וואס אונזערע מחנכים האבן מורא מיר זאלן וויסן

איך האב געלייענט א ביכל פון פיני דונער, איינער האט עס רעקאמאנדירט אויף קאווע שטיבל

עטליכע פון די אויבן דערמאנטע קאפיטלעך היסטאריע פארציילט ער, און ס'קוקט אויס ווי ער נעמט נישט קיין צד, ער רעדט איבער די מחלוקת פון ר' יעקב עמדין אויף ר' יונתן אייבשיצער וועגן די שבתאות, ס'איז היפש אינטערסאנט פאר ווער ס'זוכט מער דעטאלן.

https://www.amazon.com/Mavericks-Mystics-False-Messiahs-Episodes/dp/1592645100/ref=sr_1_1?crid=246VPQ83RQUOU&dib=eyJ2IjoiMSJ9.gq2w3ULmAOk5CeUp3eKTL1-yRkF1LrscJHW_UFrPoDvGjHj071QN20LucGBJIEps.PSPMmw31HT2vKijVbRoDSQzKXvJqi_ZimTb_zYgkk98&dib_tag=se&keywords=pini+dunner+books&qid=1725030359&sprefix=Pini+Dunner,aps,428&sr=8-1

די ביכל האט א מעלה אז ס'איז נישט געשריבן אויף א אקעדעמישע וועג, נאר בדרך סטארי טעלינג וואס איז סאך מער געשמאק

איבער די איבריגע נושאים האב איך געלייענט פון דוד אסף, אויך געקויפט דורך אן המלצה פון קאווע שטיבל, ער באשרייבט באריכות גדול די מעשיות פון די חוזה וואס איז ארויסגעפאלן פון פענסטער, און ר' משה די זוהן פונעם בעל התניא וואס האט זיך געשמדט, און נאך גאר אינטערסאנטע נושאים, אבער ס'איז זייער אויסגעצויגן, ס'איז אקעדעמיק סטייל וואס מאכט מיר אביסל נערוועז.
 
מ'קען ליינען זיינע ארטיקלען איבער דעם דא
Search Results for “AMULETS” – JEWISH HOME LA
 
לעצט רעדאגירט:
@תרמב, פאר מיר איז עס גראדע א חסרון וויבאלד ער ברענגט נישט קיין שום מקורות און דער ליינער ווייסט נישט וואס איז אמת און וואס ער לייגט צו.

אגב, צי רבי יונתן איז געווען א שבתאי צי נישט (דעתי נוטה אז יא) איז אבער זיין יונגעסטער זון לכו"ע געווען.
 
דא האסטו זיין טשענעל

Rabbi Pini Dunner
 
@תרמב, פאר מיר איז עס גראדע א חסרון וויבאלד ער ברענגט נישט קיין שום מקורות און דער ליינער ווייסט נישט וואס איז אמת און וואס ער לייגט צו.

אגב, צי רבי יונתן איז געווען א שבתאי צי נישט (דעתי נוטה אז יא) איז אבער זיין יונגעסטער זון לכו"ע געווען.
אמת, אבער אין די בעק שרייבט ער בערך פון ווי ער האט גענומען זיין אינפארמאציע, סאו מ'קען עס נאכגיין.

ס'איז זיכער בעסער פאר א חוקר האמת צו לייענען אקעדעמישע ביכער, אבער ווען מ'וויל לייענען א געשמאקע ביכל אין בעט, איז עס בעסער אויף דעם וועג.
 
איך האב אמאל געליינט (ביי דוד אסף?) איבער די באקאנטע שבת ביינאכט ביים קאצקע'ר וואס האט שאקירט די חסידים און וואס דערנאך האט ער זיך פארשפארט ביז סוף פון זיין לעבן.
לויט פארשידענע ווערסיעס האט ער דערקלערט אז לית דין וליתר דיין/פארויכערט א לולקע/אויסגעלאשן די ליכט/אויסגעטון דאס קאפל.

קען איינער אויסקלארן איבער וואס איז פארגעגאנגען דארט?
איך האב געהערט פון ר' אליקים שלעזינגער אז דער בריסקער רב האט עם געזאגט בשם ר׳ חיים אז די סיבה איז געווען ווייל ער האט חרטה געהאט פון דעם דרך חסידות, אבער אוודאי מסתבר אז אם כבר אז כבר, און עס מאכט מער סענס ווי דו זאגסט, אז ער איז אנגעקומען צו די מסקנה פון לית דין..
 
