צווישן נארמאל און נישט נארמאל

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
1,160
רעאקציע ראטע
8,153
פונקטן
943
ווער האט נאכנישט געהערט פונעם געדאנק אז 'אלעס אין די יוניווערס איז אדער א קארטאפל אדער איז עס נישט קיין קארטאפל'?!

איך האב אביסל אן ענליכע דערצו: 'ס'זענען דא צוויי סארט מענטשן אויפן וועלט, נארמאלע און נישט-נארמאלע'!

הערט זיך טריוויאל און נאריש. איך וואלט געוואלט אריינקריכן און עס צונעמען אביסל מער אין די פאלגענדע שורות.


זייענדיג אין ביהמ"ד שבת בין איך נאטורליך פון די וועלכע ליינען, טראכטן, שמועסן צומאל, און טוען אלעס אויסער פלעין דאווענען. טראכטענדיג אזוי פון אלץ און אלעמען, באטראכט איך מיר איינמאל דעם אינגערמאן אויפן אנדערן טיש. און אן קיין גרויסע הקדמות, דער דאווענט, פשוט ער דאווענט, ער פארקלאצט זיך נישט, ער פארליינט זיך נישט, פלעין ער איז געקומען צום דאווענען און ער טוט עס מיטן פולן ערענסטקייט. איך קען דעם אינגערמאן, ס'נישט אז ער האט נישט הנאה פון קיין זאפטיגן לשון הרע אדער פון א געשמאקע קופקע סתם אזוי, אויך קען ער טשילן אויב געפעלט אים אויף א גרינעם דינסטאג, ולא עוד, בשעת'ן טרינקען זיין קאווע ווען אין שול האט מען שוין הודו געזאגט האט ער פיין מיטגעהאלטן די שמועס אין פאליש און וואלט רואיגערהייט געבליבן שמועסן, ווען נישט - ער איז געקומען צום דאווענען... און אט שטיי'מיר, דער אינגערמאן דאווענט.

איך ווייס נישט צו עס איז קנאה צו עפעס אנדערש, אבער עטוואס אין מיר קיצלט ווען איך זע דעם אינגערמאן זיך שאקלען ערנסטערהייט אנע דאגות. מ'שטיינץ, איך האב פונקט אזוי מיטגעהאלטן יענע שמועס אבער פאר מיר איז עס שווערער אפצולאזן, מיינע מחשבות קלעבן דערצו בעסער ווי צום תפלה למשה, מיין געוויסן טראכט פונעם קופקע און ציהט אהין ענדערש ווי צום סידור, מינווייל דער אינדערמאן דאוונט ווייטער...

אויב מיינט עטס ס'ענדיגט זיך דא, האב איך נייעס, דאס איז ס"ה די שפיץ פונעם אייזבארג.

אינדערוואכן, איך בין פארנומען מיט מיין דזשאב, מיט מיינע לערנונגען, מיט מיין משפחה, מיט מיינע טראכטונגען, מיטן פארברענגען מיט דעם און מיט יענעם, אלעס פארט קאפויער ווי כ'פלאניר, נישטא קיין צוויי טעג די זעלבע, אויב איז עס די זעלבע פרוסטראציע איז עס אן אנדערע יוטוב ווידעאס אינצווישן.. און דער אינגערמאן... אלץ פארט אים ווי אויף שינעס. צופרי כאפט ער אייביג די 8:20 מנין, ווען ער פארשפעטיגט שוין יא איז עס מיט א שיינע געקעסטלטע סיבה. פארמיטאג אין כולל, נאכמיטאג עפעס א לייכטע ארבייט, ביינאכט ווידער אין כולל, אינצווישן גייט ער אהיים און זיין ווייב האט ווארשיינליך די זעלבע גלאטן טאג ווי אים, זיינע קינדער אלע עוורידזש אין די קלאס, פארשמועסט זיך אמאל אמאל נאך מעריב און דאס איז די ווייטסטע אויף וואס זיין ווייב עגבערט זיך, וזהו. 11:15 איז דער אינגערמאן שוין נאך המפיל נאכט איין נאכט אויס. צומארגנס אודך פון פריש, אויסער פארשטייט זיך ס'ראש חודש וואס דאן געבט זיין שלאף אויף אן עקסטערע 10 מינוט צופרי..

