די שטילע טויש און בארא פארק

פארבלאנדזשעט

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 9, 2025
מעסעדזשעס
33
רעאקציע ראטע
236
פונקטן
28
בארא פארק איז אייביג געווען איינע פון די שענסטע יודישע שטעט אין חוץ לארץ. פאר יארן לאנג איז זי געווען פון די הויפטשטעט פון דער יודישער שפראך, און די היים פאר עטליכע חסידישע קהלות. א שטאט וואס האט אויסגעדרוקט א שטארקע אידענטיטעט, מיט קלארע קאנטראסט צווישן אינעווייניג און אינדרויסן.

אבער לעצטענס, וואקענדיג אויף דרייצענטע עוועניו, האב איך באמערקט אז בארא פארק האט זיך געטוישט. ס׳איז שוין נישט די זעלבע שטאט אין וואס איך בין אויפגעוואקסן. ס׳איז נאך אלץ א חסידישער שטאט — כמעט יעדער גייט א שטריימל שבת, און ביי רוב מענער איז יודיש נאך אלץ זייער ערשטער שפראך. אבער צווישן די זעלבע סימבאלן, האבן זיך ארויסגעשפילט טוישונגען. פרובירנדיג צו כאפן וואס איז אנדערש, האב איך אנטדעקט עטליכע אינטערסאנטע פענאמען.

די רעוואלוציע פון אייכלערס

ווען איך בין אויפגעוואקסן, אויב האב איך געוואלט ליינען א סעקולערע בוך האב איך געדארפט גיין צום פאבליק לייבערי, וואס פארשטייט זיך אז סאיז געווען קעגן די תקנות פון די חדר, און כ'האב געקענט ליינען אפאר אלטע גוי'שע ביכער פון סטיפע"ן קינג אדער מארק טוועין, אבער אזוי ווי דאס איז געווען צוגעבונדן צו פילע שוועריגקייטן, האב איך מיך באגענוגנט מיט די היימישע כשר'ע ביכער פון אייכלערס און זונדל בערמאן, אויב האב איך געוואלט זיין גאר אויפגעקלערט האב איך געקענט ליינען העניך טעלער, וואס ער - פלעגט מען זאגן - שרייבט ממש ווי א גוי.

ערגעץ אין מיינע בחור'ישע יארן האב איך באמערקט אז אייכלערס האט אנגעהויבן האבן בען שאפירא'ס ביכער, ווייל ער איז דאך א היימישער, שפעטער איז עס אריבער צו קושנער, וויזעל… און נאך אפאר "פרומע" שרייבער וואס זענען אלע בעצם פרומע יודן נאר משום איזה סיבה האבן זיי גענוצט אנדערע פאבלישינג קאמפעניס און נישט ארטסקרול אדער פעלדהיים….

לעצטענס אבער זעה איך עטליכע שענק אין אייכלערס מיט געהעריגע גוי'שע ביכער, לדעתי איז דאס א מורא'דיגע דורכברוך.

און אפילו אויב מען קוקט ביי די השקפה סעקשאן ביי עטליכע היימישע געשעפטן קען מען די לעצטע פאר יאר זיך באגעגענען מיט ביכער און מחברים וואס ביז קוים עטליכע יאר צוריק וואלט געפלויגן פאשקעווילן אויף א געשעפט וואס דערוואגט זיך עס צו פארקויפן. דער מציאות אז מגיד פאבלישינג און מאזעיק"א דרייען זיך געהעריג אויף די שעלפס, און היימישע ספרים געשעפטן איז היסטאריע.


די לויזע סיסטעם

אן אנדער טויש וואס איז פיל שטערקער צו שפירן פון אינעווייניג. אמאל האט יעדער געהערט צו עפעס — א חסידות, א קהילה, א שיטה. היינט איז אן איידענטיטעט פיל לויזער. איך פרעג א חבר "ווי געהערסטו?" און דער ענטפער איז: "שבת דאווען איך דא, מיינע יונגלעך שיק איך אהין, און מיידלעך דארט".

א חלק האבן אפגעלאזט זייערע עקזעסטירנדע קהילות, און א חלק האבן קיינמאל נישט געהערט צו א אפיציעלע סיסטעם. אבער דער פאקט אז אזא גרויסע חלק פון שטאט קען טון "כל הישר בעיניהם" — איז רעוואלוציע.


סמארטפאונס

נאך א זאך וואס האט זיך שטארק געטוישט איז סמארטפאונס אויפן גאס. אמאל איז עס געווען עפעס וואס האט אויסגעזען ווי ס'איז א פארלוירענע קריג. היינט איז עס זייער נפוץ סיי ביי מענער, און ס'ווערט מער און מער ביי פרויען.

