גוט אז דו פרעגסט, ווייל ביז יעצט אפילו וואונדער איך זיך זייער שטארק פארוואס קענסטו נישט פארשטיין וואס ביי מיר איז אזוי איינפאך.
ביי מיר אז איך לערן עפעס און כאפ אויף א חידוש פון א מציאות, דארף איך נישט גיין עסן די נעקסטע שעות... איך לעב ממש אויף ווען איך דערשניפ עפעס טיף.
און אמת טאקע, ווען כ'זאג עס איבער פאר אנדערע, פארשטייט נישט יעדער וואס כ'רעדט.
מעגליך איך רעדט צו קאנצענטרירט.
אבער איך האב מיינע יודען וואס מיט זיי טייל איך מיט מיינע געדאנק געפונסען, און טאקע נישט קיין סאך אזעלכע האב איך, אבער עכ''פ זיי כאפן יא וואס כ'רעדט.
אבער דא ליגט מען דאך ממש אינעם סוגיא, וויאזוי בלייבט מען סטאק ביי - סייענס זאגען... גאט איז נאר א תירוץ.... אין המקרא יוצא מין הפשט...
ס'יא דא עפעס אויפצוכאפן, און כ'ווייס ניט פארוואס מ'פארשטייט עס נישט. אדער וועסטו זאגן איך נאר מיך, אדער וועסטו זאגן כ'זאג עס נישט גענוג קלאר.
אבער דאס איז זיכער, אז טאמער וואלט איך דערהערט עפעס א צווייטע פרוף - פארקערט וואס איך ווייס שוין, וואלט איך מודה געווען עס צו נעמען אין באטראכט.