איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

פארוואס איז עס נישט גענוג פרוף אז קיין איין בשר ודם פארשטייט נישט דעם פאקט, אז א גוש בשר זאל אטעמען אליינס, נאר ווייל טויזענטע יארן צוריק האט עפעס זיך געשאקעלט.
נישט פארשטיין איז נישט קיין פראף, עס אז א גאט אוו די געפס
ווייל לפי הטבע וואלט מען עס יא באגריפן.
צוויי טויזנט יאר צירוק איז אויך געווען מענטשן וואס האבן געשריגן ביי א לוקי חמה "ווייל לפי הטבע וואלט מען עס יא באגריפן!" און וויבאלד מען ווייסט נישט ווי אזוי עס ארבעט "מיז זיין" אז גאט איז אויפגערעגט
 
הרב יאסעלע, לויט ווי איך פארשטיי האסטו נישט געהאט קיין אינטערנעט ביז אפאר וואכן צירוק, סאו ביטע טייל מיט מיטן ברייטן ציבור פון ווי דיין אומגלויבלעכע ברייטע וויסנשאפט קומט.
 
הרב יאסעלע, לויט ווי איך פארשטיי האסטו נישט געהאט קיין אינטערנעט ביז אפאר וואכן צירוק, סאו ביטע טייל מיט מיטן ברייטן ציבור פון ווי דיין אומגלויבלעכע ברייטע וויסנשאפט קומט.
כ'לייען גאר אסאך, און כ'שטודיר שוין פאר יארן לאנג אסאך טעמעס
מיט'ן אינטערנעט קומט מיט גרינגערע וועגן צו טרעפן זאכן, אבער דאפעלט מער שטותים וואס שטערט דאס ארבעט
 
זאג, די באגרייפסט יא ווען עפעס איז העכער די טבע? אדער ווען די קומסט אן צי אזא פוינט מיזטו ניצן די מעדשיק ווארט "גאט"?
ציווישן מיר און דיך ווער באגרייפט ענדערשט עפעס למעלה מן הטבע(זמן)?
גוט אז דו פרעגסט, ווייל ביז יעצט אפילו וואונדער איך זיך זייער שטארק פארוואס קענסטו נישט פארשטיין וואס ביי מיר איז אזוי איינפאך.

ביי מיר אז איך לערן עפעס און כאפ אויף א חידוש פון א מציאות, דארף איך נישט גיין עסן די נעקסטע שעות... איך לעב ממש אויף ווען איך דערשניפ עפעס טיף.
און אמת טאקע, ווען כ'זאג עס איבער פאר אנדערע, פארשטייט נישט יעדער וואס כ'רעדט.

מעגליך איך רעדט צו קאנצענטרירט.
אבער איך האב מיינע יודען וואס מיט זיי טייל איך מיט מיינע געדאנק געפונסען, און טאקע נישט קיין סאך אזעלכע האב איך, אבער עכ''פ זיי כאפן יא וואס כ'רעדט.

אבער דא ליגט מען דאך ממש אינעם סוגיא, וויאזוי בלייבט מען סטאק ביי - סייענס זאגען... גאט איז נאר א תירוץ.... אין המקרא יוצא מין הפשט...

ס'יא דא עפעס אויפצוכאפן, און כ'ווייס ניט פארוואס מ'פארשטייט עס נישט. אדער וועסטו זאגן איך נאר מיך, אדער וועסטו זאגן כ'זאג עס נישט גענוג קלאר.
אבער דאס איז זיכער, אז טאמער וואלט איך דערהערט עפעס א צווייטע פרוף - פארקערט וואס איך ווייס שוין, וואלט איך מודה געווען עס צו נעמען אין באטראכט.
 
