בחירה – אן אילוזיע אדער א כח טבעי?

איך האב געמאכט אזא טעזע.
מיין טעזע איז טאקע אז בחירה איז לאו דוקא אויף טריט און שריט. נאר ווען א מענטש איז קאנטשעס איז שייך בחירה.

נאך אלץ איז שייך שכר ועונש אויף יעדע פרט ווייל די ערשטע בחירה איז גורם, מצוה גוררת מצוה וכו׳. ואולי פארלאנגט מען אויך פונעם מענטש צו זיין קאנטשעס און נישט דורכשלאפען די טעג און יארן..
 
צו וואס מאכט עס א חילוק? די זאגסט ס'איז אירעלעווענט, אבער פאר מענטשן וואס זיכן צו פארשטיין רעאליטעט, עקזיסטענץ, וכו' איז עס זייער וויכטיג, כ'ווייס נישט פארוואס, ס'גייט שוין אריין אין @אלפא טעריטאריע....
biggrin.gif
 
כ'האב געטראכט אז אין א געוויסע זין קען קען זאגן אז דעטערמעניזם איז סעלף דיפיטינג.
פארוואס? ווייל אויב מען נעמט אן אז יעדע ניוראן אין אונזער מוח ווערט געטריבן דורך געשעענישן בעבר וכדומה, און נישט פון קיין באזונדערע כוח הרצון, דאן זענען מיר נישט בארעכטיגט צו האלטן סיי וועלכער שיטה אדער קומען צו סיי וועלכע מסקנא, ווייל מיין מוח וואלט ממילא נישט געקענט קומען צו אן אנדערע מסקנא...

אין אנדערע ווערטער, אויב דו זאגסט אז דו האלסט פון דעטערמעניזם, ביסטו אזויווי א קאמפיוטער וועמען מען האט פראגראמירט צו קומען צו א געוויסע מסקנא, און עס איז נישט דא קיין שום וועג וויאזוי ער קען וויסן צי ער איז טאקע גערעכט. אלזא, איז דיין עצם שיטה פון דעטערמעניזם אין גרויס צווייפל.
 
Back
Top