נישט אז איך רעד מיך איין ביי אים גלאנצט אלעס. ניטאמאל מיין איך ער איז צופרידן פון זיין דזשאב אדער אז זיין שלום בית איז געמאכט פון גאלד. די גראדע פנים, דאס איז פון וואס איך רעד. ס'נישטא קיין ארויס-פון-די-ליניע סיטואציע ביי אים, ער חלש'ט נישט צו קענען הוראה - סי' ש"ח איז אים גענוג. זיין זון וועט קיין רע"א נישט ווערן, אבער ס'איז אים אפי' נישט אויפן געדאנק. א שאך שפיל אדער א דיסקוסיע איבער די אטאם באמבע זענען גוט געווען פאר קעמפ, אבער זינט דאן?? און אה, אפי' די עמי מאגאזין שבת קומט אים נאר אויס צו בלעטערן, און ווען א צווייטער זאגט אים נאך א גוטס פון דארט טראכט ער אפי' נישט 'הלואי ווען איך בין דער וואס דערציילט עס'.. בקיצור, אזא אינגערמאן – וכת דיליה, איז וואס איך רוף אן 'נארמאל'...

די לעבן האט באמפס פאר יעדעם גרייט, אבער לא הרי נארמאל כנישט-נארמאל. ביים נארמאלן מענטש אויב איז עס א מעדיצינישע זאך גייט מען צום דאקטער, מער קאמפליצירט רופט מען אן דעם ארגאניזאציע וואס איז דערפאר גרייט, אן הזכרה צום רבי'ן מהיכי תיתי, ביי מענטל העלט נעמט מען אן די ערשטע רעקאמענדאציע פון רעליף, ביי שידוכים קוקט מען נישט קיין סאך, מ'פארקוקט נישט קיין סאך, ס'פארט א באן, מ'מאכט חתונה 'ווי יעדעם', מ'לעבט 'ווי יעדעם' מ'שטארבט 'ווי יעדעם', מעינסטריעם מוסדות, געפילטערטע אינטערנעט, מ'שפרעכט אפ עין הרע אויב אלעס אנדערש ארבייט ממש נישט, און מעין הפתיחה – אין ביהמ"ד קומט מען און מ'דאווענט 'ווי יעדעם' אן קיין איבעריגע מוקס..


פון די אנדערע זייט:

- שטיי איך – מיט אסאך מיינע נאנטערע פריינט און באקאנטע – און קיין איין ציגל אין טאג איז נישט גראד. די דזשאב איז, שוין... עמער נישט רעדן. דאווענען, מ'ווייסט נישט וואו זיך אהין צו טון, שמועסן איז בלויז די בעסטע אפציע ארויס. שלום בית, א מעסס, מ'פרעגט זיך מער מאל פארוואס מ'האט בכלל חתונה געהאט ווי וואס די וועטער איז אינדרויסן. דעפרעשאן איז נישט קיין פרעמדע קאנצעפט ליידער. פילאזאפישע, פאליטישע, אדער סייענטיפישע עניינים, זענען טעגליכע אקטיוויטעטן, און אויב נישט קיין עמביציעס פאר זיך, דאן הויכע חלומות פאר די קינדער. בקיצור, יעדער ארום אים ווייסט וועגן אים, זיינע השקפות, אדער סתם אז 'ער איז דיפרענט'..

ס'איז נישט קיין קא-אינצידענט אז פון מיין פערספעקטיוו איז דאס 'די נארמאל'. ס'האט מיר גענומען היבש לאנג איינצוזען אז ניין, 'נארמאל' לעבט אין לאכט אויפן אנדערן זייט טייך, 'נארמאל' פרעגט זיך נישט יעדן טאג צו זיין דזשאב איז גענוג גוט, 'נארמאל' איז רואיג און קען דאווענען ווי א נארמאלע מענטש, און 'נארמאל' האט בלויז אמביציעס וואס שטייגן נישט איבער די ראמען אין וואס זיי זיצן. און אויב האב איך געמיינט אז זיי זענען די מיעוט, בין איך געקומען צום הכרה אז איך בין דער וואס איז אויפן אינזל נישט זיי.. די בריק זעט אויס צובראכן, די שיפל האלב איינגעזינקען, און די וואסער אינצווישן צו רוישיג אדורכצושווימען.

