אויב אלעס וואס מיר טוען, טראכטן און זאגן איז בלויז א סיקווענס אין א קייט פון אומפארמיידליכע קאוזאליטעט, אן דעם וואס מיר זאלן האבן די מעגליכקייטן צו טוישן סיי וואס אינעם קייט פון געשעענישן, דאן וואספארא זין האט עס צו קומען און דערקלערן אז מיר האבן געמאכט סיי וועלכע ראציאנאלע מסקנא. דער מסקנא איז דאך בעל כרחו ארויסגעקומען פון דיין מוח, אנדעם וואס דו זאלסט האבן די מעגליכקייט עס צו באטראכטן מיט א קריטיקעל בליק און עוועליועיטן צי עס איז אמת.
וואס שייך עי איי, קען ער דיר פונקט אזוי געבן שטותים מיט לאקשן מיט דער פולסטער איבערצייגונג אז ער רעדט יעצט אמת. ווייל לויט זיין אמת, די טויזנטער איינסערס און זעראס, צונויפגעשנירט אויף דעם ספעציפישן וועג ווי מען האט אים געלערנט, איז דאס דער ענטפער.
אוודאי קען עי איי אויך געבן אמת'ע תשובות. אבער אן קיין דרויסנדיגע מענטש וואס זאל עס באאבאכטן מיט א קריטיקעל בליק, איז נישט דא קיין שום וועג וויאזוי ער זאל וויסן צי זיין ענטפער איז אמת, אדער בלויז א שלעכטע רעזולטאט פון זיין אלגאריטם. און דאס זעלבע מיט אונז מענטשן, אויב מיר זענען פשוט'ע דעטערמעניסטן.