איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

ביז אהער האב איך איין מסקנה
די קעפל זאגט

איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

און די ענטפער איז, יא!

ס'דא גענוג בני אדם וואס ווייסן און פארשטייען דאס גרונטליך
ס'דא אן א ציילונג בריאים וואס פארשטייען דאס נישט

סך הכל, אויב איינער פארשטייט עפעס נישט, מאכט עס נישט דעם פארשטייער אומ'וויסענד
סך הכל נאך א בריאה וואס פארשטייט נישט
 
וויאזוי מאכט נאטור עפעס זאל זיך אליינס אנצינדן. אליינס אליינס
איך זעה די האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געזאגט, סא אפשר אז איך גיי עס איבערזאגן וועסטו בעסער פארשטיין...
נאטור זעלבסט איז דאס וואס ריקווייערט אז כדי עפעס זאל זיין, דארף עס איינער אנצינדן = פאר נאטור איז נישט געווען אזא ריקווייערמענט
און אז עס איז נישטא אזא ריקווייערמענט קען זיך עפעס אליינס אליינס אנצינדן (אפי דיין שפיציגע משל פון נוטאנס קרעדל, וואס ליידער האב איך נישט זוכה געווען צו פארשטיין פארוואס איינער דארף האלטן און איין אויפוועקן די ענערגיע וואס שלאפט איין נאך דאס וואס איך האב שוין גערעדט אויבן פון
)
 
נאטור זעלבסט איז דאס וואס ריקווייערט אז כדי עפעס זאל זיין, דארף עס איינער אנצינדן = פאר נאטור איז נישט געווען אזא ריקווייערמענט
איז דו גלייבסט אין א מציאות וואס איז נישט טבע. נאר דו זאגסט אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז און איך זאג אז דאס איז ג-ט.
 
איז דו גלייבסט אין א מציאות וואס איז נישט טבע. נאר דו זאגסט אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז און איך זאג אז דאס איז ג-ט.
נישט די טבע וואס אינז קענען, מיינט נישט עפעס וואס וויל און פארלאנגט זאכן און ער שטראפט און באלוינט
כדאמרינן לעיל:
די איינציגסטע חוליק איז אז גאט וויל עפעס, אין די ביג בענג וויל גארנישט.
אין עס איז נישט מכרך אז די ערשטע זאך אין טיים האט עפעס געוואלט
 
נישט די טבע וואס אינז קענען, מיינט נישט עפעס וואס וויל און פארלאנגט זאכן און ער שטראפט און באלוינט
כדאמרינן לעיל:
דו דזשאמפסט צו נעקסט סטעפ לגבי שכר ועונש.

ג-ט vs להבדיל ביג בענג איז איין נקודה. ״ג-ט״ מיינט אז די גאנצע בריאה איז באשאפען געווארן במכיוון. טייטש, אז דאס וואס אונז זעין יעצט איז געווען די פלאן פון אנפאנג (ס׳לאזט זיך עקסטער דן זיין וואס די כלליות׳דיגע ציל פונעם באשאף איז).

משא״כ ב״ב איז אלעס א צופאל וואס איין זאך ברענגט די צווייטע. קאז ענד עפעקט.
 
איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

און די ענטפער איז, יא!

און מיין שכל זאגט מיר, ס'דאך פשוט אז אויב דער באשעפער קען אלעס, פארוואס זאל ער נישט קענען טון די היפוך וואס די נאטור שטעלט פאר.

אויב איז דאס גאט, קען ער.

ווייל אונזער שכל כאפט נישט אויף אז א סתירה איז נישט קיין סתירה ווען ס'קומט צו גאט'ס געטליכקייט.
סיי וועלכע סתירה איז נישט אויסגעשלאסן פון די יכולת פונעם באשעפער,
ער קען יא
און אז דו קענסט נישט באגרייפן וויאזוי, מיינט נישט אז ס'נישטא!
ס'נישטא עפעס וואס ער קען נישט

@יאסעלע ברוין מיטן איבערזאגן א זאך צען מאל ווערט עס נישט מער אמת - זיכער צייגסטו קיינעם נישט מער איבער אזוי.
אויב האסטו אן ארגומענט צוצולייגן ביסטו מכובד, סתם איבערזאגן די זעלבע זאץ ווייזט נאר אויף אראגאנץ און אומזיכערקייט.
 
