קרבנות בזמן הזה

Nanach

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 4, 2024
מעסעדזשעס
117
רעאקציע ראטע
356
לאור די תגובה האב איך ג׳עפענט די אשכול צו אויסשמועסן די צדדים לגבי הקרבת קרבנות בזמן הזה והמסתעף
 
ק/פ @Nanach תגובה דארטן

באמת איז טומאה הותרה בציבור געזאגט געווארן אויך די קרבן תמיד יעדן טאג.
נאר וויבאלד עס איז א חובת ציבור און עס פאלט נישט אויף קיין יחיד, און עס איז א ביטול עשה, און עס האט אסאך מער קאמפליקאציעס ווי מקום השחיטה, מקום המזבח בדיוק פאר הזיות און הקטרה, ממון משל ציבור (שקלים) איז נאכנישט געווען ווער עס זאל עס טוהן.
משא״כ קרבן פסח איז א חובה אויף יעדן יחיד, א איסור כריתות, און עס איז טעכניש אסאך גרינגער מען דארף נאר איין הזיה אויף סיי ווי אויפן יסוד (א שטח פון 32*32 אמות) מען קען עס שחט׳ן בכל מקום בעזרה, ונאכלין בכל העיר
 
אין עזרת נשים אויך? אדער נאר אין עזרת ישראל?
 
עצה טובה, פרוביר נישט צו שחט'ן א בעל חי אין עזרת נשים
 
אידן - מענער האבן זיך אסאך מער באנוצט מיט די עזרת נשים, ווי די נשים ווי עס ווערט געברענגט אין גמרא.
 
אין עזרת נשים אויך? אדער נאר אין עזרת ישראל?
דארף מען א כהן צו שפריצן די בלוט? דארף די כהן גיין מיט בגדי כהונה, אויב יא קענען מיר היינט מאכן בגדי כהונה? ווייסן מיר בכלל ווי אזוי די בגדי כהונה דארף אויסקוקן?
 
די איינציגסטענע ערענסטע פראבלעם איז בגדי כהונה, דהיינו די אבנט ווי מען נעמט אן אז מען דארף תכלת, ארגמן, תולעת שני. די חתם סופר זאגט אין די באקאנטע תשובה אז עס איז נישט קיין פראבלעם, אבער שמווסט נישט אויס זיין מהלך. מכון המקדש טענה׳ט אז די ראיות אויף מיורקעס איז גענוג שטארק זיך צו פארלאזען דערויף
 
דער רעק"א איז אבער חולק אויפן איידעם ז"ל
 
Back
Top