אינטערווין מיט בערעלע שלימזל וואס האט נאך קיינמאל נישט מצליח געווען אנצוקומען צו א שטעלע

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
117
רעאקציע ראטע
1,017
פונקטן
213
אין הכי טאקע: א גוטן בערעלע! שוין איבער צוואנציג יאר וואס איר זעהט זוכה צו טראגן דעם טיטל "אומפאפולערסטער מענטש אויפן כדור הארץ". קודם כל ס'א גרויסער קידוש השם. יעצט דערציילט אונז, וויאזוי ביסטו געווארן אזוי אומפאפולער, די מערסט אומפאפולער אין די וועלט.

בערעלע: יא, א גוט יאר, וואס מאכט מען? איז אזוי צו ענטפערן דיין שאלה. נאך פון אלץ קליין קינד פון ווען איך געדענק מיי סעלף, האב איך שוין געהאט א שמעק אז איך וועל נישט טויגן צו גארנישט ווען איך וואקס אויף, כ'פלעג זיך אלץ צוהערן צו די דרשות טעיפ ווי מען זאגט - א מענטש איז גארנישט. כ'האב געהאט א פעטער, ער האט געהאט א גוטע שמעק, ער פלעגט פאראויס זאגן אז פון מיר וועט גארנישט וואקסן, וכך הוה.

אין הכי טאקע: און וואס האבן דיינע עלטערן געזאגט?

בערעלע: מיינע עלטערן האבן מיך געשטיפט דערצו, אויך מיינע געשוויסטער, ווען נישט זיי וואלט איך נישט אנגעקומען צו וואס איך בין היינט

אה"ט: און וואס איז מיט חדר, האט מען דיר דארט געגעבן די געלעגנהייט צו אנטוויקלען דיין אומפאפולערקייט?

בערעלע: ביג טיים! וואס רעדסטו, מיינע אלע רבי'ס אפשר חוץ איינער, מיינע חברים, רוב פון זיי, און אז זיי האבן געהערט וואס מיין פעטער האלט פון מיר האט מען מיר געגעבן מער געלעגנהייט צוצוקומען צו וואס איך בין היינט, כ'האב מיך אנפאנג נישט ממש געלאזט און געשריגן פדינו - וואס איז דיין פישעכץ געלער ווי מיינער… למעשה איז מען איבערגעקומען די שטרויכלונגען…

אה"ט: און וואס איז מיט לעסאנס? האסטו גענומען לעסאנס?

בערעלע: יא, מיינע עלטערן האבן מיר גענומען צו א טערעפיסט, ער איז געווען נעקסט לעוול, ער האט געמאכט זיכער אויף א פראפעשענאל אופן אז איך זאל וואקסן אומפאפולער און א לא יצלח אין אלע הינזיכטן.

אה"ט: און דיין ווייב? מען זאגט דאך אונטער יעדער דערגרייכונג ליגט א גוטע פרוי,

בערעלע: מיט א ווייב איז אזוי… כ'האב נישט… אבער נישט געזארגט, ס'איז א חלק פון די זאך… נאר מיין מאמע איז מיר געשטאנען צו די האנט, נישט אויפגעהערט צו אינקורעדזשן אז איך זאל בלייבן אויפן זעלבן קו, און "טהע רעסט איז היסטערי", ווי מען זאגט.

אה"ט: ברוך השם ברוך השם…

בערעלע: יא, איך זאג אלץ מענטשן זארגן זיך, למעשה פירט דער אייבישטער דארט ווי מען דארף אנקומען. מיינסט איך האב פונקטליך געפלאנט צו זיין וואס איך בין היינט? נאר דער אייבישטער האט זיך זיינע שלוחים.

אה"ט: ישר כח פארן אוועקגעבן פון דיין טייערע צייט, מיר ווינטשן אייך איר זאלט קענען אנגיין מחיל אל חיל, עוד ינובון בשיבה מיט לאנגע געזונטע יארן ממשיך זיין אין אייער פראפעשן!

בערעלע: אויף אלע גויים געזאגט אמן!
 
איך האף קיינער טראכט נישט פון בערל באלעגאלע זי"ע...
 
בערעלע שטייט נאך גוט, כאטש איז ער די מלך ה׳שלימזלים, ס׳דא וואס ניטאמאל צו זיין א שלימזל טויגן זיי
 
Back
Top