צעקת לבי! - דאס הערצעלע געוויין

ספרא

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 1, 2025
מעסעדזשעס
25
רעאקציע ראטע
214
פונקטן
23
מיין צוואה!

1000030040.webp

בייטאג איך בין מיט סיפוק מלא,
איך בין הייליג אין ריין,
ביינאכט אבער ווען איך גיי לבטלה,
אינעם רשע פאזיציע איך טרעף מיך שטיין,
מיין מח שוועבט אינעם דללה,
פון רעכטס צו לינקס גיין,
איך בין מבולבל אין א בהלה,
איך ווייס נישט ווי אויס אין ווי איין,
די לעבן איין גרויסע קללה,
איך שטיי איינער אליין,
צוביסלעך דערנענטערט זיך מיין מפלה,
איך פאר אין דער ערד אריין,
פאר מיינע יסורים איך טרעף נישט קיין הצלה,
מיין הארץ דערטראנקן אין פיין,
הלוואי ווי א קינד אין שולע,
צוריק זיין תמומות'דיג אין קליין,

ימין מקרבת ודוחקת משמאל,
אין מיינע מחשבות איך הויער,
פון איין זיין ריין ווי וואל,
פון די צווייטע זייט בין איך א פויער,
מיין הארץ וויינט אן א קול,
זינקט איין אין איר טרויער,
צו גאר זיך נעמען די לעבן איך זאל,
פרעג איך מיט טרערן פון די צושויער,
אלעס איז איין שטיק עול,
אלעס איז ביטער און זויער,
מיין לעבן א גראול,
שווארץ און א גרויער,
עס סטרעפט נישט קיין מנוחה מיין סאאל,
זי איז פארמאכט אינטער א מאכטפולע מויער,
א הפסק בין קודש לחול,
מיין גורל איך באדויער,

מאנכע ריפן מיר קדושה,
און טייל ווילן מיר אין פנים נישט קוקן,
איך ווייס איך בין א פושע,
פון מצוות בין איך טריקן
איך דריי זיך טאקע בלבי, בבושה,
שוין פארברענט אינטער מיר אלע בריקן,
טאקע ישראל לה' נושע,
דאס טוט מיר אבער בכלל נישט אנציקן,
איך האב דאך מיין פילע קוישע,
מיט זינד וואס טוט מיר דערשטיקן,

איך שטיי אין מיין וועלטל ביחידות,
איך שוועב אינעם כף הכלע ארום,
נישטא קיין שום עתידות,
אלעס פארט מיר קרום,
ירודות נאך ירודות
איבעראל אין אומעטום,
נישט פארהאן קיין שום ידידות,
איך בין ווי א אויסגעשפילטע מום,
שוין פון לאנג פארגעסן מיין יהידות,
פארגעסן פון קדשים,
אינעם מלכי שמים מרידת,
געוועהן בין איך אמאל פרום,
אבער זיך שוין לאנג געשיידט בפרידת,
געמיינט ערגעץ אנדערש איז נעים,
דערצייל איך אייך מיין ווידי'ת,
א שאד זיך צו האלטן שטום,

די גאס אויף מיר שעלט,
די נאנטע פיהלן מיט,
א טריט ארויס פון מיין געצעלט,
קען זיך ענדיגן ביז בליט,
מיין וועזן אראפגעשטעלט,
אן עס נאכגיין גוט,
די שונאים מיינע קוועלט,
און איך פיל זיך ווי שיט,
אויסגעשפיגן פון די וועלט,
נאר צרות זי צו מיר טוט,
ניטאמאל פארמאג איך געלט,
אנצוזייען א נייע שניט,
קוראזש אויך פעלט,
צו נעמען דרייסטע שריט,
העט עס שוין בלייבן אזוי פארגעילט,
קיינער מיין צער פיהלט מיט,

דערשראקן,
די גלאקן,
ס'שרייט,

זיי בעטן,
איבערטרעטן,
מיט איידלקייט,

מיין נשמה,
אינעם אדמה,
דארט שטייט,

קולי שמע,
טאטע אלמה,
איך בין טייט,

קיין שום געפיהל,
דאס מח קיל,
זייער ווייט,

ייאוש באנומען,
אין ערגעץ אנקומען,
מיט אידישקייט,

אויף מיין לעצטע וועג,
שוין איך טרעט,
גאד נייט,

אויפגעגעבן,
אויפן לעבן,
גיימער סוסייט,
 
געב אויף אויפן פאלשן לעבן
געב זיך אונטער צו דיין אמת'ן זיך
ביסט געטליך, באשאף זיך דיין עולם קטן
1. ווי ווילסטו וואוינען.
2. וועלכע סארט דשאב האסטו ליב.
3. וועלכע האבי ציהט דיר.

❤️
 
איך זע דיך, און איך פארשטיי דיין ווייטאג פון טיפן הארצן. 💔💔💔
דאס וואס דו באשרייבסט איז נישט "זינד" דאס איז דיין נשמה וואס איז וואך.
ביינאכט ווען דו "פאלסט" דאס איז דיין אמת'ע נשמה וואס וויל ארויסקומען. און ביטאג ווען דו פילסט "הייליג" דאס איז נאר די מאסקע וואס דו טראגסט פאר אנדערע.
די קהילה וואס רופט דיר קדוש און פושע, ביידע זענען פאלש. דו ביסט א מענטש וואס דיין נשמה איז צו גרויס פאר זייערע קליינע קעסטלעך that's the reality.
די "זינד" וואס דערשטיקט דיך - דאס איז נישט עבירות, דאס איז דיין אמת'ע נשמה וואס וויל לעבן. די רליגיעזע וועלט האט דיר געלערנט זיך צו שעמען זיך פון דיין אייגענע הארץ.
דיין loneliness איז נישט א שטראף, דאס איז א צייכן אז דו ביסט אויפגעוועקט.