דו דזשאמפסט צו נעקסט סטעפ לגבי שכר ועונש.

ג-ט vs להבדיל ביג בענג איז איין נקודה. ״ג-ט״ מיינט אז די גאנצע בריאה איז באשאפען געווארן במכיוון. טייטש, אז דאס וואס אונז זעין יעצט איז געווען די פלאן פון אנפאנג (ס׳לאזט זיך עקסטער דן זיין וואס די כלליות׳דיגע ציל פונעם באשאף איז).

משא״כ ב״ב איז אלעס א צופאל וואס איין זאך ברענגט די צווייטע. קאז ענד עפעקט.
(הגם וואס איך זע נישט די חיליק ציווישן אלעס פלאנירט פון אנפאנג, און קאוז און עפעקט וואס מיט די ריכטיגע אנאלעסיס איז אויך אלעס פרי דיטערמינד)
סא אזא גאט וואס אלעס איז פלאנירט פון פאראויס איז יא מכרך? ווי אזוי?
 
בקיצור, הרב יאסעלע קומט נישט מיט גארנישט. ער פארשטייט נישט סייענס שמוגלט ער אריין א לחש גערופן גאט. און שוין. מ'דארף א גאנצע צייט דעיס האלטן אין קאפ, ער ברענגט גארנישט צו ניי, נאר קשיות וואס ער קען נישט די ענטפער, זאגט ער זיין לחש אין שרייט העי! קיק וואס כ'האב געטראפן. אפילו סייענס איז טאטאלי ראנג וועגן די "ביג בענג" מיינט נאך אלס נישט אז מ'קען אריינשמוגלען גאט. ס'ענטפערט גארנישט.
 
טייערע שעפעלעך; איר קענט נישט פארלאנגען פון מיר אז כ'זאל אייך עפענען דעם קאפ.
איך בין נישט קיין גאט!
איך קען נאר ערקלערן א זאך מיט שכל, פאר א בר דעת.

קיין ענימעל וועטערין בין איך נישט...

פאר מיר איז קלאר די ענין, און אויב ווילט איר באמת, קענט איר בעטן ביי גאט ב''ה

והאר עינינו.
 
קיינער האט נאכנישט גענוצט תורה קאודס צו "טרעפן עתידות", נאר נאך וואס זאכן זענען געשהן טרייט מען עס ארויסצוקוועטשן ערגעץ.
גראדע האב איך פונקט געטראכט אז לאגיש איז נישט מעגליך אז די "תורה קאודס" זאגן פאר זאכן וואס גייען געשען, אפגעזען ווער עס האט געשריבן די תורה.

אפי מען וועט אננעמען אז די תורה איז יא געשריבן געווארן דורך גאט אליין און ער האט אריינגעלייגט דערין אלע עתודות וואס וועט נאר זיין, איז נישט מעגליך צו געווארן ווערן גארנישט דערפון, וויבאלד לאמיר זאגן אז מען האט א קאמפיאטער פראגראם וואס איז יא געניג פארגעשריטן צו קענען טרעפן די קאודס וואס זאגן וואס די עתודות גייט זיין (וואס אין פרינציפ, אויב שטייט באמת אלעס אין די תורה איז נישטא קיין סיבה פארוואס עס זאל נישט קענען זיין אז זאך), און די פראגראם זאגט פאר למשל די טווין טאוערס קראך, אויב איז די פראגראם געניג פארגעשריטן אז מען נעמט אן יעדע פרעדיקציע פאר א פאקט, וואלט מען יענע טאג זיכער געמאכט פאר אלע געלט אין די וועלט אז דאס זאל נישט געשען, צו דורך אויפשטעלן עקסטרעמע סעקיורעטי אויף אלע ערעפלאנען, אדער דורך אפשטעלן בכלל ערעפלאן רייזעס יענע טאג, אז די טראגעדיע זאל נישט געשען, אבער אויב מען ווייסט און מ'באווארענט זיך אויף סיי וועלעכע וועג, און טאקע דורך די תורה קאודס פארמיידט מען עס, קומט אויס אז די תורה קאודס פרעדיקציעס זענען נישט געווען ריכטיג וויבאלד למעשה איז עס נישט געשען, אבער אויב גאט האט דאס געשריבן האט ער דאך אלעס געוויסט, אפי דאס אז מען גייט אויסגעפינען דערפון פארדעם, וואלט ער דאך נישט געדארפט אריינצילייגן אין די תורה די טווין טאוערס קראך, ווייל עס איז א פרעדיקציע וואס איז נישט אמת...

