איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

סאסייעטי דארף מען פאר סעיפטי. סאוי פארוואס דארף איך מיינען אז איך בין אזא און אזא סארט מענטש און נאר נאכדעם זיך געבן רשות צו האבן א פלאץ אין דעם סאסייעטי? איך קען זיך פלאצירן אינעם סאסייעטי גראד לשם סעיפטי אליין.

און למעשה טו איך אזוי. ווייל כאטש איך גלייב אין די י״ג עיקרים, אבער איך גלייב נישט אין אסאך זאכן וואס איז יסודות אין די סאסייעטי אין וואס איך געפון זיך. סאוי, איך אידענטיפיציר זיך בכלל נישט מיט מיין סאסייעטי, לבוש וכו׳.. ס׳פשוט די בעסטע און באקוועמסטע פאר מיר לעת עתה..
אמת
ס'נישטא קיין זיסערע זאך, ווי עפעס וואס דער מענטש האט אליינס אויסדערוועלט.
לכן, איז טאקע בחירה א שטארק נוצען פאר די מאטיוואציע פונעם מהלך החיים.
אויב איינער האט נישט ליב אייזקרעם, וועט עס אים זיין ביטער אויב מ'צווינגט אים צו עסן דערפון.
און אז איינער האט ליב עול מלכות שמים, וועט ער עס ליבן און האלדזען, און נישט אפשטיין דערפון.
 
אויף געטליכקייט דארף מען אויפמאכן די אויגן, און זעען, מי ברא אלה
ס'נישטא קיין שום באזיץ אויף וואס א כופר באזירט זיין טעאריעס, בלויז אני ואפסי עוד.
אלע גלייבן האב איך אמאל געהערט פון א היינטיגער סעלעב, נאר ס'דא וואס גלייבן אין זיך!
 
🤣🤣🤣🤣🤣
ביסט אייזן גוט, ס'נאך דא אידן דא וואס מיינען אז דו מיינס עס ערנסט.
 
איך האב א טעאריע אז דער יוסעלע ברוין איז א פיינע לץ א כופר וואס זיכט אהערצושטעלן ווי נאריש, קורצקעפיג און פאנאטיש די צד האמונה מענטשן זענען. מיט יעדע פארבייגייענדע תגובה ווערט די טעאריע ביי מיר מער און מער שטערק.
זעהט אויס אז דו האט שוין לאנג נישט גערעדט מיט די סארט מענטשן ווי יאסעלע
 
א מענטש וואס איז מסופק אין אמונה, זאגט א פראפעסאר, מעג נישט האבן טענות אויף גאט ב''ה, ווייל וואס האסטו טענות אויב דו גלייבסט אפילו נישט אז איך עקזעסטיר...
און וואס איז שייך אז מ'טראסט נישט גארנישט, קענסטו נישט טראסטן אז דו ביסט בכלל באשאפן געווארן, מעגליך ביסטו שטויב אין עולם התוהו.
די מושג פון באשאפן ווערן, מוז דאך ערגעץ זיך אנהייבן, און ווען מ'האט א פרעים וואס מ'גלייבט ''פון אנהייב'' קען מען ארויסלייגן וואס מ'פארשטייט צו האלטן. אבער אז מ'קען נישט ארויסזאגן וואס מ'האלט יא - מיט עפעס וואס מאכט סענס, מאכט מען זיך אלייעס צו נאר.

מיר זעמער מכבד ווער ס'האט א צווייטע טעאריע אויסער וואס יודען גלייבן, זאל עס מוחל זיין אויסלייגן.
 
אזוי, איז ווער האט באשאפן די באשעפער?
 
אזוי, איז ווער האט באשאפן די באשעפער?
דער באשעפער האט פאבריצירט אזא זאך וואס הייסט באשאפן
און דאן האט זיך אנגעהויבן אזא זאך ווי א זאך, און א מציאות, און א וועלט וואס האט א צייט, און א סוף.

יעצט נאכן דיר ענטפערן, זאג דו וואס דו '''ווייסט''' וויאזוי איז אלעס באשאפן געווארן?
איך האב פיין באמערקט א גאנצע צייט אז דו ענטפערסט נישט וואס איך פרעג, אבער ס'בסדר, ווייל נישט איך בין דא צענארט. נאר ווער ס'האט א פראבלעם מיט גאט, און ער ווערט נישט פטור פון אים מיט זיין שטערקסטע רעטאריק.
אויב דו האלטסט נישט וואס איך האלט, קומט אויס אז ס'האט זיך גארנישט אנגעהויבן בכלל מיט דיר. ממילא האסטו נישט געפרעגט בכלל, און ס'איז אלעס ספעיס ליידיג גארנישט.
דו ביסט אבער יא, ווייל גאט האט דיר באשאפן, און ביסט אינעם פלעשל פון צעמישעניש.
 
