קיינער האט נאכנישט גענוצט תורה קאודס צו "טרעפן עתידות", נאר נאך וואס זאכן זענען געשהן טרייט מען עס ארויסצוקוועטשן ערגעץ.
גראדע האב איך פונקט געטראכט אז לאגיש איז נישט מעגליך אז די "תורה קאודס" זאגן פאר זאכן וואס גייען געשען, אפגעזען ווער עס האט געשריבן די תורה.
אפי מען וועט אננעמען אז די תורה איז יא געשריבן געווארן דורך גאט אליין און ער האט אריינגעלייגט דערין אלע עתודות וואס וועט נאר זיין, איז נישט מעגליך צו געווארן ווערן גארנישט דערפון, וויבאלד לאמיר זאגן אז מען האט א קאמפיאטער פראגראם וואס איז יא געניג פארגעשריטן צו קענען טרעפן די קאודס וואס זאגן וואס די עתודות גייט זיין (וואס אין פרינציפ, אויב שטייט באמת אלעס אין די תורה איז נישטא קיין סיבה פארוואס עס זאל נישט קענען זיין אז זאך), און די פראגראם זאגט פאר למשל די טווין טאוערס קראך, אויב איז די פראגראם געניג פארגעשריטן אז מען נעמט אן יעדע פרעדיקציע פאר א פאקט, וואלט מען יענע טאג זיכער געמאכט פאר אלע געלט אין די וועלט אז דאס זאל נישט געשען, צו דורך אויפשטעלן עקסטרעמע סעקיורעטי אויף אלע ערעפלאנען, אדער דורך אפשטעלן בכלל ערעפלאן רייזעס יענע טאג, אז די טראגעדיע זאל נישט געשען, אבער אויב מען ווייסט און מ'באווארענט זיך אויף סיי וועלעכע וועג, און טאקע דורך די תורה קאודס פארמיידט מען עס, קומט אויס אז די תורה קאודס פרעדיקציעס זענען נישט געווען ריכטיג וויבאלד למעשה איז עס נישט געשען, אבער אויב גאט האט דאס געשריבן האט ער דאך אלעס געוויסט, אפי דאס אז מען גייט אויסגעפינען דערפון פארדעם, וואלט ער דאך נישט געדארפט אריינצילייגן אין די תורה די טווין טאוערס קראך, ווייל עס איז א פרעדיקציע וואס איז נישט אמת...
וואס האט מען געהאט פון ווארענען יצחק ראבין (אדער די צענדליגע אנדערע וואס מען האט געווארענט און עס האט זיך למעשה גארנישט אויסגעלאזט...)? ממנפשך, אויב איז עס נישט אמת דארף מען דאך נישט ווארענען ווייל עס גייט סייווי נישט געשען, אויב איז עס יא אמת און ער דארף זיך באמת יא באשיצן, וועט זיין באשיצונג גורם זיין אז מען זאל געוואר ווערן למפרע אז עס איז נישט געווען אמת און ער האט זיך אפי נישט געדארפט באשיצן...