וויל איך בכלל זיין אויף די אנדערע זייט? כ'ווייס באמת נישט. וויפיל פון מיינע חברים כאפן בכלל אז מיר זענען אויף א אינזל? וויפיל שפירן אויך אזוי? וואס מיינט עס פאר מיר אויב זיי כאפן יא אדער נישט? און איז בכלל מעגליך 'צו ווערן נארמאל' נאכן זיין געאנקערט דא?


איך גיי נישט אריינגיין צו דאס איז א מענטל העלט נושא אדער א קאגניטיווע, ווייל דאס איז א נושא ווערד פאר אן עקסטערע אפהאנדלונג, און די קארעלאציעס דארט זענען מיר פערזענליך היבש אומקלאר.


כ'וועל נאר צוענדיגן מיט א לעצטיגן עפיזאד וואס האט מיר ארויפגעשוועמט דעם געדאנק:

ס'מיר לעצטנס אויסגעקומען אריינצופאלן ביי א טיי-אוונט פאר א געוויסע לאקאלע כולל, פערזענליך איז עס שוין יארן וואס איך האב קיין דינער נישט באזוכט, קיין רעסעפשאן נישט באטייליגט, קיין מגבית'ן נישט צושטייער געגעבן, און קיין צוועקן נישט געשטיצט, אביסל האלט איך מיט יוסי בראך'ס אויסברוך אנטקעגן די אלע אומנייטיגע צדקה געטיילעכצער, אביסל איז עס סתם קארגשאפט, אבער בעיקר מיין איך אז עס איז אזא דיטעטשמענט וואס ס'האט זיך מיר געשאפן צו די אלע הלוך-ילך'ס פונעם אלגעמיינעם היימישן לעבנסשטייגער ווי איך רילעיט ווייניגער צו די גאנצע ערשיינונג פון געבן געלט ווייל יענער הייסט און ווייל די סיסטעם דיקטירט אזוי.

ס'האט מיר למעשה געגעבן א שטיקל שאקל אויף די מחזה פון הונדערטע 'נארמאלע מענטשן' אפזיצן, אריינקומען, מנדב זיין, און סתם זיך באטייליגן אין דעם איינפאכן ריסעפשאן. ווי נישט ווי איז עס א גוטע אוטלעט ווי מ'קען האבן א טעלער טשאלענט אינמיטן וואך און א גלעזל בראנפן מיט א לויזע שמועס דערצו, נישט אזוי? קען זיין, אבער נישט ביי מיר. ביי מיר איז די גלעזל בראנפן ביים קומזיץ, די שמועס אנליין, און די לויזקייט – ווען נישט?! ס'פעלט מיר נישט אויס אזא 'טהרת הקודש'דיגע אויסלופטערונג וואס קאסט א טאן און פארדינט מיר א נישטיגן טעלער טשאלענט מיט אירע נאכווייען.. נאכאלץ קען איך אבער נישט אראפשלינגען די געדאנק אז פאר הונדערטע מענטשן איז דאס עקזעקטלי וואס זיי דארפן, וואס זיי ווילן, און פון וואס זייער לייף סייקל באשטייט, מיט אפעטיט און צופרידענקייט...


איינער רילעיט?
 
