- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 423
- רעאקציע ראטע
- 3,498
- פונקטן
- 423
שוין א תקופה וואס ס'ליגט מיר אין מח דעם געדאנק, און איך קען נישט מחליט זיין צו ס'איז יש דברים בגו אדער נישט, האב איך באשלאסן עס אראפצושרייבן דא און הערן חוות דעתכם.
ס'איז באקאנט אז מ'זאגט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געקענט וויסן אויב מ'איז געווען יענעם טאג אין מקוה אדער נישט, דאס איז נישט סתם עפעס א מעשה וואס איינער האט דערציילט, נאר צענדליגע עדים וואס האבן דאס זעלבסט בייגעוואוינט.
יעצט, איך גיי נישט אריינגיין אין די מיסטישע כוחות וואס די צדיקים האבן פארמאגט, ווייל דאס איז את נושא וואס איך קען נישט און איך האב נישט וואס אריינצורעדן דארט, אבער דעם פשוטו של מקרא וויל איך יא פראבירן צו פארשטיין.
אן אינטערסאנטע צופאל וואס איך האב באמערקט איז, אז די צדיקים אויף וועם מ'זאגט די עדות דערויף, האבן כמעט נישט געגעסן, ממש כל ימיהם היו שרויים בתענית וברעבון. נאך אן אינטערסאנטע צופאל, אז ווען א מענטש איז הונגעריג שארפט זיך נאטירליך זיין חוש הריח דורך דעם 'גרעלין' הארמאון וואס דער מח פראדוצירט (פון אן עוואלוציאנארע שטאנדפונק; כדי אז דער מענטש (בע"ח) זאל קענען גרינגער טרעפן עסן).
נאך אן אינטערסאנטע פאקט איז, אז אמאליגע מקוואות האבן געהאט א שטארקן ריח, אי ווייל מ'האט עס נישט געטוישט זייער אפט, אי ווייל מ'האט דארט אריינגערוקט תשעה קבין כלארין דבר יום ביומו.
און טאקע איינער וואס פלעגט גיין אין שויער נאכ'ן מקוה האט טאקע געקריגן א פסק פונעם רבי'ן 'וואָסער'.
איך לייג די זאכן נישט חלילה חוזר מאכן פון אפענע מופתים, נאר ענדערש צו פראבירן פארשטיין די נאטור וואס דער רבש"ע האט אריינגעשטעלט אין די בריאה.