די פליעדיגע ספעגעטי מאנסטער
די פליעדיגע ספעגעטי מאנסטער קען מען נישט עכט משיג זיין. אבער בדרך משל, לשבר את האוזן, איז ער א גרויסע געמיש פון לאנגע לאקשן (ספעגעטי) און צוויי קניידל (זעה בילד).
די ספעגעטי מאנסטער האט באשאפן די וועלט איין טאג נאכ'ן זיך גוט אנשיכר'ן (זיין שיכרות איז זייער גוט מסביר די רעות און טעותים וואס מ'זעהט אין די וועלט).
מענטשן וואס פאלגן דעם מאנסטער באקומען פאר גן עדן א ביר מיט א זונה אויף יענע וועלט, גיהנם איז ענליך, נאר די ביר איז אויסגעוועפט און די זונה האט סעקסואלער טרענסמיטיד דיזיז...
א געוואלדיגע מעלה פון דער רעליגיע איז, אז ס'קומט מיט א דרייסיג טאג god back גאראנטי, ס'טייטש, קענסט אויספרובירן די רעליגיע פאר דרייסיג טעג און אויס ביסט נישט צופרידן גייט דיין אלטע גאט דיך מוזן צוריקנעמען אן קיינע קאנסעקווענצן.
מ'רעדט נישטא פון א זאך וואס איינער האט געחלומ'ט, נאר מיליאנען מענטשן האבן קלאר מיטגעהאלטן ווי די מאנסטער איז זיך מגלה - אזויווי ס'קליפ און קלאר דאקומענטירט אינעם הייליגן בוך.
אלע קשיות וואס דו האסט אויף דעם מאדנע רעליגיע איז דא גאר קלארע ענטפערס אז מ'קוקט נאר אריין אין די שריפטן, געוויסע קשיות קוקן באמת אויס ווי באמבעס ווען מ'הערט עס צום ערשטן מאל. און אז מ'זוכט נישט באמת קיין תירוצים, קומט מען צו ספיקות חלילה, אבער דער וואס ווייסט און גלייבט אז סאיז זיכער דא תירוצים, איהם קען מען נישט אויסנארן.
ווי דער הייליגע עטרת הלוקשימוני שרייבט, דער עיקר איז נישט אמונה פשוטה, נאָר אמונה מבושלת. ווי ער זאגט:
“ווען מ’איז טיף אין פאַסטע, דאַרף מען וויסן אז דער וועלט איז בלויז א שיסל פון סאוס."
פון איינער פון די חסידישע רבי'ס זאט מען נאך: די סוד פון אמונה איז נישט די זיכערקייט, נאר די גרייטקייט צו ענדיגן דעם טעלער. ועמוק הוא מאוד.
סארי פאר א סארקאסטיש תגובה, כ'מיין נישט די סארקאזם כ'וויל דיר פשוט העלפן פארשטיין די קאנצעפט פון "
בורדען אוו פרוף". ס'איז גרינגער צו עס ממחיש זיין ווען מ'רעדט פון א זאך וואס ביידע גלייבן נישט.
View attachment 4085