- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 2,154
- רעאקציע ראטע
- 4,418
- פונקטן
- 683
מען דארף פארשטיין די קושיא צו פארענטפערען ,רצון השם איז אז א מענטש זאל זיך אויפירן אין א גוטע וועג. מענטשן וואס פירן זיך אויף גוט האבן בדרך כלל א בעסערע לעבן ווי מענטשן וואס פירן זיך נישט אויף גוט. מיינט דאס אז ער קען נישט קראנק ווערן אדער שטארבן פון אן עקסידענט? ניין. אבער א לעבן אויף א גוטע וועג מאכט א מענטש א גוטע לעבן.
פארוואס האלטסטו אז חז"ל האבן געקריגט, דא האסטו עטליכע מקורות אין חז"ל וואס גייען מיט די זעלבע בליק.
משנה אבות ב ו: אף הוא ראה גולגלת אחת שצפה על פני המים. אמר לה, על דאטפת, אטפוך. וסוף מטיפיך יטופון.
און די רמב"ם איז עס שיין מסביר
הכוונה בזה המאמר שפעולות הרעות ישובו בראש עושיהם כמו שאמר עונותיו ילכדונו את הרשע וגו׳ ואומר בור כרה ויחפרהו ואמרו חכמים במדה שאדם מודד בה מודדין לו וזה דבר הנראה לעין בכל עת ובכל זמן ובכל מקום שכל מי שיעשה רע ויחדש מיני החמס ופחיתיו׳ שהוא עצמו יוזק מן הרעות ההם בעצמם אשר חדש מפני שהוא למד מלאכה שתעשה נזק לו ולזולתו וכן כל המלמד מעלה שמחדש פעל טוב מן הטובות יגיעהו תועלת הפעל ההוא מפני שהוא מלמד דבר שיעשה טוב לו ולזולתו ודברי הכתוב בזה טובים מאד אמר כי פועל אדם ישלם לו.
בבא קמא נ:
ת"ר לא יסקל אדם מרשותו לרה"ר מעשה באדם אחד שהיה מסקל מרשותו לרה"ר ומצאו חסיד אחד אמר לו ריקה מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך לגלג עליו לימים נצרך למכור שדהו והיה מהלך באותו רה"ר ונכשל באותן אבנים אמר יפה אמר לי אותו חסיד מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך:
עס זענען דא נאך אזעלכע פלעצער. זענען דא אויך אנדערש? יא. אבער דאס איז שוין אמונות הכרחיות.
די דוגמאות וואס זענען דא דערמאנט, רעדן פון בין אדם לחבירו און דאס איז נראה בחוש אז מען פיערט זיך נישט אויף ארענטליך צווישען פעלאו מענטשען, גייט עס צוריק אהנקלאפען מיט א בומעראנג, אבער וואס באדערט זענען סתם פארבאטענע זאכען וואס שטערט נישט קיינעם,און ביי די זעהט מען נישט אזוי אז עס מאכט בעסער די לעבען,און משלי רעדט אויך נישט פון די לא תעשה’ס,
מוז מען צוקומען צו אמונה אין דבר ה׳.