נישט פארשטיין איז נישט קיין פראף, עס אז א גאט אוו די געפס

צוויי טויזנט יאר צירוק איז אויך געווען מענטשן וואס האבן געשריגן ביי א לוקי חמה "ווייל לפי הטבע וואלט מען עס יא באגריפן!" און וויבאלד מען ווייסט נישט ווי אזוי עס ארבעט "מיז זיין" אז גאט איז אויפגערעגט
אמת, מיט די צייט ווערט מען קלוגער, אויף זאכן וואס מ'האט געמיינט ס'נישטא קיין ענטפער, און אזוי גייט עס ווייטער און טיפער.
אבער אינעם טבע איז יעדע זאך בתוך גבול, אז א זאך פונעם טבע קומט צום ענדע פון פראגעס.
אנדערש איז זאכן וואס 'מיר' זאגן אז ס'קומט פון גאט, און אין פאקט איז עס בלי סוף וגבול, מ'קען שטודירן און פרעגן און ענטפערן, און נאך טיפער פרעגן און מיט די צייט ענטפערן, און ס'קומט נישט צו קיין ענדע.

אט דאס איז גאט! בלי גבול וסוף, דאס וואס גאר גרויסע האבן באגריפן האטו נאכנישט געפרעגט, אבער זיי האלטן נאכאלץ פראצענטיש ביי א פינטל פון א טעמע וואס איז בלי גבול וסוף
דאס מיינט אז די כח וואס שטייט אונטער דעם איז בלי סוף.
אלעס וואס מאכט זאכן איז א כלי פונעם איינציגער וואס מאנעוורירט עס
דאס איז דאס איינפאכסטע פשט
 
קענסט געבן א משל וואס הייסט בתוך גבול און וואס הייסט אינדרויסן פון טבע? ס'טייטש פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק איז געווען זאכן וואס מ'האט בכלל נישט געוויסט וואס טרייבט עס ס'זאל געשען ווי למשל וואס @blender האא צוגעברענגט ליקוי חמה וואס דאן האט עס לכולי עלמא געהייסן אינדרויסן פון טבע, און אז גאט מאכט עס געשען ווען ער צארענט און מיט דעם שיקט ער א מעסעדזש, איז די וועלט אבער קלוגער געווארן און אויפגעוויזן אז מ'קען עס פרעדיקטן אפילו פאר טויזענטער יאר ארום. וועטערס האט מען אמאל נישט געקענט פרעדיקטן און ס'האט זיכער אויך געהייסן אינדרויסן פון טבע אבער ווי עלטער די וועלט ווערט אלץ קלוגער ווערט מען און מ'זעהט איין אז די אלע זאכן פלוס זענען גאר טבע. יעצט ביטע געב א משל וואס דו האלסט איז מעל לגבולות הטבע און לאמיר דאן זיין אויף יענס, אבער ביטע ברענג מיר נישט די מעשה פון די רעדענדיגע פיש פון סקווער.
 
ווי שאפסטו אלע ביכער? לייבערי? קויפסט עס?
 
גוט אז דו פרעגסט, ווייל ביז יעצט אפילו וואונדער איך זיך זייער שטארק פארוואס קענסטו נישט פארשטיין וואס ביי מיר איז אזוי איינפאך.

ביי מיר אז איך לערן עפעס און כאפ אויף א חידוש פון א מציאות, דארף איך נישט גיין עסן די נעקסטע שעות... איך לעב ממש אויף ווען איך דערשניפ עפעס טיף.
און אמת טאקע, ווען כ'זאג עס איבער פאר אנדערע, פארשטייט נישט יעדער וואס כ'רעדט.

מעגליך איך רעדט צו קאנצענטרירט.
אבער איך האב מיינע יודען וואס מיט זיי טייל איך מיט מיינע געדאנק געפונסען, און טאקע נישט קיין סאך אזעלכע האב איך, אבער עכ''פ זיי כאפן יא וואס כ'רעדט.

אבער דא ליגט מען דאך ממש אינעם סוגיא, וויאזוי בלייבט מען סטאק ביי - סייענס זאגען... גאט איז נאר א תירוץ.... אין המקרא יוצא מין הפשט...