האסט נישט געענטפערט מיין פראגע.

דו האסט פריער אראפגעשטעלט אן הנחה אז "די מושג פון באשאפן ווערן, מוז דאך ערגעץ זיך אנהייבן" אויב אזוי איז מיין קשיא געווען אז לויט דיר וואס גאט האט באשאפן די מושג פון באשאפן ווערן, איז ווער האט אים באשאפן?
 
וואס איז אייער טעאריע
די פליעדיגע ספעגעטי מאנסטער

די פליעדיגע ספעגעטי מאנסטער קען מען נישט עכט משיג זיין. אבער בדרך משל, לשבר את האוזן, איז ער א גרויסע געמיש פון לאנגע לאקשן (ספעגעטי) און צוויי קניידל (זעה בילד).

די ספעגעטי מאנסטער האט באשאפן די וועלט איין טאג נאכ'ן זיך גוט אנשיכר'ן (זיין שיכרות איז זייער גוט מסביר די רעות און טעותים וואס מ'זעהט אין די וועלט).

מענטשן וואס פאלגן דעם מאנסטער באקומען פאר גן עדן א ביר מיט א זונה אויף יענע וועלט, גיהנם איז ענליך, נאר די ביר איז אויסגעוועפט און די זונה האט סעקסואלער טרענסמיטיד דיזיז...

א געוואלדיגע מעלה פון דער רעליגיע איז, אז ס'קומט מיט א דרייסיג טאג god back גאראנטי, ס'טייטש, קענסט אויספרובירן די רעליגיע פאר דרייסיג טעג און אויס ביסט נישט צופרידן גייט דיין אלטע גאט דיך מוזן צוריקנעמען אן קיינע קאנסעקווענצן.

מ'רעדט נישטא פון א זאך וואס איינער האט געחלומ'ט, נאר מיליאנען מענטשן האבן קלאר מיטגעהאלטן ווי די מאנסטער איז זיך מגלה - אזויווי ס'קליפ און קלאר דאקומענטירט אינעם הייליגן בוך.

אלע קשיות וואס דו האסט אויף דעם מאדנע רעליגיע איז דא גאר קלארע ענטפערס אז מ'קוקט נאר אריין אין די שריפטן, געוויסע קשיות קוקן באמת אויס ווי באמבעס ווען מ'הערט עס צום ערשטן מאל. און אז מ'זוכט נישט באמת קיין תירוצים, קומט מען צו ספיקות חלילה, אבער דער וואס ווייסט און גלייבט אז סאיז זיכער דא תירוצים, איהם קען מען נישט אויסנארן.

ווי דער הייליגע עטרת הלוקשימוני שרייבט, דער עיקר איז נישט אמונה פשוטה, נאָר אמונה מבושלת. ווי ער זאגט:
“ווען מ’איז טיף אין פאַסטע, דאַרף מען וויסן אז דער וועלט איז בלויז א שיסל פון סאוס."

פון איינער פון די חסידישע רבי'ס זאט מען נאך: די סוד פון אמונה איז נישט די זיכערקייט, נאר די גרייטקייט צו ענדיגן דעם טעלער. ועמוק הוא מאוד.

סארי פאר א סארקאסטיש תגובה, כ'מיין נישט די סארקאזם כ'וויל דיר פשוט העלפן פארשטיין די קאנצעפט פון "בורדען אוו פרוף". ס'איז גרינגער צו עס ממחיש זיין ווען מ'רעדט פון א זאך וואס ביידע גלייבן נישט.
Touched_by_His_Noodly_Appendage_HD.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
די פליעדיגע ספעגעטי מאנסטער

די פליעדיגע ספעגעטי מאנסטער קען מען נישט עכט משיג זיין. אבער בדרך משל, לשבר את האוזן, איז ער א גרויסע געמיש פון לאנגע לאקשן (ספעגעטי) און צוויי קניידל (זעה בילד).

די ספעגעטי מאנסטער האט באשאפן די וועלט איין טאג נאכ'ן זיך גוט אנשיכר'ן (זיין שיכרות איז זייער גוט מסביר די רעות און טעותים וואס מ'זעהט אין די וועלט).

מענטשן וואס פאלגן דעם מאנסטער באקומען פאר גן עדן א ביר מיט א זונה אויף יענע וועלט, גיהנם איז ענליך, נאר די ביר איז אויסגעוועפט און די זונה האט סעקסואלער טרענסמיטיד דיזיז...

א געוואלדיגע מעלה פון דער רעליגיע איז, אז ס'קומט מיט א דרייסיג טאג god back גאראנטי, ס'טייטש, קענסט אויספרובירן די רעליגיע פאר דרייסיג טעג און אויס ביסט נישט צופרידן גייט דיין אלטע גאט דיך מוזן צוריקנעמען אן קיינע קאנסעקווענצן.

