איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

ביז אהער האב איך איין מסקנה
די קעפל זאגט

איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

און די ענטפער איז, יא!

ס'דא גענוג בני אדם וואס ווייסן און פארשטייען דאס גרונטליך
ס'דא אן א ציילונג בריאים וואס פארשטייען דאס נישט

סך הכל, אויב איינער פארשטייט עפעס נישט, מאכט עס נישט דעם פארשטייער אומ'וויסענד
סך הכל נאך א בריאה וואס פארשטייט נישט
 
וויאזוי מאכט נאטור עפעס זאל זיך אליינס אנצינדן. אליינס אליינס
איך זעה די האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געזאגט, סא אפשר אז איך גיי עס איבערזאגן וועסטו בעסער פארשטיין...
נאטור זעלבסט איז דאס וואס ריקווייערט אז כדי עפעס זאל זיין, דארף עס איינער אנצינדן = פאר נאטור איז נישט געווען אזא ריקווייערמענט
און אז עס איז נישטא אזא ריקווייערמענט קען זיך עפעס אליינס אליינס אנצינדן (אפי דיין שפיציגע משל פון נוטאנס קרעדל, וואס ליידער האב איך נישט זוכה געווען צו פארשטיין פארוואס איינער דארף האלטן און איין אויפוועקן די ענערגיע וואס שלאפט איין נאך דאס וואס איך האב שוין גערעדט אויבן פון
)
 
נאטור זעלבסט איז דאס וואס ריקווייערט אז כדי עפעס זאל זיין, דארף עס איינער אנצינדן = פאר נאטור איז נישט געווען אזא ריקווייערמענט
איז דו גלייבסט אין א מציאות וואס איז נישט טבע. נאר דו זאגסט אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז און איך זאג אז דאס איז ג-ט.
 
איז דו גלייבסט אין א מציאות וואס איז נישט טבע. נאר דו זאגסט אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז און איך זאג אז דאס איז ג-ט.
נישט די טבע וואס אינז קענען, מיינט נישט עפעס וואס וויל און פארלאנגט זאכן און ער שטראפט און באלוינט
כדאמרינן לעיל:
די איינציגסטע חוליק איז אז גאט וויל עפעס, אין די ביג בענג וויל גארנישט.
אין עס איז נישט מכרך אז די ערשטע זאך אין טיים האט עפעס געוואלט
 
נישט די טבע וואס אינז קענען, מיינט נישט עפעס וואס וויל און פארלאנגט זאכן און ער שטראפט און באלוינט
כדאמרינן לעיל:
דו דזשאמפסט צו נעקסט סטעפ לגבי שכר ועונש.

ג-ט vs להבדיל ביג בענג איז איין נקודה. ״ג-ט״ מיינט אז די גאנצע בריאה איז באשאפען געווארן במכיוון. טייטש, אז דאס וואס אונז זעין יעצט איז געווען די פלאן פון אנפאנג (ס׳לאזט זיך עקסטער דן זיין וואס די כלליות׳דיגע ציל פונעם באשאף איז).

משא״כ ב״ב איז אלעס א צופאל וואס איין זאך ברענגט די צווייטע. קאז ענד עפעקט.
 

איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

און די ענטפער איז, יא!


און מיין שכל זאגט מיר, ס'דאך פשוט אז אויב דער באשעפער קען אלעס, פארוואס זאל ער נישט קענען טון די היפוך וואס די נאטור שטעלט פאר.

אויב איז דאס גאט, קען ער.

ווייל אונזער שכל כאפט נישט אויף אז א סתירה איז נישט קיין סתירה ווען ס'קומט צו גאט'ס געטליכקייט.
סיי וועלכע סתירה איז נישט אויסגעשלאסן פון די יכולת פונעם באשעפער,
ער קען יא
און אז דו קענסט נישט באגרייפן וויאזוי, מיינט נישט אז ס'נישטא!
ס'נישטא עפעס וואס ער קען נישט


@יאסעלע ברוין מיטן איבערזאגן א זאך צען מאל ווערט עס נישט מער אמת - זיכער צייגסטו קיינעם נישט מער איבער אזוי.
אויב האסטו אן ארגומענט צוצולייגן ביסטו מכובד, סתם איבערזאגן די זעלבע זאץ ווייזט נאר אויף אראגאנץ און אומזיכערקייט.
 
דו דזשאמפסט צו נעקסט סטעפ לגבי שכר ועונש.

ג-ט vs להבדיל ביג בענג איז איין נקודה. ״ג-ט״ מיינט אז די גאנצע בריאה איז באשאפען געווארן במכיוון. טייטש, אז דאס וואס אונז זעין יעצט איז געווען די פלאן פון אנפאנג (ס׳לאזט זיך עקסטער דן זיין וואס די כלליות׳דיגע ציל פונעם באשאף איז).

משא״כ ב״ב איז אלעס א צופאל וואס איין זאך ברענגט די צווייטע. קאז ענד עפעקט.
(הגם וואס איך זע נישט די חיליק ציווישן אלעס פלאנירט פון אנפאנג, און קאוז און עפעקט וואס מיט די ריכטיגע אנאלעסיס איז אויך אלעס פרי דיטערמינד)
סא אזא גאט וואס אלעס איז פלאנירט פון פאראויס איז יא מכרך? ווי אזוי?
 
בקיצור, הרב יאסעלע קומט נישט מיט גארנישט. ער פארשטייט נישט סייענס שמוגלט ער אריין א לחש גערופן גאט. און שוין. מ'דארף א גאנצע צייט דעיס האלטן אין קאפ, ער ברענגט גארנישט צו ניי, נאר קשיות וואס ער קען נישט די ענטפער, זאגט ער זיין לחש אין שרייט העי! קיק וואס כ'האב געטראפן. אפילו סייענס איז טאטאלי ראנג וועגן די "ביג בענג" מיינט נאך אלס נישט אז מ'קען אריינשמוגלען גאט. ס'ענטפערט גארנישט.
 
טייערע שעפעלעך; איר קענט נישט פארלאנגען פון מיר אז כ'זאל אייך עפענען דעם קאפ.
איך בין נישט קיין גאט!
איך קען נאר ערקלערן א זאך מיט שכל, פאר א בר דעת.

קיין ענימעל וועטערין בין איך נישט...

פאר מיר איז קלאר די ענין, און אויב ווילט איר באמת, קענט איר בעטן ביי גאט ב''ה

והאר עינינו.
 
Back
Top