ס'יא דא עפעס אויפצוכאפן, און כ'ווייס ניט פארוואס מ'פארשטייט עס נישט. אדער וועסטו זאגן איך נאר מיך, אדער וועסטו זאגן כ'זאג עס נישט גענוג קלאר.
אבער דאס איז זיכער, אז טאמער וואלט איך דערהערט עפעס א צווייטע פרוף - פארקערט וואס איך ווייס שוין, וואלט איך מודה געווען עס צו נעמען אין באטראכט.
נו אז די זאגסט אז איך גיי עס סיי ווי נישט פארשטיין, וואס האב איך פון פראבירן? איך וועל מיזן שלום מאכן מיטן פאקט אז איך בין נישט פון די אויסדערוועלטע יודען וואס מיט זיי טיילטו מיט מיט דיינע געדאנק געפונסען...
 
ווי דא, דא און דא אויסגעשמיעסט
אקעי, איך נעם עס צאם דא:
@אפענער ברענגט זייער גיט ארויס וואס איך זאג, אויב עס איז נישט דא קיין זמן קען זיין אז די וועלט איז שוין געווען אייביג, די איינציגסטע סיבה פארוואס א מענטש טראכט אז עס איז נישט מעגליך אזא זאך איז וויבאלד צייט דארף בהכרך אן אנהייב, אבער די וועלט דארף נישט.
איך בין נישט זיכער צו איך פארשטיי וואס דו מיינסט. אפשר זאלסטו בעסער מסביר זיין.
די וועלט איז בזמן. ס׳נישט שייך ס׳זאל זיין די בריאה וואס אונז קענען אבער צייט זאל נישט עקזיסטירן.

חוץ פון דעם וואס "באשאפן" איז אויך א טאל פון דעסקרייבן א פוינט אין צייט ("פריער" איז עס נישט געווען, "יעצט" איז עס יא דא) וועגן דעם איינמאל עס איז דא "זמן" קען נישט זיין אז "פריער" איז עס נישט געווען און "יעצט" איז עס יא דא, אן דעם וואס איינער וואס האט עס געמאכט דא זיין, אבער אויב איז נישטא קיין זמן דארף נישט זיין קיין cause.
ניין. באשאפען גייט אויך ארויף אויף זמן וואס איז באשאפען געווארן אינאיינעם מיט די בריאה וכנ״ל.

איך ווייס נישט!

און ווען איך ווייס נישט עפעס ווייס איך עס נישט. איך הייב נישט דעמאלס אן קאלערן ארויס פון די ליינס לכבוד דעם!
ריכטיג. אבער דאס איז נאר אויב מ׳וויל אנעמען נאר וואס מ׳קען באגרייפן לאדזשיקלי. א מאמין מאידך גיסא טראסט זיין אמונה און נעמט אָן אלץ א פאקט דאס וואס זיין שכל קען אים נישט צושטעלן.

וואס איך מיין צו זאגן איז אז ביי אים הייסט עס נישט ארויסגעקאלערט פון די ליינס, נאר ענדערש ווי מ׳גייט ארויס פון א קאר צו אן עראפלאן. ווען די סטירינג וויל ארבעט מער נישט דארף מען טאקע אויפהערן צו דרייען א הין און א הער אבער נישט ווייל מ׳פארט נישט נאר ווייל מ׳פליהט. יעצט דארף מען מענאווערן דעם עראפלאן מיט אנדערע קנעפלעך…
 
