'אײזערנע פונקען' פון יאיר װײנשטאק איבערגעזעצט דורך יהוסף שװארץ - קינדער שפיל

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,545
רעאקציע ראטע
4,579
פונקטן
443
סאו איך האב נאכנישט געענדיגט מיט 'א שטימע פון יענע װעלט' אבער װיפיהל איז די שיעור פאר א מענטש זיך צו טאָרטשערְן אלזא האב איך באשלאסן צומאכן א שטיקל טױש און אָנהױבן א יאיר װײנשטאק ביכל. די ביכל װאס איך האב יעצט אנגעהױבן טראגט די טײטל 'אײזערנע פונקען'. איך האלט שױן נאך 100 עמודים ממילא איז שױן צײט צו גיבן א שטיקל רעװיוּ.

יאיר לױט װי איך װײס שרײבט אין עברית און טאקע אױפ'ן דעקל שטײט דערינען אז דער אידישער װערסיע איז "צוזאמענגעשטעלט און ארױסגעגעבן" געװארן דורך הרב יהוסף שװארץ. פארװאס ער קריגט א הרב װײס איך נישט אבער פײן.

איז שטײט נישט קלאר אז יהוסף האט עס ממש איבערגעזעצט, און איך קען אים נישט צו װיסן אױב ער טוהט דאס פערזענליך טאקע אדער האט די צײט דערצו, אבער ס'איז מסתבר אז ער האט עס "געלאזט" איבערזעצן.

איז אזױ װי אלעמאל װען מען געדענקט עפעס װאס מען האט ליב געהאט אלס קינד און מען פרובירט ער נאכאמאל אױף דער עלטער באקומט מען א שטיקל אנטױשונג אזױ אױך מיט דעם. נו, ס'איז נישט.

איך מאך עס נישט אװעק. איך האב נאך אלס ליב יאיר'ס סטײל אבער ס'איז נישט דאס װאס כ'האב געדענקט אלס קינד - ספעציעל זײן בוך, די אידישע װערסיע פארשטײט זיך, מיט'ן טײטל 'פארכאפט אין טעראר'. עס קען זײן אז ס'האט פיהל צוטוהן מיט דער טראנסעלעיטאר אבער די 'אײזערנע פונקען' איז אינקרעדעבּלי באורינג! פארכאפט אין טעראר געדענק איך האט געהאט אזעלכע זיסע און הומאריסטישע װיצן. די בוך איז אזױ טרוקן און מאָרבּיד. ס'איז ײתכן אז שװארץ האט ארױסגעשניטן אלע דזשאוקס װײל ס'איז נישט גענוג אײדל. װער װײסט...

די פלאט דערװײל איז אביסל קינדעריש (ער האט אױפגעבראכן א סעיף מיט א דריללער, א פײער-שפריצער, א פּײנט בערשטל און נאסע לײם פון זײן טאשקע...) אבער נישט דאס באדערט מיר. דער בוך איז װי נישט װי פאר קינדער ממילא קען מען דאס נאך אראפשלונגען.

מיר באדערט די צאל טעותים װאס איך האלט אין אײן געפונען אין דעם בוך. איך רעד נישט יעצט פון טעותים װי אז דער און דער גאס האט דעמאלס נישט געהײסן אזױ אדער יענע בנין איז נאך יענע יאר נישט געװען געבױעט. איך רעד אפילו נישט װען ער ספעלט נישט גענוג אקוּראַט לדעתי איבער טראנסליטערעישנס פון אױסשפריכן אין אנדערע שפראכן (װאס איז א עקסטערע שמועס פאר זיך. עס מאכט מיר נערװעז עד דוכדוכה של נפש). איך רעד פון טעותים אין די נעמען פון די גאַסן, שטעט אדער פאלש איבערטײטשן אױסדרוקן פון אנדערע שפראכן און נוצן די אומריכטיגע װאקאבולאר. זאכן וואס יעדער אינגל וואס קען אביסל גוגלען קען אויסגעפונען.

לאמיר אײך גיבן אפאר דוגמאות:

די הױפטשטאט פון אירלאנד הײסט נישט 'בעלבעסט':​


1763922953659.webp


עקספעדיציעס נישט עקספאזיציעס:​


1763923485209.webp


ס'נישטא קײן דזשארדזשינסקי סקװער אין מאסקעװע:

1763923739560.webp


מען זאגט עס לענגלי, נישט לאָנגעלי:​


1763923924689.webp


ער האט נישט געהײסן אברעל הילמאן נאר אװערעל האַרימען:​

1763924209729.webp



עס איז 'ליבּעדינױע אזעראָ' ליד בּײ דער קאמפאזער טשײקאָװסקי:​

1763924813477.webp



עס איז נישט רוחו מינהון נאר רוח מינון.

1763924919328.webp


זײ הײסן נישט 'קורשן' נאר קוּרוּשׁ:​

1763925070439.webp


נישט באבושקא נאר דער פּראָפּער נאמען איז מאַטראָיאָשקאַ דאָללס:​

1763925169166.webp


נישט קאװאס נאר קװאַס:​


1763925256667.webp



דער 'בּאָלשױ' מאסקאװערעטצקי בריק:​

1763925362930.webp
 
די האסט זיך גענומען פאר א אפציעלע מיסיע אנצושרייבן אלע דיינע ביכער?
איך פארשטיי באמת נישט דיין פאוינט דא, ביי די פאריגע בוך האב איך פארשטאנען, אבער דא רעדט מען פון עכטע קליינע מימדערוויכטיגע טעותים,וואס על פי רוב ווען איינער ליינט דאס, לאזט ער אויס די חלקים, קיינער ליינט נישט קיין נאוועל צו געינען נאלעדזש,
איז צו וואס ווילסטו צוקימען?
 
װאס הײסט דאס 'מינדערװיכטיגע טעותים'? מען צאלט דאך אים געלט איבערצוטײטשן נײן?

יאיר גײט אדורך גרױסע לענגס צו שרײבן גענױ די נעמען פון גאסן, פון סטאנציעס און פון קאָקטײלס אפילו און דו האסט נישט די מינדסטע געדולד צו גײן גוגלען א טערמין? װי שװער איז דאס שױן?

אײם סארי אבער דאס הײסט א פּאַצערישע ארבעט געמאכט!
 
Back
Top