איי די קינדער יארען ... איז עס געווען גוט ? אדער נישט אזוי גוט ?

אבינועם

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 2, 2024
מעסעדזשעס
20
רעאקציע ראטע
88
פונקטן
23
די קינדער יארען .... ס'איז א הייקעלע נושא. קינדער קענען נאכנישט טראכטען געהעריג אליינס. זיי זענען אנגעוויזען אויף אנדערע , און טאמער די ענווייראמענט איז נישט סימפאטיש קען עס ברענגען ווייטאג .

כ'בין טאקען נייגעריג צו הערען פון די חברים דא וויזוי זייער childhood עקפיריענס איז געווען .

איך בין קאנווינסט אז די חסידישע/חרדישע חינוך איז בדרך כלל שווער פאר קינדער , ס'קוקט אויס אז די ציל איז נישט אז ס'זאל זיין געשמאק און גוט פאר די יוגענט כדי זיי זאלען האבען א גוטע געפיהל און די יוגענט וואס דאס איז א יסוד פאר'ן לעבען .

ס'קוקט מער ארויס ווי מען לייגט די קינדער דורך א גריינדער כדי צו זיכער מאכען אז זיי וואקסען אויף אויף א געוויסע סארט וועג וואס די מחנכים ווילען . און זייער וואוילזיין און געשמאק קוקט נישט אויס אז ס'טראגט א גרויסע געוויכט .

קודם כל איז א מיליון זאכען אסור .... פארוואס ? ווייל אזוי ! . שפילען באל ? מן דכר שמיה ... דאס איז פון די יוונים .... קורצע ערמעל אדער הויזען ? דאס איז דאך די פאקערטע פון צניעות ... פארוואס ? ווייל אזוי ! . (נאר גיין אינגאנצען נאקעט אין מקוה מיט נאך א הונדערט מענטשען דאס איז צניעות ! פארוואס ? ווייל אזוי !) , דרייווען א בייק ? ס'עפעס א הפקער וועלט ? בחורים מיט בייקס ? אסור בתכלית ! פארוואס ? ווייל אזוי !

וואקאציע פאר אינגלעך ? אסור בתכלית ! ווייסט דען נישט פארוואס ? מ'טאר דאך נישט מבטל זיין תינוקות של בית רבן !! נאר רבי'ס מיט מיידלעך האבען וואקאציע .... (און די רבי'ס פארען זיך אויסבאקען אויף די זוהן בשעת די "תינוקות של בית רבן" ווערען פארשפארט און אן אנשטאלט טאג איין טאג אויס ... ווייל אויף די קינדער שטייט די וועלט ... און טאמער די וועלט וועט בטל ווערען דאן וועלען די רבי'ס זיך נישט קענען באקען אויף די זוהן ... )

און נאכדעם פרובירט יעדע מוסד איבערצושטייגען דעם צווייטען מיט משוגאסען .... די קאפל מעג האבען נאר אזוי פיהל חלקים ... (וואס ?) די הויזען ברויך זיין מינימום אזוי פיהל אינטשעס ברייטער פון די פיס ... וכהנה וכהנה .... משוגאסען אויף משוגאסען .... און היינט גייט די משוגאסען צו די עלטערען אויך ... די עלטערן מיזען טוהן אזוי מיט אזוי כדי בכלל צו קענען שיקען זייערע קינדער ... כ'ווייס פון איין מוסד וואס נעמען נאר אן טאמער די טאטע גייט אויפען גאס מיט א הוט .... (וואס ? ...)

נאכדעם קומט די שמייסערייען .... אז א מלמד זאל האבען א טיטשערס דעגרי כדי ער זאל מער וויסען וויזוי מען פירט זיך מיט קינדער דאס איז דאך אסור בתכלית .... איז נעמט מען א פרישער אינגערמאן און מען מאכט אים פאר מלמד . אמאל געלונגט עס און אמאל נישט .... און ווער באצאלט די פרייז ? די קינדער . נו אז די גאנצע וועלט שטייט אויף די קינדער ... דאן קענען זיי פארנעמען א משוגענע מלמד אויך ... (כ'מאך נישט אוועק וואס חז"ל זאגען וועגען תינוקות של בית רבן. כ'ברענג נאר ארויס די אבסוארד וויזוי ס'ווערט געניצט קעגען קינדער) .