איך האב געהערט פון ר' אליקים שלעזינגער אז דער בריסקער רב האט עם געזאגט בשם ר׳ חיים אז די סיבה איז געווען ווייל ער האט חרטה געהאט פון דעם דרך חסידות, אבער אוודאי מסתבר אז אם כבר אז כבר, און עס מאכט מער סענס ווי דו זאגסט, אז ער איז אנגעקומען צו דער אמת פון לית דין..
איך האב לעצטנס צוזאמעגעליינט איבער דער פרשה און שטעלט זיך ארויס אז די מקורות איבער אויסדרוקן ווי לית דין ולית דיין אדער חילול שבת פונעם קאצקע'ר זענען נישט צו רילייעבל און עס איז אויך דא עטליכע סברות אויך פארקערט אז עס זאל נישט האבן פאסירט.

עס איז לכאורה יא געווען דארט מעלאכאלניע און א שווערע גייסטישע צושטאנד און לויט אברהם יהושע השל- אויך א נערוון צוזאמענבראך איין פרייטאג צונאכטס. דאס אז ער האט זיך איינגעשפארט אין צימער און דאס אז די איזביצ'ער האט פארלאזט קאצק זענען לכאורה די סיבות פאר די אלע שמועות און השערות.
 
לעצט רעדאגירט:
איין זאך איז זיכער אז די תורה באהאלט נישט גארנישט! עס שטייט אלע עבירות, פון די גרעסטע מענטשן וואס כלל ישראל פארמאגט!

פארוואס טאקע פעלט זיך עס אויס? כדי מען זאל וויסן אז יעדער פאלט אמאל דורך, קיינער איז נישט קיין מלאך, און דאס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, מען דארף בעיקר טרעפן די וועג ארויס, און נישט בלייבן סטאק.
 
ווי די גמ' זאגט אז חטא העגל איז להורות תשובה לרבים און דוד בת שבע איז להורות תשובה ליחיד
 
אז @מארלי דערמאנט דוד אסף מוז מען דא ארויפברענגן וועגן די שפיקובער איידעם פון מהרי"ד מבעלזא (יצחק מנחם נחום טווערסקי) וואס האט געשריבן א בריוו צו א דזשורנאליסט ווי ער שעלט צאם חסידות און דאכט זיך ער רופט זיין שווער "דער גרויסער אינקוויזיטור" און ער וויינט זיך אפ וועגן זיין שידוך און וועגן פארקנאקטקייט וכל המתאסף. דוד אסף איז פארנומען מיט דעם. עמיצער האט א קאפי פונעם בריוו?
 
איך האב עס מיטגעטיילט אין שנירל 'תשעה באב מאטעריאל'
דא איז די בריוו אויף העברעאיש
https://kraimel.community.forum/threads/322/post-3913
 
אז @מארלי דערמאנט דוד אסף מוז מען דא ארויפברענגן וועגן די שפיקובער איידעם פון מהרי"ד מבעלזא (יצחק מנחם נחום טווערסקי) וואס האט געשריבן א בריוו צו א דזשורנאליסט ווי ער שעלט צאם חסידות און דאכט זיך ער רופט זיין שווער "דער גרויסער אינקוויזיטור" און ער וויינט זיך אפ וועגן זיין שידוך און וועגן פארקנאקטקייט וכל המתאסף. דוד אסף איז פארנומען מיט דעם. עמיצער האט א קאפי פונעם בריוו?
און דא האב איך אנגעגעבן די ענגלישע לינק צוזאמען מיט א בילד פון דעם אויבנדערמאנטן שפיקעווער רבי׳ן - וועלכער איז געווען דער טשאטשקע אין בעלז

https://kraimel.community.forum/threads/322/post-3785
 
עטליכע אינטערסאנטע אנעקדאטן אויף ר' ברוכ'ל פון מעזיבוז זצ"ל:

1. ר' ברוכ'ל איז אנגעבליך געווען א גרויסע כעסן וואס האט זיך נישט אזוי גוט געלעבט מיט מענטשן:

- "היה מתקוטט עם אשתו" (דברי דוד דף ל בשם ר' דוד משה מטשורקוב) "והיה דרכו בקודש לכעוס ולקלל קללות נמרצות" (שם דף יג).