איך געדענק ווען אפילו מיט א סמארטפאון אין טאש, האט מען זיך געשעמט עס ארויסצונעמען ברבים. היינט, ווען איך קויף מיין קאווע צופרי, זעה איך יונגעלייט און פרויען צאלן מיט Apple Pay אן קיין שום בושה.



קליידונג

אין קליידונג זעט מען אויך ווי די גרעניצן האבן זיך געטוישט. צו זען א מאן אויף דער גאס בלויז אין העמד, אן הוט און רעקל, איז געווארן גאנץ נארמאל. וואס אמאל פלעגט ציען בליקן פון די אנדערע זייט גאס, גייט היינט אדורך אומבאמערקט.

ווער רעדט נאך ביי די עזרת נשים וואס דארטן האבן זאכן גענומען א שארפע דריי פון שייטלעך ביז קליידער, אז זאכן וואס וואלטן געווען אומדערהערט קוים אפאר יאר צוריק, זענען היינט העכסט נארמאל.



שטודירן און דעגריס

שטודירן איז אויך געווארן א נייע מציאות. אמאל האט מען געהערט שארפע מערכות קעגן דעגריס. היינט גייט עס אריבער בשתיקה. ביי פרויען איז עס שוין לאנג נארמאל, און ביי מענער ווערט עס פאפולערער און פאפולערער. פינאנץ, special ed, IT — די ליסטע איז לאנג.


איך האב זיכער אויסגעלאזט אסאך פרטים, און פארשטייט זיך אז אלע כללים האבן יוצאים מן הכלל. ס'זענען נאך דא גענוג געהעריגע פארצייטישע משפחות. אבער די מציאות איז אז די טוישונגען ווערן היינט די נארמע אין שטאט.

און ספעציעל אז קיינער האט שוין נישט קיין פולן קאנטראל אויף בארא פארק. דאס אליינס האלט איך איז א מורא'דיגע דערגרייכונג.
 
אז דו באקומסט לימאנעס מאך דערפון לימאנאדע, און אז דו ווערסט @פארבלאנדזשעט אין בארא פארק מאך דערפון א שיינע אנטראפאלאגישע ארטיקל!

That's the main moral of the story!
 
דאס וואס דו שרייבסט דא איז בכלל נישט לימיטעד צו בארא פארק. גאנץ יהדות החרדית איז איבער די לעצטע 10-15 יאר אריבער א ראדיקאלע טויש סיי לטב און סיי למוטב (נישט קיין חילוק וועלכע וועג דו קוקסט עס אן).

בשעת ווען אינעם נישט ווייטן אמאל איז ליינען אן אנגלא-יודישע מאגאזין געווען טריפה איז עס היינט מותר לכתחילה,
אמאל זענען די לויזע שייטלען פרויען געווען נאר די בעסערע אדער מער "מאדערנע", היינט זענעןרוב שייטלען מיט העטס/בענדס דאס זעלבע מין שייטל און פיל לענגער ווי אמאל,
אמאל איז א חסידישער יונגערמאן נישט ארויס אויפן גאס אן א רעקל, חוץ אויב ער איז אן ארבייטער ביי די ארבייט, היינט גייען ווייניג ארבייטס יונגעלייט מיט רעקלעך,
אמאל האט א פרוי נישט גערעדט אויפן פאון אויפן גאס, עכ"פ נישט געפירט לאנגע געשפרעכן, היינט וואו מען גייט הערט מען זיי רעדן אויפן העכסטן קול.

נישטא קיין פראטעסטן קעגן פרעסס טראק, גל פז, עמי וכו',

מאידך גיסא:
אמאל האבן כמעט אלע מוסדות אנגענומען יעדן איינעם, היינט אפילו די אייגענע בני הקהילה ווארפט מען זיך מיט,
אמאל האט די מוסדות נישט קאנטראלירט די עלטערן, היינט איז עס א חלק פונעם סיסטעם,
אמאל איז 10% פון די פרומע קהילות געגאנגען מיט שפיצלעך, היינט איז עס א ריזן פראצענט,
אמאל האט דער המון עם קוים געלערנט, היינט איינער וואס איז נישט בקביעות מסיים מסכתות איז א לאאזער.

עס איז דא נאך אסאך משלים פון אכשר דרא/די דורות פאלן און עס איז בכלל נישט פארבינדן מיט איין שטאט אדער ס'אנדערע.
 
@פארבלאנדזשעט, ס'אינטערעסאנט וואס די זאגסט, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק אין איך געדענק ווי מיין מאמע פלעגט מיר זאגן נישט צי וואקן אויף 13 עוועניו, ווייל ס'דרייען זיך דארט 'שיקסעס', היינט ציטאגס איז עס אנגעפילט מיט שפיצלעך, נאך איינער באמערקט עס?
 