רבוני דעלמא כולי ! וואס ווילען זיי פון די אומשולדיגע קינדער ? פון ווי קומט דעי אכזריות ? פארוואס קען מען נישט פשוט לאזען קינדער זיין קינדער ? לאזען זיי ענדזשויען זייער יונגענט . פון ווי קומט די שטופ צו ענג מאכען פאר אומשולדיגע ברואים ?

א נארמאלע סיסטעם וואלט געווען אז חדר פון 8:00 ביז 2:00 . נארמאלע טרענירטע מלמדים. נאך 2:00 גייט מען . ס'דא געהעריגע ספאורטס . בייקס. און אנדערע זאכען וואס איז גוט פאר יוגענט. מען מעג גיין מיט וועלכע בגדים מ'וויל. און קיינער מישט זיך נישט אריין ... די קאפ גאלט מען נישט אפ אויף טריפעל זירא ... נאר מען מעג האבען שיינע האר אזוי ווי דער באשעפער האט באשאפען די מענטש בצלם אלוקים.

זוממער איז דא צוויי חדשים וואקאציע . פאר אינגלעך אויך !

און די למודים . איי די למודים . 2 שעה ציפרי לימודי קודש. נאכדעם געהעריגע סקולערע לימודים ווי ענגליש . מאטעמאטיק . סייענס און אזוי ווייטער . לימודים וואס געבט פאר קינדער א טשענס צו קענען א נארמאלע עדיוקעטעד בעקראונד . תורה איז זייער וויכטיג. אבער א סקולערע חינוך איז אויך זייער וויכטיג. וטוב תורה עם דרך ארץ .
חז"ל זאגען חייב אדם ללמד את בנו אומנות . אבער דאס איגנארירען זיי. דארט ווי ס'שמעקט זיי פייפען זיי זיך אויס אויף חז"ל !

אוי . דאס איז נאר די קינדער יארען .... נאכדעם הייבט זיך אן די צווייטע קאפיטל ... קאפיטל ישיבות .... טאמער די מיינסט אז די קינדער יארען איז געווען אזוי .... ווארט נאר ווארט ...

מזל טוב מזל טוב !! דאס אינגעלע האט בר מצוה געהאט . יעצט איז ער אויס אינגל . בקרוב גייט מען אין ישיבה ... און וואס איז דאס ? איז אזוי מען ברויך אויפשטיין 5-6 פארטאגס ... און ישיבה ענדיגט זיך 9-10 ביינאכט ... דאס איזעס ... דאס איז די לעבען פאר די נעקסטע 5-6 יאר !! ס'איז בעצם א תפיסה סענטענטס !

כ'דענק נאך ווען איך בין אריין אין ישיבה קטנה .... ס'מיר געווען אזוי שווער ... פון ציפרי ביז ביינאכט און איין בנין . מיט דיסקאנעקטעד מגיד שיעורים ... גמרא איז פיין אין וואויל מיט א שיעור .... אבער ווען ס'ווערט צו פיהל הייבט מען אן טראכטען רבונו של עולם וואס ווילען זיי פון מיין לעבען האבען ? כ'האב געוואלט צייט פאר מיר . צו שפילען צו פארברענגען . צו לעבען ! אנשטאט האב איך גאדארפט זיין א גאנצען טאג . טאג איין טאג אויס און א שטיינערנעם בנין .... מיט א מנהל וואס טיילט פראסקעס ....

די סוף פסוק איז אז ישיבות איז נישט געמאכט פאר מענטשען ... ס'איז א ברוטאלע סיסטעם וואס רעכענט זיך נישט מיט די געפילען פון די יוגענט . און ס'איז דירעקט עובר אויך א פאר לאווין דאורייתא ווי "ואהבת לרעך כמוך" "צער בעלי חיים" "לא תוסיף פן תוסיף" ועוד ועוד .

