איז עס פריער ווייל ער האט פארקערט אויך וואו ער ברענגט אויסטרעפונגען וואס אין די תורה וועלט האט מען נישט געוויסט צב"ש וואס כהאב געברענגט אין דעם אשכול פון פיטעגרוס וויאזוי צו רעכענען די שיפקייט פון א באקס (וואס הגם די גמ' ברענגט א שיעור און תוס מוטשעט זיך דערמיט האט פיטעגרוס א בעסערע מהלך און ער האט שוין געלעבט נאך פארדעם) אויך האב איך אמאל געהערט פון אים א שמועס אויף אסטראנאמיע וואס ער האט אויך געזאגט אויף המצאות אז דאס האבן די ראשונים נאך נישט געוואוסט
 
אבער וואס איז די סטופידיטי צו גיין מיט א פאלטשע נאמען? און עפענען א וועבסייט אויף דעם איך מיין דאס איז שוין טו מאטש
 
אז מ'רעדט שוין פון תורה און מאטעמאטיק, האט ד"ר מיכאל אברהם א לעצטיגע ארטיקל איבער א געוויסע משנה אין מקוואות וואס מ'קען נאר אפלערנען גוט נאכן ארויסהאבן קאמפליצירטע מאטעמאטיק.
בעיה הלכתית-מתמטית ומשמעויותיה (טור 683) - הרב מיכאל אברהם

עס קומט צווישן אנדערע צוויי ארטיקלען פון אים ווי ער רייסט אראפ די היימישע 'גדולים' פארן פסק'נען שאלות אין וועלטליכע זאכן (קאוויד, שלום בית, א.א.וו.) אן נוצן פשוטע שכל הישר און אן די מינדעסטע השגה איבער די ברייטערע וויסנשאפט וואס פעלט זיי.
ער האלט טאקע אז אזא דמות ווי רב אלישב און ר' חיים קניבסקי זענען ראוי להערכה, אבער ער לייגט עס פראפארציאנאל, און ער טענה'ט אז וואס פעלט איז די הבחנה צווישן איינער וואס איז שקוד בתורה און א 'גדול' וואס איז ראוי צו פסק'נען...
לויט מיין דעטע טוען רבנים נישט פסקנען שלום בית נאר זיי שיקן צו טעראפי...
 
אבער וואס איז די סטופידיטי צו גיין מיט א פאלטשע נאמען? און עפענען א וועבסייט אויף דעם איך מיין דאס איז שוין טו מאטש
דאס איז א געוויסע מענטאליטי ספעציעל א מענטש וואס טוט די ערשטע מאל א זאך וואס ער איז נישט זיכער וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן און וואס די נאכפאלגונג און/אדער פידבק וועט זיין...
לשטתו אויב ער וועט האבן א פלאפ אדער צופיל קריטיק .... אבער געווענליך ווען זיי ווערן פאפולער און פעימיס קומען זיי ארויס אין פובליק מיט זייער פולע אידענטיטעט
קענסט דיך פארשטעלן מיר מיט מיין עכטע נאמען און ריעל לייף טייל איך מיט מיין געדאנק מיט יעדעם וואס וויל "דערהערן"....
 
אוודאי אין א פערפעקט וועלט ביסטו גערעכט, אבער למעשה פאר אונז היימישע אידן דינט דער תורה אלץ פתח צו אלגעמיינע חכמה און קונסט, און ס'איז דא וואס קענען אנקומען בלויז דורך דעם פתח.

דאס איז פשוט פשט פון תורה האט אין זיך אלע חכמות. ס'איז א פתח צו חכמות. אזוי האט די חזון איש געקענט מאכן surgeries. ווייל זיין טיר פון תורה צו חכמה און צוריק, איז געווען ברייט אפען.
 
איך האב יעצט אויסגעהערט די שמועס פון פאריגע וואך איבער די לבנה און איך וואלט געוואלט אויספוינטן א געוויסע זאך וואס ער דערמאנט אונמיטן די שמועס בדרך אגב און ער האט עס נישט אויסגעשמועסט געהעריג און ער זאגט אז עס איז וויבאלד ער טוט נישט אזוי סאך און מאטעמאטיק, און דאס איז די רעיט וויפיל גרעוועטי טוישט זיך ווען מען רעכנט די מאס פון מעסס אנטקעגן די סייז פון א פלאנעט. (ווייל ווי מער מעסס א פלאנעט האט, אלץ מער גרעוועטי האט עס, אבער ווי מער מעס א פלאנעט האט אלץ גרעסער איז די פלאנעט, סאו אלץ ווייטער איז מען פון די צענטער פון גרעוועטי און ווי ווייטער מען איז, אלץ שוואכער איז די פארס פון די גרעוועטי)
באמת איז ממש א שאד עס נישט צי געהעריג אויסשמועסן און מסביר זיין וויבאלד עס איז בכלל נישט אזוי קאמפליצירט ווי עס זעהט אויס איך וואלט אפי' געזאגט אז עס איז היבש פשוט צו פארשטיין און עס וואלט געווען א היבש אינטערעסאנטע אנעקדאט.