מ'רעדט נישטא פון א זאך וואס איינער האט געחלומ'ט, נאר מיליאנען מענטשן האבן קלאר מיטגעהאלטן ווי די מאנסטער איז זיך מגלה - אזויווי ס'קליפ און קלאר דאקומענטירט אינעם הייליגן בוך.

אלע קשיות וואס דו האסט אויף דעם מאדנע רעליגיע איז דא גאר קלארע ענטפערס אז מ'קוקט נאר אריין אין די שריפטן, געוויסע קשיות קוקן באמת אויס ווי באמבעס ווען מ'הערט עס צום ערשטן מאל. און אז מ'זוכט נישט באמת קיין תירוצים, קומט מען צו ספיקות חלילה, אבער דער וואס ווייסט און גלייבט אז סאיז זיכער דא תירוצים, איהם קען מען נישט אויסנארן.

ווי דער הייליגע עטרת הלוקשימוני שרייבט, דער עיקר איז נישט אמונה פשוטה, נאָר אמונה מבושלת. ווי ער זאגט:
“ווען מ’איז טיף אין פאַסטע, דאַרף מען וויסן אז דער וועלט איז בלויז א שיסל פון סאוס."

פון איינער פון די חסידישע רבי'ס זאט מען נאך: די סוד פון אמונה איז נישט די זיכערקייט, נאר די גרייטקייט צו ענדיגן דעם טעלער. ועמוק הוא מאוד.

סארי פאר א סארקאסטיש תגובה, כ'מיין נישט די סארקאזם כ'וויל דיר פשוט העלפן פארשטיין די קאנצעפט פון "בורדען אוו פרוף". ס'איז גרינגער צו עס ממחיש זיין ווען מ'רעדט פון א זאך וואס ביידע גלייבן נישט. View attachment 4085
א דאנק ההוא גברא פאר'ן רעספאנדען מיט א טעאריע.
כ'פארשטיי פון ההוא גברא'ס ווערטער, אז ער האלט אז ס'יא דא א באשעפער, נאר ער גלייבט נישט אז ער איז דא פאר אונזער טובה.
 
יעצט חוה"מ איז דא צייט קען מען ווייטער גיין. איך בין פולי אין פאר א צווייטע רונדע, צוריק אריין אינעם ארענע...

אין די טעאריע פונעם ספעגעטי מאנסטער האב איך מיך בכלל נישט באצויגן צו מיין אייגענע גלויבונגען. כ'האב געמיינט צו ארויסברענגען אז ביי די מאנסטער פארשטייסטו אויך אז מ'דארף עס נישט גלייבן ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס און האט נישט קיין שום עווידענס. אזוי אויך גלייב נישט אנדערע מעשיות וואס מאכ'ן נישט קיין סענס אן עווידענס.

ווען איך פרעג קשיות אז די תורה מאכט נישט קיין סענס, ענטפערסטו ע' פנים לתורה, נא, פארוואס ארבעט עס נישט ביים ספעגעטי מאנסטער? די רינדעכיגע באליס זענען חסד, לאנגע לאקשן איז גבורה, ביי בריאת העולם האבן די כלים וואס האבן געהאלטן דעם ספעגעטי זיך צובראכן, און זינט דאן יעדעס מאל אונז עסן לאקשן זענען אונז מתקן די זאך (אלעס איז א משל פארשטייט זיך).

די שלעפסט אויך ארויס דעם 'כ'ווייס נישט' 'אונזער מוח איז צו קליין' קארטל נאך א געוויסע פוינט, נאר דו טיסט עס נאכ'ן גלייבן אלעס וואס דיין טאטע האט דיר געזאגט, די שאלה איז פארוואס טוסטו עס נישט פארדעם, דהיינו, זאג, כ'ווייס נישט אויב אלעס וואס מען טאטע האט מיר געזאגט איז אמת. האסט געפרעגט וואס די אלטערנאטיווע טעאריע איז, די תירוץ איז אז ס'דא בערך צען טויזענט און כ'גלייב אלע פון זיי בערך די זעלבע.

For what it's worth, גלייב איך אז ס'קען זיין ס'דא א גאט, רוב ארגומענטס וואס מ'נוצט צו פראוון גאט זענען אבער פעלערהאפטיגע און ארבעט נישט. ס'דא די אנטאלאגישע סארט ארגומענטן וואס ס'דארף צו הייסן אז זיי פראוון יא אז עפעס א סארט גאט איז מוכרך במציאות, כ'קען עס נישט אפפרעגן ווייל כ'פארשטיי זיי נאכנישט. אויב יענער גאט עקזעסטירט און האט רצונות, וויל ער לכאורה נישט מ'זאל גלייבן אין עהם, הלמאי, די איינציגסטע פרוף וואס ער האט איבערגעלאזט פון זיין עקזיסטענץ אין נאר עקסעסיבל צו יחידי סגולה. ווי אויך איז נישט קלאר אויב יענער גאט איז הויה' אדער להבדיל זוס, שיוואַ, יוזל, בראהמא צו גאר אשרה..