און נאך אלעס קומט א בחור ארויס נאך 5 יאר ישיבה און אסאך קענען אפילו נישט חתמענען זייער נאמען אין ענגליש . ס'איז לא יאומן וואס זיי טוען מיט די יונגווארג .

נו לאמיר ענדיגען דא מיט א תפילה אז דער באשעפער וואס האס אויסגעלייזט די אידען פון מצרים זאל אויסלייזען די היימישע יוגענט פון דעי ציפידעלטע חינוך גריינדער . בב"א
 
איך דערמאן זיך (אין צוגאב צו די ליד וואס מלכה שטיסל האט געזינגען מיט רעבעצין ערבליך) אין דעם אנאנאמיס אנליין רעענט וואס איז ארומגעפארן אמאל מיט די קעפל "dear outraged on m.w."
איך האף עס צו טרעפן שפעטער און אהערברענגן

עריכה, דא איז עס, איך האב משמיט געווען די נאמען פון די ר"י אויף וועם די outrage איז געווען דירעקטעד בשעתו, נעמליך ס'איז נישט נוגע לעניננו

קאוד:
Dear outraged-on-M. W.,

You’re a coward. You’re a hypocrite. Ignorant, maybe. We have a “system” where bucherim, regardless of academic or cognitive ability, are subjected to 12 to 14 hours of equal curriculum a day, day in year out, with not much to show for it on the other side.

You, dear iVelt שרייבער or WhatsApp voice-noter, with all the hours and years spent in yeshiva, don’t know a proper Yiddish, English, or Biblical Hebrew. You don’t know הלכות שבת beyond משנה ברורה level, and you’re proficient in absolutely nothing, other than how to apply for Section 8, perhaps.

No matter which yeshivah you came from, this is your fate, or at least of 90% of the bucherim. So yeshivah is a babysitting center, a placeholder until that lucky day where you walk down the aisle, all the way across to the other side of your honeymoon period where you find yourself empty with absolutely nothing to show for yourself, yiddishlech or otherwise.

Sure, you got an extended shtreimal and your tiny dining room boasts a crystal טשילאר that was bought for you. You yourself did absolutely nothing to get where you are and you’re good for nothing.

You’re witnessing this system year after year, now putting your kids through this same “system,” which you know is rotten, meaningless, a humanitarian crime, and you have an issue with what M. W. said?

Have you no shame?

It’s a tough babysitting center. A plethora of babysitting centers, all with the same goal of pretending there’s a goal, and you don’t know it ain’t easy babysitting 17-year-olds?

Yeshiva is a few פארשאלטענע years of a cat and mouse game between the bucher and roshashiva. Now you have rules for the cat? For the mouse? Your cowardness being too great to change the game so you just gonna call out the cat?

This is how this game is played. Sans any fundamental change, babysitting has its own set of rules and limitations. When the goal is to make it through intact, the roshashiva’s objective is to use his available tools to keep things intact. If saying איך גיי דיך הארגענען is what it takes, so be it. 

A M. W. bucher does not graduate with any greater academic or other achievements than a bucher going through Satmer, Bobov or Aleksander. Parents kill to get their sons into M. W. because of its “name.” If M. W. must yell איך גיי דיך הארגענען on a weekly basis in order to uphold the “name,” I’m sure this will make the parents more than happy. There’s no actual value a parent is looking for when putting his or her son through M. W. other than to put the bucher through M. W.. It’s the means and the end.

So, tell me again what in his דרשה outraged you? What part of this system do you like so much that this isn’t in spirit of the system?

So, I’m sorry that I’m not falling for your feel-good, self-righteous outrage on M. W., which helps keep the head in the sand for what really matters.

It’s what you don’t say and yell that is abhorrent. Not what M. W. did say.

Preach on, M.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top