די וועלט איז בזמן
און די פארעם וואס די זעהסט עס
. ס׳נישט שייך ס׳זאל זיין די בריאה וואס אונז קענען אבער צייט זאל נישט עקזיסטירן.
נו, ווער זאגט אז אונז דארפן עס קענען?
דאס אז אונז (וואס אונז זענען געבינדן צי צייט) פארשטייען נישט איז נישט קיין פראף פאר א גאט (וואס גראדע פארשטייט מען אויך נישט גאט)
ניין. באשאפען גייט אויך ארויף אויף זמן וואס איז באשאפען געווארן אינאיינעם מיט די בריאה וכנ״ל.
איך ווייס אז די האלסט אז זמן איז באשאפן געווארן מיט די בריאה, נאך אלטס אן זמן פארלאנגען נישט חיקי הטבע אז אלעס דארף א cause
דאס איז נאר אויב מ׳וויל אנעמען נאר וואס מ׳קען באגרייפן לאדזשיקלי.
נאפ, יעדער איז מודה עס איז דא זאכן וואס מען פארשטייט נישט און מען קען עס נישט באגרייפן לאדזשיקלי, אבער ווי זעהסטו וועגן דעם פראף פאר א גאט?
וואס איך מיין צו זאגן איז אז ביי אים הייסט עס נישט ארויסגעקאלערט פון די ליינס, נאר ענדערש ווי מ׳גייט ארויס פון א קאר צו אן עראפלאן. ווען די סטירינג וויל ארבעט מער נישט דארף מען טאקע אויפהערן צו דרייען א הין און א הער אבער נישט ווייל מ׳פארט נישט נאר ווייל מ׳פליהט. יעצט דארף מען מענאווערן דעם עראפלאן מיט אנדערע קנעפלעך…
אנטשולדיג איך האב נישט אזוי גוט פארשטאנען די משל
 
קענסט געבן א משל וואס הייסט בתוך גבול און וואס הייסט אינדרויסן פון טבע? ס'טייטש פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק איז געווען זאכן וואס מ'האט בכלל נישט געוויסט וואס טרייבט עס ס'זאל געשען ווי למשל וואס @blender האא צוגעברענגט ליקוי חמה וואס דאן האט עס לכולי עלמא געהייסן אינדרויסן פון טבע, און אז גאט מאכט עס געשען ווען ער צארענט און מיט דעם שיקט ער א מעסעדזש, איז די וועלט אבער קלוגער געווארן און אויפגעוויזן אז מ'קען עס פרעדיקטן אפילו פאר טויזענטער יאר ארום. וועטערס האט מען אמאל נישט געקענט פרעדיקטן און ס'האט זיכער אויך געהייסן אינדרויסן פון טבע אבער ווי עלטער די וועלט ווערט אלץ קלוגער ווערט מען און מ'זעהט איין אז די אלע זאכן פלוס זענען גאר טבע. יעצט ביטע געב א משל וואס דו האלסט איז מעל לגבולות הטבע און לאמיר דאן זיין אויף יענס, אבער ביטע ברענג מיר נישט די מעשה פון די רעדענדיגע פיש פון סקווער.
דאס לעצטע זאץ האב איך נישט פארשטאנען. אפשר האסטו עס נישט גוט אויסגעלייגט די ווערטער.

כ'וועל פראבירן דיר צו ערקלערן די זאך מיט א ביישפיל פון א פענדולא, אבער בעסער מיט נוטאנס בעטל.

https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/d/d3/Newtons_cradle_animation_book_2.gif

צייט האט א גבול, תנועה האט א גבול, וכו' אבער ווען ס'האט נישט קיין גבול, למשל די סייקל פון די וועלט בכללות, און די ווידער שעפונג פון אנערגיע, ברענגט נייע אטעם און תנועה, איז ווער שטופט עס?
ווער האט עס אנגעהויבן שטופען, און ווער שטופט עס ווייטער ווען ס'שלאפט איין צומאל.
דער ערשטער מוז זיין עפעס א כח וואס איז שטערקער פון נאטור, ווייל די נאטור גופא שאקעלט זיך נאר ווען איינער הייבט עס אן.
די ביג בענג האט דאך איינער געמוזט מאכן געשען.
[אויב ס'איז געווען א בענג בכלל, ווייל רוב האלטן אז נישט, נאר ווי אין די ספרי קבלה שטייט, אז ס'געווען א איבערגאנג פון היולי צו צורה און נאכער צו גשמי קל וכו' וכו'.
האסט שוין געזען דעם מאמר פון כללי חכמה?
 