ס'האט מיר למעשה געגעבן א שטיקל שאקל אויף די מחזה פון הונדערטע 'נארמאלע מענטשן' אפזיצן, אריינקומען, מנדב זיין, און סתם זיך באטייליגן אין דעם איינפאכן ריסעפשאן. ווי נישט ווי איז עס א גוטע אוטלעט ווי מ'קען האבן א טעלער טשאלענט אינמיטן וואך און א גלעזל בראנפן מיט א לויזע שמועס דערצו, נישט אזוי? קען זיין, אבער נישט ביי מיר. ביי מיר איז די גלעזל בראנפן ביים קומזיץ, די שמועס אנליין, און די לויזקייט – ווען נישט?! ס'פעלט מיר נישט אויס אזא 'טהרת הקודש'דיגע אויסלופטערונג וואס קאסט א טאן און פארדינט מיר א נישטיגן טעלער טשאלענט מיט אירע נאכווייען.. נאכאלץ קען איך אבער נישט אראפשלינגען די געדאנק אז פאר הונדערטע מענטשן איז דאס עקזעקטלי וואס זיי דארפן, וואס זיי ווילן, און פון וואס זייער לייף סייקל באשטייט, מיט אפעטיט און צופרידענקייט...
מיט דעם רילעיט איך זײער. איך האב אײביג חושד געװען אז רוב אינגעלײט װאס קומען זיך באטײליגן און אפ' די װאס גיבן צדקה, מאכט זײערע צדקות װײניג װאס אױס. די געלט װערט בד"כ געקאװערט בײ אפאר יחידים. ס'איז אלעס א שאו. דער עיקר איז אז די אינגעלײט זאלן זיך צוזאמענקומען און פארברענגען אן אװענט.

אין מײן צײט לעבנדיג אין די קהילה װי מען זאגט, האב איך בכלל געזוכט אױסצומײדן קראודס. איך געדענק ענדערשער גײן דאװענען שבת אין א קלײן בית מדרש'ל װי אײדער די גרױסע סאטמערע שוהל. פון ר' זלמן לייב איז עס געװען. געדענק איך אז נאך א שטיק צײט האט שלום ציק מיר אנגעהױבן רודפ'ן הלמאי מען זעהט מיר נישט גענוג אין שוהל און בײ מאורעות. ס'איז אזא װעג, פארברענגנס, צוהאלטן טעבס אױף דעם עולם און זײ נישט פארלירן.
 
אוףףף
אוי רילעיט איך
אזוי beautiful געשריבן
כ'טראכט אלעמאל, בין איך נישט נארמאל וויבאלד מיין זעהל פי"ט פשוט נישט אריין אין די נארמאלע סעקט, אדער איז עס גאר א רעזולטאַט פון טראמא
 
א ברירה האבן מיר דען?...

כ'האב פונקט פריער גערעדט מיט א חבר וואס האט א שטוב מיט אפאר קינדער וואס האט יעצט זיך אריבערגעצויגן צום פופצנטער מאל בערך צו א נייער פלאץ!

כ'פרעג אים ווי אזוי באווייזטו עס?
ענטפערט ער. כ'האב נישט קיין ברירה, כ'קען נישט טון וואס יעדער טוט אבער איך קען יא טון וואס נאר איך קען טון גוט.
וואוינן אין א פלאץ ווי איך קען נישט זיין מיך בינעך טויט!
במילא דארף מען זיך אריבער ציהן ביז מ'טרעפט א פלאץ ווי איך קען זיין זיך.

די מענטשן וואס דו זעהסט האבן איין רול "זיין ווי יעדעם" גארנישט אנדערש גייט זיי נישט אהן.

דו קענסט לעבן אזוי? ווען יא ביסטו נישט אלפא!
קענסט נאר זיין אלפא, לעבן ווי אלפא, אויסטרעטן די וועג וואס אלפא דארף אויסטרעטן. וביד רמה!
-

זאגט מיר א חבר - דו זוכסט א דשאב? ס'קוקט אויס ווי די איינציגסטע דשאב וואס מ'קען דיר הייערען איז צו זיין א בעל הבית...

גערעכט איז ער. מיין פחד פון טון אליין איז גרויס, אבער וואס איז מיין אנדערע ברירה שטארבן אין א ניין טו פייוו? זיך שטיקן אונטער א בעל הבית בשעתן טון וואס שפירט נישט ווי מיר? כ'מוז זיך אויפהייבן און אפערירן פון א העכערע ענערגיע און טון מיין זאך, מיין וויזיע!

