איך האב נישט קיין פראבלעם ציזאגן אזוי,
אויב דאס איז גער אבסאלוט וועג ,צופארשטיין דעם
ובחרת בחיים , עס איז דא אזעלכע וואס זענען
אין די מיינונג אז עס איז א מעגליכקייט , אז דער
באשאפער כל יכול , קען מסדר זיין בחירה אפילו
ער ווייסט וואס די בחירה וועט זיין ,אין ווי אזוי ער
וואלט וועהן בוחר גיוועהן ווען עס וואלט וועהן נישט
גיוועהן א ידיעה , הבוחר יבחר.
א בחירה איז דא 100% ,אזוי ווי יעדער פילט אז
ער איז בוחר ,וואס ער גייט למעשה טוהן
עס איז מיר זייער
שווער צו פארשטיין וואס
דו זאגסט צווישן די אפגעהאקטע שורות
אבער לאמיר דיך זאגן וואס איך
פארשטיי, וואס מיינט בחירה? עס
זענען דא וואס גייען מיט די ליבערטעריען שיטה
אויף בחירה אז ווען מ'דרייט צוריק די
זייגער אפאר מינוט וואלט זאכן געקענט זיין
אנדערש, די שיטה קען נישט האלטן אז
גאט האט אן אבאסלוטע ידיעה נאר
אויב זיי האלטן אז עס איז שייך
שני הפיכים בנושא אחד, נאכדעם איז דא
קאמפעטיביליזם וואס האלט אז כאטש
ווען מ'דרייט צוריק די זייגער וועלט גארנישט
געווען אנדעשר איז נאכאלס דו וואס דו האסט
באשלאסן וואס צוטוהן און דערפאר הייסט
עס בחירה און דאס איז די בחירה וואס די
רמב"ם האט געהאלטן און די בחירה קען יא שטימען
מיט די אבסאלוטע ידיעה פון גאט. מיכי אברהם
טענה'ט אז קאמפעטיביליזם איז פשוט סעמענטיקס
און למעשה איז דאס נישט בחירה, אבער קודם איז
סעמענטיקס נישט אוועקצומאכן, אבער באמת איז
די עיקר נקודה פון קאמפעטיביליזם אוועקצומאכן
פעטעליזם דהיינו אז עס איז דא עקסטערנעל
זאכן וואס זענען גורם וויאזוי זאכן זאלן
געשעהן און מענטשן'ס מעשים זענען נישט
מעלה ומוריד. און דאס וויל די רמב"ם מסביר זיין פארוואס
גאט'ס ידיעה איז נישט קיין עקסטערנעל זאכט וואס צווינגט
א מענטש.