@פארבלאנדזשעט, ס'אינטערעסאנט וואס די זאגסט, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק אין איך געדענק ווי מיין מאמע פלעגט מיר זאגן נישט צי וואקן אויף 13 עוועניו, ווייל ס'דרייען זיך דארט 'שיקסעס', היינט ציטאגס איז עס אנגעפילט מיט שפיצלעך, נאך איינער באמערקט עס?
ווייסט פארוואס? ווייל בארא פארק איז אלעמאל געווען באוויסט מיט רביס... יעדע בלאק האט פיר רעבעלעך מינימום איז ווען די קינדער וואקסן פון דעי רעבעלעך אויף קימט שפיצלעך אין די מאסן...
 
ווייסט פארוואס? ווייל בארא פארק איז אלעמאל געווען באוויסט מיט רביס... יעדע בלאק האט פיר רעבעלעך מינימום איז ווען די קינדער וואקסן פון דעי רעבעלעך אויף קימט שפיצלעך אין די מאסן...
די משפחות פון ב''פּ רבי'ס גייען ע''פ רוב נישט קיין שפיצלעך...
 
ענק פארזעהן א דבר פשוט אז די אפענע שייטל/שייטל בענד האבן א צענטל קינדער פון די שפיצל ווייבלעך ופרו וישרצו ויעצמו
 
ענק פארזעהן א דבר פשוט אז די אפענע שייטל/שייטל בענד האבן א צענטל קינדער פון די שפיצל ווייבלעך ופרו וישרצו ויעצמו
איי געסס דו ביזט נישט באהאוונט מיט די סייז פון לעיקוואודע ישיבישע פאמיליעס. זיי דארפן צווויי פופצן פאסאדזשיר ווענס...
 
איך בין נישט אזוי אלט צו געדענקען פון צו לאנג צוריק

אבער איך פארשטיי אז די מצב אין בארא פארק איז פונקט פארקערט, אמאל איז געווען סאך מער מאדערנע אידן אין בארא פארק, היינט איז עס געווארן סאך מער פארסאטמארט, סאך מער סיסטעמייזד.

ס'איז שוין סאך מער ענדליך צו וויליאמסבורג ווי ס'איז געווען יארן צוריק

אזוי האב איך געהערט
 
איך בין נישט אזוי אלט צו געדענקען פון צו לאנג צוריק

אבער איך פארשטיי אז די מצב אין בארא פארק איז פונקט פארקערט, אמאל איז געווען סאך מער מאדערנע אידן אין בארא פארק, היינט איז עס געווארן סאך מער פארסאטמארט, סאך מער סיסטעמייזד.

ס'איז שוין סאך מער ענדליך צו וויליאמסבורג ווי ס'איז געווען יארן צוריק

אזוי האב איך געהערט
הונדערעט פראצענט. אמאל איז געווען די Jewish Press פארקויפט איבעראל. די נ.י. צייטונגען האבן זיך פארקויפט אין גרויסען.
דער עולם האט אויסגעהערט קאנטרי יוסי מיט נחום סיגעל און זאב ברעננער און להבדיל באב גרענט.
מען האט גערעדט א בעסערע ענגליש אפילו די וואס האבן גערעדט אידיש אין שטוב.
די מח איז געווען און א וועג ברייטער אז נישט יעדע זאך דארף מען זוכען א היתר.
אידישקייט האט מער באדייט די פנימית איידער די נארישע קאליר פון די שיך.
ס'איז נאך געווען אמעריקאנער אידן פרומע אבער נישט פארפרומט מיט בעלאוני.
אסאך מער גוים אין בארא פארק.
אין חדר איז געווען א מיש פון את רוב פון די קהילה און חסידות אבער א גרויסע פראצענט פון אנדערע קרייזן און לעוועלס פון פרומקייט.
דאס האט סתם אזוי געהאלפן נישט זיין אזוי פארדומט.
ענגליש איז מען געגאנגן און אפילו צוגעשטעלט היי סקול פאר ווער עס האט געהאלטן דערביי.
די טיטשירס זענען געווען עפ''י רוב פון פובליק סקול און פרייע אידן מיט אפשר ריפארם אידן אולי.
בקיצור אז דער עולם איז אויס געמישט ווערט מען נישט אזוי קליין קעפיג און די מוסדות האבן אויך נישט געפייניגט אז מען זאל זיין פארנומען מיט די חיצוניות.
איך טראכט אויך אז די מלחמה איבערלעבער דור מיט די צדיקים אזוי ווי באבובער רב זצ''ל האבן בכלל געווען א אנדערע לעוועל וואס האט אויסער די חינוך פאר קינדער און בחורים שפעטער געהאלטן די בעלעבתים און משפיע געווען אפילו אויך די וואס זענען געווען מער פארגרעבט אבער דאס איז א אנדערע שמועס.
 
Back
Top