וואס האט מען געהאט פון ווארענען יצחק ראבין (אדער די צענדליגע אנדערע וואס מען האט געווארענט און עס האט זיך למעשה גארנישט אויסגעלאזט...)? ממנפשך, אויב איז עס נישט אמת דארף מען דאך נישט ווארענען ווייל עס גייט סייווי נישט געשען, אויב איז עס יא אמת און ער דארף זיך באמת יא באשיצן, וועט זיין באשיצונג גורם זיין אז מען זאל געוואר ווערן למפרע אז עס איז נישט געווען אמת און ער האט זיך אפי נישט געדארפט באשיצן...
 
גראדע האב איך פונקט געטראכט אז לאגיש איז נישט מעגליך אז די "תורה קאודס" זאגן פאר זאכן וואס גייען געשען, אפגעזען ווער עס האט געשריבן די תורה.
חוץ אויב דער באשעפער האט איך אריינגעלייגט אין די טבע נאך עפעס א באהאלטענע חוק הטבע וואס מיר ווייסן ביזדערווייל נישט פון דעם, וואס אויף עפעס א מיסטעריעזע וועג האלט עס אונז אפ פון מאכן א פראגראם וואס קען פאראויס זאגן עתודות אנשטאט זאכן וואס זענען שוין געשען...
 
די ווערטער דערמאנען מיר פון סטיוון האוקינגס טעזע בנוגע דער באקאנטער זיידע פאראדאקס אין טיים טרעוול, וואו דער אייניקל גייט צוריק אין צייט, הרג'עט זיין זיידע, וואס דאן קען דער אייניקל נישט געבוירן ווערן און הרג'ענען דעם זיידן.
האוקינג'ס טעאריע לויטעט אז עס מוז זיין אז עס איז פארהאן א געזעץ אין פיזיקס וואס ערלויבט נישט דעם אייניקל צו ציען דעם צינגל פונעם ביקס... בעת אנדערע פיזיקער טענה'ן אז עס ווערט דאן באשאפן א פאראלעל יוניווערס.
 
אדער איז פאראן א געזעץ אין פיזיקס אז מ'קען נישט צוריק גיין צייט
 
לעצט רעדאגירט:
אדער איז פאראן אז געזעץ אין פיזיקס אז מ'קען נישט צוריק גיין צייט
דאס איז דאך דער פראבלעם - אז עס איז טאקע נישט פארהאן אזא געזעץ. די מאטעמאטיקס ערלויבט געהעריגע טיים טרעוול.
 
די ווערטער דערמאנען מיר פון סטיוון האוקינגס טעזע בנוגע דער באקאנטער זיידע פאראדאקס אין טיים טרעוול, וואו דער אייניקל גייט צוריק אין צייט, הרג'עט זיין זיידע, וואס דאן קען דער אייניקל נישט געבוירן ווערן און הרג'ענען דעם זיידן.
האוקינג'ס טעאריע לויטעט אז עס מוז זיין אז עס איז פארהאן א געזעץ אין פיזיקס וואס ערלויבט נישט דעם אייניקל צו ציען דעם צינגל פונעם ביקס... בעת אנדערע פיזיקער טענה'ן אז עס ווערט דאן באשאפן א פאראלעל יוניווערס.
אדער איז פאראן אז געזעץ אין פיזיקס אז מ'קען נישט צוריק גיין צייט
גערעדט פון דעם דא
 
לעצט רעדאגירט:
דאס איז דאך דער פראבלעם - אז עס איז טאקע נישט פארהאן אזא געזעץ. די מאטעמאטיקס ערלויבט געהעריגע טיים טרעוול.
מעטאמאטיקס זאגט גארנישט אויף געזעצן פון פיזיקס, אונזער אווערוועלמינג קאלעקטיוו עקספיריענס זאגט אז פיזיקס לאזט נישט
 
Back
Top