"..ואח"כ אמר אדמו"ר (ר' דוד משה מטשורקוב) זי"ע מה נתרגשו החסידים מהרוגז שלי כ"כ הלא הרבי ר' ברוך זלל"ה כעס תמיד על משמשים, כשהדליק נרות קטנים קללו ואת אבי המשמש, אח"כ הדליק נרות גדולים חזר וקללו ושאל המשרת את רבו הר' ברוך איזהו נרות ידליק לבל יקללוהו עוד השיב לו הר' ברוך שבין כך ובין כך יקללוהו... ועכ"ז שאבו החסידים חיות גדול ממנו" (שם דף י"ג מאמר על כעסו של ר' ברוך).

2. ר' ברוכ'ל איז זיך נישט גוט אויסגעקומען מיט אנדערע צדיקים ווי ר' נחמן פון ברסלב און דער בעל התניא. לויט פארשידענע טענות איז דאס איז געקומען צוליב וואס ר' ברוך האט זיך געהאלטן גרעסער פון אלע אנדערע רבי'ס צוליב זיין ייחוס אלץ אן איניקל פונעם בעש"ט:

- די בעל התניא האט געשריבן אויף אים אין א בריוו:
" ויש לדונו לכף זכות לרוח שטות שבדמיונו, שעליו אמרו רז"ל משחרב בית המקדש נתנה נבואה לשוטים. וכידוע לכל שאירע לו כמה פעמים בחמימות הקיץ טירוף גמור..." (אגרות קודש עמ' קיז).

- בעניין זיין כעס שרייבט אויך דער משכיל אברהם בער גוטלובר: "כעסן ובעל חימה גדול היה הצדיק הזה". בכלל, גוטלובר און אנדערע משכילים ווי שמעון דובנוב האבן אים אראפגעלייגט זייער נישט סימפאטיש. איך ברענג נישט נאך זייער ספעציפישע לשונות ווייל זיי זענען לכאורה בייעסד.

3. איין מערקווערדיגע טענה וואס גוטלובר טענה'ט אין זיין זיכרונות בוך (דוד אסף ברענגט עס אין זיין בלאג) איז איבער די באקאנטע בדחן הערשעלי פון אסטראפאלער. לויט אים איז הערשעלע געווען א בדחן אין מעזשעביז'ער הויף אין זיין תפקיד איז געווען צו משעשע זיין ר' ברוך און בארואיגן זיין כעס. איינמאל איז הערשעלי אריבער די רויטע ליניע און ר' ברוך האט א פארצארנטע געהייסן זיינע חסידים אים אראפטראסקענען פון די טרעפ. כן עשו און הערשעלע האט זיך צובראכן די ביינער און געליגן קראנק א לאנגע צייט ביז ער איז געשטארבן. ווי ערווענט איז כדאי צו נעמען מיט א לעפל זאלץ וואס ער פארציילט.
 
לעצט רעדאגירט:
איז ער טאקע געפאלן פון די מדריגות...

איך האב אמאל געהערט די זעלבע געשיכטע מיט ר' נחמן מברסלב, אז ר' ברוך'ל האט אים פון שטיגן פארווארפן. ווייסט איינער די מקור?
 
4. רוב מענטשן אין לובלין האבן געלאכט פונ׳ם חוזה און אפילו אויפ׳ן טויטן בעט איז אריינגעקומען איינער צו שפעטן פון אים...
יעצט אריינגעוואנדערט אין דעם שנירל....

אבער די נקודה זיכט מען נישט צו באהאלטן
ס'איז ידועה א גאנצע מעשה, אז די מתנגדים האבן געשטערט און נישט געוואלט לאזן באגראבן אין די בית החיים, און וויאזוי די ראפשיצער רב האט זיי איבערגעקליגט,
(און איז אליין געשלאפן דארט אפאר טעג, אויס מורא אז מ'גייט אים אויפגראבן)
 
איך בין נישט זיכער צו דאס געהערט איך טרעף נישט קיין אנדערע אשכול.

א אינטערסאנטע אימרה פון ר' אברהם טריסקער:

1000071085.jpg
 
Back
Top