וען ס'שלאפט איין צומאל.
ווען פונקטליך?
ווייל די נאטור גופא שאקעלט זיך נאר ווען איינער הייבט עס אן.
ווייטער אויב די יונווערס האט אייביג עקזעסטירט (ווייל אן זמן איז נישטא קיין סיבה נישט צו זאגן אזוי, און זמן האט זיך הערשט אנגעהויבן ביי די ביג בענג) דארף מען נישט איינער זאל עס אנהייבן
דער ערשטער מוז זיין עפעס א כח וואס איז שטערקער פון נאטור
נישט בהכרך, קען זיין א כח מיט אן אנדערע נאטור
 
לעצט רעדאגירט:
ווייטער אויב די יונווערס האט אייביג עקזעסטירט (ווייל אן זמן איז נישטא קיין סיבה נישט צו זאגן אזוי) דארף מען נישט איינער זאל עס אנהייבן

נישט בהכרך, קען זיין א כח מיט אן אנדערע נאטור
די יוניווערס האט קיינמאל עקזיסטירט ביז אנהייב אלף הראשון
דו צווינגסט מיר אריינצקריכן אין דיין מוח...
נאטור האט זיך אנגעהויבן אמאל, ווער האט עס אנגעצינדן?
 
די יוניווערס האט קיינמאל עקזיסטירט ביז אנהייב אלף הראשון
פון ווי ווייסטו?
נאטור האט זיך אנגעהויבן אמאל, ווער האט עס אנגעצינדן?
א גוטע קשיא, קוק אין מיין חתימה
ווי אזוי פראווט דאס אז אינז ווייסן נישט, גאט?
 
לעצט רעדאגירט:
נאטור האט זיך אנגעהויבן אמאל, ווער האט עס אנגעצינדן?
נאטור זעלבסט איז דאס וואס ריקווייערט אז כדי עפעס זאל זיין, דארף עס איינער אנצינדן = פאר נאטור איז נישט געווען אזא ריקווייערמענט
 
צוואנציג בלעטער האט גענומען צו ענדליך פארמילירן א גוטע ארגומענט. און דאס בעסטע וואס האסט געקענט אויפקומען איז א dumbed down ווערסיע פונעם קאסמאלאגישע ארגומענט, וועלכע איז שוין אויסגעדראשן און איינגעדראשן געווארן אין די גאט דעבאטע שנירל.

כ'האב אבער יא הנאה געהאט פון דיין עדישן, אז גאט איז דא צו צוריק אנצונדען די זאך ווען ס'הייבט אן איינשלאפן ... ווען די ענערגיע ווערט low....

נעקסטע ביכל וואס דו נעמסט ארויס אין לייברערי זאל זיין א פיזיקס ביכל, וועסטו געוואויר ווערן די ערשטע געזעץ אין טערמאדיינעמיקס וואס זאגט אז ענערגיע ווערט קיינמאל נישט פארלוירן. יעצט טראכט איך אבער אז ס'דאך דא די צווייטע געזעץ וואס זאגט אז ענערגיע שפרייט זיך אויס און ווערט למעשה אויס נוצבאר. סאו אפשר במשך הזמן איז יא וויכטיג פאר קיום העולם א גאט וואס קען צוריק קאנצעטרירן די ענערגיע. (כ'זאג עס ווערטלדיג, ס'איז עכט נישט קיין concern פאר א זעקס טויזענט יעריגע וועלט... )
 
נאטור זעלבסט איז דאס וואס ריקווייערט אז כדי עפעס זאל זיין, דארף עס איינער אנצינדן = פאר נאטור איז נישט געווען אזא ריקווייערמענט
וויאזוי מאכט נאטור עפעס זאל זיך אליינס אנצינדן. אליינס אליינס
 
Back
Top