סאו די איקוועישן איז ווי פאלגנד: F=G x (M x m)/r²
F איז די פארס פון גרעוועטי ציווישן צוויי אביעקטן
G איז ווי שטארק צוויי אביעקטן פון 1 קילאגראם ציען זיך ציזאם דורך גרעוועטי (פשוטע גרעוועטי אן ווערן געטוישט פון ארימיגע פאקטארן, וואס דאס איז 6.674X10⁻¹¹ נוטאנס פון ענערגיע)
M איז די מעסס פון די פלענעט
m איז די מעסס פון די זאך וואס ווערט געשלעפט
/ איז פאר "דיוויידעד"
r איז פאר די רעדיוס פון די פלאנעט (די ווייטקייט פון די צענטער פון גרעוועטי)
יעצט, צי עס מאכן גרינגער קען מען עס שרייבן : g = G × M / r² (g איז פאר די גרעוועטי פון א ספעספישע פלאנעט)
ווען די וועסט עס אויסרעכענען למשל מיט די וועלט וועסטי זעהן אז: 6.674 × 10⁻¹¹ (די שטארקייט פון פשוטע גרעוועטי אן ארומיגע פאקטארן) טיימס 5.972 × 10²⁴ (די מעסס פון די וועלט אין קילאגראם) דיוויידעד אין 40589641000000 (די רעדיוס פון די וועלט אין מיטערס (,6,371,000) טיימס די רעדיוס פון דער וועלט אין מיטערס) וועט אויסקימען 9.8!!! (וואס דאס איז פינקטלעך וויפיל ניוטאנס פון פארס די וועלטס גרעוועטי האט אויף יעדע חפץ!) (א ניוטאן פון פארס איז וויפיל פארס עס נעמט צי עקסעלערעיטען א אביעקט פון איין קילאגראם, איין מיטער, אין איין סקונדע)
 
איך האב לעצטענס אנגעהויבן הערן משה שפיצער אויף קולמע, איך האלט אינמיטן אויסהערן א שמועס ווי ער געבט א שטיקל איבערבליק אויף די מיטל מזרח, ס'איז פון צוויי וואכן צירוק (פאר אמיריקע האט אטאקירט), ער רעדט זייער קלאר אין זייער זיכער, אבער די זיכערקייט מאכט מיר אביסל נערוועז,
א שטייגער ווי די אויסצוג בייגעלייגט,

פון ווי נעמט ער דאס? איך דארף יעצט האלטן אז אמיריקע האט גארנישט אויפגעטאן?

Moshe S_Middle east.mp3
 
אין די וואכעדיגע שמועס, זאגט ער אז ס'איז יא געווען א גרויסע הצלחה.

(איך האב עס נישט געהערט, אבער אזוי פארשטיי איך פון זיין אייוועלט שנירל)

אמר"ש איינער האט א אנונג ווי מ'קען עס הערן אדער דאונלאודן אן קול מבשר, איך געב מיך נישט א עצה מיט די אלע קנעפלעך דארט. און איך וויל עס קענען הערן אפפליין.
 
אין די וואכעדיגע שמועס, זאגט ער אז ס'איז יא געווען א גרויסע הצלחה.
פאר נאכדעים קען איך ליינען טראמפס טוויטס, איך דארף אים נישט האבן,

ס'וואלט שיין געווען ווען ער הייבט אן די שמועס אז ער האט געמאכט א גרויסן טעות..
 
ער האלט נאכאלס אז עס איז דא א ווייטע מעגליכקייט אז איראן האט אוועקגעלייגט גענוג בארייכערטע איראניום צו מאכן א באמבע, און דערפאר האט ער געהאלטן אז א מלחמה איז א ריסקי זאך. אבער למעשה איז עס געווען סוסקסעספול עז איט קען בי.
 
ער האלט נאכאלס אז עס איז דא א ווייטע מעגליכקייט אז איראן האט אוועקגעלייגט גענוג בארייכערטע איראניום צו מאכן א באמבע, און דערפאר האט ער געהאלטן אז א מלחמה איז א ריסקי זאך. אבער למעשה איז עס געווען סוסקסעספול עז איט קען בי.
ער האט געזאגט אז די דזשענערל אסעסמענט איז, אז אמעריקע קען אפווישן רוב פון איראנ'ס נוקלארע קעיבעביליטיס, אויך נאר אויב ס'וועט זיין באמבינג קאמפיין פון אפאר וואכן, אין 100טער ביליאנען דאלארען, דעלמאטס קען מען אפשר אפשטיפן איראנ'ס נוקלארע פראגרעם אפאר יאר, אפשר..

וואס איך טריי צי זאגן איז, אז מ'דארף אים אויך נעמען מיט א לעפעל זאלץ.. איך האב געמיינט אז פיינעלי האב איך אנדעקט אן אוצר.
 
איך האב לעצטענס אנגעהויבן הערן משה שפיצער אויף קולמע, איך האלט אינמיטן אויסהערן א שמועס ווי ער געבט א שטיקל איבערבליק אויף די מיטל מזרח, ס'איז פון צוויי וואכן צירוק (פאר אמיריקע האט אטאקירט), ער רעדט זייער קלאר אין זייער זיכער, אבער די זיכערקייט מאכט מיר אביסל נערוועז,
א שטייגער ווי די אויסצוג בייגעלייגט,

פון ווי נעמט ער דאס? איך דארף יעצט האלטן אז אמיריקע האט גארנישט אויפגעטאן?

Moshe S_Middle east.mp3

אויף ענגליש זאגט מען
This aged like fine milk
 
וואס איך טריי צי זאגן איז, אז מ'דארף אים אויך נעמען מיט א לעפעל זאלץ.. איך האב געמיינט אז פיינעלי האב איך אנדעקט אן אוצר.
איך האב נישט אויסגעהערט זיינע שמועסן, אבער איינער וואס קען ארויסקומען צוריקציען פון וואס ער האט געזאגט, איז שוין עפעס.
דאס איז אויסער וואס ער איז א דזשיניעס, און א גוטער מסבירן וכו'.
 
Back
Top