צו ער איז דא פאר אונזער טובה? ער איז בכלל נישט 'דא' פאר אונז, נישט לטובה און נישט לרע, ווייניגסטנס, דאס איז וואס ער 'וויל' לכאורה אונז זאלן גלייבן.

(בדרך צחות)
פון ווי ווייסטו אז דו עקזיסטירסט בכלל? אפשר ביסטו א משל?
דעקארט וואלט געזאגט:
I don't think, therefore I am not...
 
לעצט רעדאגירט:
א טעאריע וואס זאגט וויאזוי די וועלט איז צושטאנד געקומען? פארוואס ס'איז דא 'עפעס' אנשטאט 'גארנישט'? א טעאריע איבער איבער וואס איז די בעסטע מהלך החיים? זיי מסביר פונקטליך וואס דארף די טעאריע צושטעלן, כ'וועל פראבירן אויפקומען מיט עפעס
 
שלאג פאהר דיין טעאריע
די 'טעאריע' פון אלע קעגנער דא איז זייער סימפל. עס לויטערט אז ס'פארלאנגט זיך נישט קיין 'טעאריע', ווילאנג מיר קענען נישט אויפווייזן אז מיר דארפן בכלל א טעאריע, אדער אז מיר זענען ביכולת אויפצוקומען מיט א טעאריע.

די וועלט איז דא, דאס איז א פאקט (עכ"פ ווי ווייט די עגרימענט גייט..).
סייענס העלפט דעסקרייבן און פרעדיקטן נאטורן פון די וועלט, דאס איז אויך באשטעטיגט.
פארוואס די וועלט איז דא? פארוואס מיר זענען דא? שיינע פראגעס! אבער וואס איז די הכרח אז מיר זענען בכלל עקוויפט זיי צו פארענטפערן - אז ס'זאל זיך לוינען די צייט פארשווענדעניש דערויף? זאג I don't know און לעב ווייטער א חיים טובים! טו וואס דיר איז אינטרעסאנט און הער אויף שפעקילירן און זיך פייניגן אויף אומבאשטעטיגטע 'טעאריעס'.
אויב סייענס אדער עפעס אנדערש (אפשר רעוועלעישאן גאר) וועט איין טאג אפירזוכן א צופרידענשטעלענדע טעאריע אוט-אוו-די-בלו דאן מה טוב ומה נעים. אבער ביז אהין - כאפט אריין א וואדקע.

דאס איז מיין טעאריע!
 
וואס ווייסטו יא, הונדערט פראצענט?

און

צו גלייבסטו אין עפעס בכלל?
 
איך האב פארשטאנען אז דו ווייסט קלאר אלעס, און דו זוכסט אפצופרעגן אנדערע טעאריעס.
אויב דיר איז גוט, דאן לעב דיר ווייטער דיין גאנג, און לאז אנדערע אויסקאכן וואס זיי ווילן יא טיפער פארשטיין און גלייבן.
 
אויב דיר איז גוט, דאן לעב דיר ווייטער דיין גאנג, און לאז אנדערע אויסקאכן וואס זיי ווילן יא טיפער? פארשטיין און גלייבן.
כ'מיין די ווארט אנדערש שטימט ענדערש
 
איך האב פארשטאנען אז דו ווייסט קלאר אלעס, און דו זוכסט אפצופרעגן אנדערע טעאריעס.
אויב דיר איז גוט, דאן לעב דיר ווייטער דיין גאנג, און לאז אנדערע אויסקאכן וואס זיי ווילן יא טיפער פארשטיין און גלייבן.
איז דאס אן ענטפער? א סטעיטמענט? אן עצה טובה?
דו האסט פריער געזאגט אז דו וועסט דן זיין טעאריעס 'בכובד ראש', האב איך דיר געברענגט א טעאריע. און אזוי אגב האב איך שוין געשטעלט פיסלעך צו דיינע טעאריעס.
קומסטו צוריק אז איך וויל נאר אפפרעגן און אז כ'קען מיר גיין לחיים ולשלום.

אקעי. נאו פראבלעמא, איך האב נאר געמיינט אז דו זוכסט דיסקוסיעס אויך - חוץ פון טריצן.. איי געס ס'איז געווען מיין מיסטעיק.
 
Back
Top