דוד המלך׳ס אמת

פארבלאנדזשעט

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 9, 2025
מעסעדזשעס
32
רעאקציע ראטע
207
פונקטן
28
קרוב השם לכל קוראיו-לכל אשר יקראו "באמת"

אונז זאגן די ווערטער דריי מאל א טאג און אשרי על פי רוב אן זיך אפצושטעלן צו פארשטיין די טיפקייט דערפון, אבער אויב אונז וואלטן באמת געלעבט דערמיט אפשר וואלטן די קהלות אויסגעזען אביסל אנדערש.

וויל בדורינו איז געווארן א מציאות אז די וואס זיכן גאט מיט א אמת ווערן פארשוויגן נישט וויל זיי פעלן אמונה אדער זוכן פראבלעמען נאר פארן בלויזן חטא פון פרעגן,

זוכן מיט א אמת מיינט נישט אייביג נאר פרעגן באקוועמע שאלות וויאזוי אויפצובויען התעוררות וכו' נאר סמיינט אויך פרעגן פארוואס פיל איך נישט ווי איך בין נאנט צו גאט ווען איך לערן, אדער ווען א פרוי פרעגט פארוואס זי פילט נישט קיין קשר צו גאט ווען זי גייט אנגעטון לויט די וועד הצניאות....

די קשיות זענען נישט א סכנה, זיי זענען הייליג, זיי זענען די קשיות וואס דוד האט געמיינט ווען ער האט געזאגט באמת, וויל די וואס פרעגן זיכן נישט צו אנטלויפן פון גאט, זיי זיכן צו לויפן צו אים.

מען ציט אונז אויף אלץ קינדער אז אלעס איז אמת, חותמו של הקב"ה אמת, תתן אמת ליעקב, אבער די רגע וואס די אמת מאכט אביסל אומבאקוועם פארשווייגט מען זיי אונגאנצן, מען זיכט שטילקייט איבער אמתדיגקייט.

מען וויל גלאטע מעשיות, קלארע תשובות, אבער די לעבן איז נישט אייביג אזוי, אמונה איז נישט אייביג גלאט, סזענען דא ספיקות, חושך, און טריקענקייט, און שפילן כאילו זיי עגזעסטירן נישט מאכט זיי נישט פארשווינדן ווערן.

מען צענזורט אונז פון אלץ קליין קינד אזוי פיל, אונזערע געפולן, אונזערע קשיות, און אונזערע ספיקות, מען האט באשאפן א אומגעשריבענע הלכה אז אויב ביסטו נישט ווי יעדער אנדערש, רעדט נישט דערוועגן, אויב מוטשעסטו זיך שטעל אן א שמייכעל פון אינדערויסן, און אויב זיכסטו טאקע גאט זיך שטילערהייט אדער נאך בעסער, זיך בכלל נישט.

מען דערשטיקט אונזערע קינדער, מען דערשטיקט די חכמים פון די קומנדיגע דור, די וואס פרעגן, די וואס זענען נישט די שוואכע חלק און די שלשלת פון כלל ישראל, נאר די וואס זענען די שטערקסטע. און וואס געשעט איז א חלק פון זיי ווערן פארשוויגן פאר אייביג, און א חלק געבן ארויס זייער ביקוש און אנדרע פלעצער, נישט ווייל זיי האבן פארלוירן זייער אמונה נאר ווייל זיי פילן זיך נישט און פלאץ ביי די וואס פראקלעמירן אז זיי רעדן און זיין נאמען.

וואס זאגט דוד המלך? ער באהאלט נישט זיינע פראבלעמן , זיינע שוועריקייטן, ער םרעגט.

למה ה' תעמוד ברחוק?

מדוע דרך רשעים צלחה?

עד מתי ה' תשכחינו נצח?

ער איז נישט געווארן אפגעפרעגט פארן פרעגן, ער איז געווארן נענטער צו גאט, ווייל קרוב השם לכל קוראיו – לכל אשר יקראו באמת.

(געשריבן געווארן נאכן רעדן צו מיין קליינע ברודער און הערן וואס ער מאכט מיט)
 
וואס זאגט דוד המלך? ער באהאלט נישט זיינע פראבלעמן , זיינע שוועריקייטן, ער םרעגט.

למה ה' תעמוד ברחוק?

מדוע דרך רשעים צלחה?

עד מתי ה' תשכחינו נצח?
און דאס איז שוין דער תהלים נאכ'ן צענזורירן! ווער ווייסט וואס דוד האט אלס געשריבן אריגינעל?...
זשאסט קידינג.
 
Back
Top