דער וואס האט א מיסיע גייט נישט זיין צופרידן מיטן זיך באהאלטן אונטערן דאכענע!
פונקט ווי דער בעל דרשן וואס האט אנגעגרייט א זאפטיגער דרשה גייט נישט איינרוהן ביז ער געבט עס ארויס!

מענטשן וואס זייער זיך זאגט עפעס האבן נאר איין ברירה - זיך אליין גלייבן, מחשיב זיין, זיך אויסהערן, און נעמען די ריזיקעס!
 
ווען ס'טונקל ווערט ליכטיג אין מיר.
ווען ס'שווארץ ווערט ווייס אין מיר.
ווען ס'טרויעריג ווערט פרייליך אין מיר.
ווען אלעס פאָרט בארג אראפ, פיל איך ווי כ'פאר ארויף.
ווען יעדער פילט שוואך, פיל איך א שטארקייט.
ווען אלעס ארום מיר איז פעמינען, ווער איך פלוצלונג מעסקולין.
ווען מ'דארף זיצן רואיג, פיל איך אן urge צו שפרינגען.
כ'האב ליב די מיסטעריע ביי אַ לויה,
כ'האס די פרייליכקייט ביי אַ חתונה.

כ'ווייס נישט אויב ס'קומט אריין דא,
כ'האב ליב צו שרייבן דארט ווי ס'קומט נישט....
 
wow wow wow!!!!!!
@אלפא איך ווארט שוין זייט נעכטן פאר א געלעגנהייט צי שרייבן
"די האסט מיר אראפגענאגעלט צום פינטל!!!!!" איך רילעיט מיט יעדע קוצו של י' דא, (חוץ פון די דאווענען אישו, וואס איך קען מיך יא פארדאווענען צי מיין גאט, נישט טיפיקעל 'תפלה למשה' אבער א ווארימע שמו"ע) איך האב נאך קיינמאל נישט ארויסגעהאט קלאר מיינע 'עופות' אין קאפ, ווי די ברענגסט עס ארויס דא:
וויל איך בכלל זיין אויף די אנדערע זייט? כ'ווייס באמת נישט. וויפיל פון מיינע חברים כאפן בכלל אז מיר זענען אויף א אינזל? וויפיל שפירן אויך אזוי? וואס מיינט עס פאר מיר אויב זיי כאפן יא אדער נישט? און איז בכלל מעגליך 'צו ווערן נארמאל' נאכן זיין געאנקערט דא?
האסט מיר עס אריינגעלייגט אין ווערטער!
זאכן פארן דראסטיש ארויף און אראפ, איך קען אסאך ארומ'חוש'ן און ארויסטשעקען פון די מעינסטריעם, ביז מיין חבר געט מיר שלום עליכם..... און עס קען מיר באדערן פארוואס איך פאר נישט מיט מיט יעדעם,
קודם זע איך אז ס'דא נאך ווי מיר, אפשר דארף מען מאכן א סאפארט גרופ......

אבער איך האלט, און איך טרייסט מיך אז דווקא אזאלכע מענטשען ווי מיך קומען אן ווייט און גרויס, קען זיין איך רעד מיך איין......... און ס'איז פשוט אומ-סטאבילעטעט????
 
אגב כ'רעד בעיקר וועגן זיך.

שפירן צובראכן, פארהאקט, פאר'תפיסה'ט, דיפרעסט, איז דער נקודה פנימי, דער זיך וואס פארפירט דאס איז נישט 'מיין' לעבן!

כ'גיי זיך נישט פיינט האבן אז ס'נעמט צייט ביז איך וועל זיין גרייט צו זיין נישט נארמאל מיטן גאנצן פעסטקייט.
כ'וועל יעדן טאג פראבירן צוריקצוקומען אביסל נענטער צו זיך אליין און איין טאג וועלך בעז"ה צוריק קוקן און זיך פרעגן האיך כבשתי הר גדול כזה.
 