מענטשן וואס זעען דורך די שקרים פון די סיסטעם זיי זענען אלעמאל אליין. אבער דו ביסט נישט "פארלוירן" דו האסט זיך געטראפן.

די מחשבות וועגן טויט דאס איז נישט דיין נשמה וואס רעדט, דאס איז דער ווייטאג פון צו פיל יארן פון פאלשע שולד.

דו דארפסט לעבן צו זעען ווער דו ביסט באמת.

אבער איך מוז דיר זאגן דאס איז צו שווער פאר דיר צו טראגן אליינס.
געפין א טעראפיסט, איינער וואס פארשטייט רליגיעזע טראומע. דיין נשמה דארף פראפעסיאנעלע הילף צו היילן פון די יארן פון שעדיגונג.
דו ביסט ווערט צו לעבן, צו זיין פריי, צו טרעפן פרייהייט.
 
לעצט רעדאגירט:

💖💖💖קדוש קדוש קדוש!
 
  • ווי לאנג עפעס מאכט דיר שפירן גילטי, איז עס קיין אידישקייט, קיין קדושה, קיין גאט, קיין תורה.
  • אויב ס'איז נישט אין דיינע הענט - און וויסן זאלסטו אז ס'איז נישט - ביסטו א לעגיטימע אונס. קיין פיטל חשש פון קיין עונש ווארט נישט אויף דיר.
  • איך וואלט ענדערש געוואלט זיין א רשע פול מיט חרטה און געגועים ווי דיר, ווי א צדיק וואס זינדיגט נישט און טוט קיינמאל תשובה.
  • עס קומען נאך גוטע צייטן! אין לך אדם שאין לו שעה! די וועמען דו ביסט יעצט מקנא, וועלן איין טאג קראכן פאר קנאה פון דיר.
  • מיין הארץ גייט אויס פאר דיר! באמת!
 
ווי לאנג עפעס מאכט דיר שפירן גילטי, איז עס קיין אידישקייט, קיין קדושה, קיין גאט, קיין תורה.
זיי מסביר. פארוואס איז דאס נישט קיין תורה? די תורה איז פיל מיט פאדערונגען, שטראפן, סטראשונקעס, דעשרעקונגען און גילט טריפ אויף א געפערליכע אופן. אפגערעדט חז"ל און די חסידישע און מוסר ספרים
 
אעיעדער מחבר , איעדער שרייבער האט אן אגענדע
,די כלל, איז כולל אלעס וואס איז גישריבן און פארפאסט אין ספרים אין חיבורים , אונטער יעדן חיבור און ספר , איז דא א מענטש , פון בשר ודם
וואס ער איז נישט אנדערש פון אנדערע בני אדם

ווען מען שרייבט א ספר , אדער מען מאכט א חיבור
איבער א סובדדזשעקט , איז די פאוקוס אויף די זאך
און מען זאגט און מען זאגט , אז עס דאכט זיך , אז כל העולם כולו איז עומד עליו
אין עס איז דא א פוינט , און ווירדע צו דעם רעיון
וואס ער פראמאט , אבער טעיק איט וויט א גרעין אף
זאלץ, פאר דיין אייגענם מנוחת הנפש , וויסענדיג אז
דער מחבר , איז אויך נאר גיוועהן משלנו( בשר ודם מיט אלע קארנאלישע ,און עמאציאנעלע ליידנשאפטן
וואס קומט מיט דעם) ענד הי מאוסט פראבעבלי נעווער ליווט אפ טו איט .
יעדער האט זיין יצא הרע , אין קלאזעט , אין ער
זאגט דעם זעלבן אשמנו , מען טור נישט לאזן
א טרענגרעשן אן עבירה פון בין אדם למקום , צו שטערן דייןרוהיגקייט , מען דארף אלץ גידענקען כי בשר אנחנו , נאטינג העפפינט ,
אנדערש איז אז מען ב׳עוול׳ט א צווייטן , דאן איז ירבה עליו ריעים זיך אויס צוגראדן מיט יענעם

אבער די גילטיי פילינג -קומט פונעם חלק בין אדם למקום -מיט עהם קען מען זיך אדורך קומען , מיט א קלאפ פון
אשמנו , און לעטס גאו אאן
 
גארנישט מיט נישט.
רוב פון אונזער "תורה" איז געבויעט אויף self guilt, וואס איז רוב פון די סליחות? די קינות?
יו"כ נאכן עבודה? וכו' וכו' די אשמנו'ס, די סלח לנו'ס, תחנון....

ס'איז א גאר אלטע אריינגעווארצלטע קרענק פון self guilt, יעדע זאך וואס נאר געשעט באשולדיגט מען זיך אליין אפילו טאמער ס'איז א גוטע זאך.

גענוג געווען די דורות פון זיך אראפקלאפן, לאמיר זיך הייבן און זאגן היה לא תהיה (Never again).
 
Back
Top