איז נישט אין יעדע סוסייעטי פארהאן אזעלכע וואס דער מעינסטריעם מהלך ארבעט פשוט נישט פאר זיי?
אז דו נעמסט זיי אלע צוזאמען, טרעפסטו זיך אייגנטליך מיט מער מענטשן ווי עס געפינען זיך אין סיי וועלכע סוסייעטי. אלזא, זענען זיי גאר די נארמאלע!
 
א הערליך ארטיקל! זאל עס דיר זיין א שטיקל נחמה אין דיינע אינערליכע ראנגלענישן אז פון זיי שאפן זיך אזעלכע מייסטערווערק.

יעצט צום ענין:

וואס דו באשרייבסט הערט זיך אביסל ווי ADHD סימפטאמען*. איך רעד בעיקר פון דער געפיל פון מאנגל אין זעלבסט-קאנטראל, אין זיך האלטן צו פלענער, זיך קענען צושטעלן צו לאנגווייליגע מצבים אא"וו.

מאידך גיסא, די שאיפות און חקירות און דאס וועלן מער פון לעבן איז סתם א סימן פון א מבקש און א טיפן קאפ. דאס וואלט איך נישט פאטאלאגיזירט. עס קען זיין אז די ADHD מאכט אז די פאזיטיווע שאיפות און כשרונות ווערן א משא, וויבאלד מען ווערט כסדר אנטוישט און אראפגעקלאפט אז מ'מוטשעט זיך אויסצופירן די רצונות און כשרונות מן הכח אל הפועל.

דאן איז דא נאך אן עלעמענט וואס דאס איז די דיזאנענס און אומצוגעפאסטקייט צווישן דיר און דיין סביבה. צב"ש אין דיין שלוס-אנעקדאט, איז פשוט פארוואס דיר איז לאנגווייליג ביים דינער וויבאלד דו האסט א וועלט פון אינטערטעינמענט און וויסנשאפט צוגענגליך אויף דיין האנטפלאך וואס די "הונדערטער אינגעלייט" וואלטן זיך ניטאמאל געקענט חלומן דערפון. דו האסט שוין געזען און געלערנט צופיל אז האקן פאפיטאס און שמועסן רבי-פאליטיק זאל דיר נאך זיין אינטערעסאנט.

ווייטער, פארוואס זאלסטו האבן נערווען פאר א דאווענען ווען דו ווייסט ניטאמאל לפני מי אתה עומד...?

היוצא לנו, אז די דריי קאמפאנענטן - ADHD, שאיפות\כשרונות, און דיזאנענס - פאראייניגן זיך צו שאפן ביי דיר די הרגשה אז דו ביסט אנדערש און אבנארמאל. טריט די ADHD, צי דיך אריבער צו א מער צוגעפאסטער קהילה, און דיינע שאיפות און כשרונות וועלן קענען בליען אומגעשטערט!

אבער געדענק אז ביז דאן בארייכט דיין פעדער די אידישע מחשבה-וועלט מיט דיינע אינערליכע ראנגלענישן, געדרענגען און חקירות. איך האף אז דיין טינט וועט נישט פארטריקנט ווערן ווען דו טרעפסט זיך שוין על מי מנוחות.

* דאס איז נישט קיין דיאגנאז
 
לעצט רעדאגירט:
דו האסט שוין געזען און געלערנט צופיל אז האקן פאפיטאס און שמועסן רבי-פאליטיק זאל דיר נאך זיין אינטערעסאנט.
biggrin.gif
 
הערליך הערליך! אלפא בתפארתו!

איך ווייס נישט פארוואס - עס האט טאקע גאר א ווייטע שייכות, אבער פאר סאם ריעזאן האבן איך זיך דערמאנט פון צוויי געוואלדיגע אשכולות אויף קאווע שטיבל, איינס פון חכם בנימין פרענקל (ווער געדענקט נאך זיין חמין במוצ"ש, אוי טאטע, עס בענקט דאס הארץ!) און דאס צווייטע קוקט אויס פון הגאון קופערניקוס, פון די סאמע גרעסטע לייבן אין שטיבל בשעתו. עס טראגט צוריק צו די זכרונות פון די כינוס כלל ישראל...
 
Back
Top