פארבלאנדזשעט
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 9, 2025
- מעסעדזשעס
- 33
- רעאקציע ראטע
- 236
- פונקטן
- 28
בארא פארק איז אייביג געווען איינע פון די שענסטע יודישע שטעט אין חוץ לארץ. פאר יארן לאנג איז זי געווען פון די הויפטשטעט פון דער יודישער שפראך, און די היים פאר עטליכע חסידישע קהלות. א שטאט וואס האט אויסגעדרוקט א שטארקע אידענטיטעט, מיט קלארע קאנטראסט צווישן אינעווייניג און אינדרויסן.
אבער לעצטענס, וואקענדיג אויף דרייצענטע עוועניו, האב איך באמערקט אז בארא פארק האט זיך געטוישט. ס׳איז שוין נישט די זעלבע שטאט אין וואס איך בין אויפגעוואקסן. ס׳איז נאך אלץ א חסידישער שטאט — כמעט יעדער גייט א שטריימל שבת, און ביי רוב מענער איז יודיש נאך אלץ זייער ערשטער שפראך. אבער צווישן די זעלבע סימבאלן, האבן זיך ארויסגעשפילט טוישונגען. פרובירנדיג צו כאפן וואס איז אנדערש, האב איך אנטדעקט עטליכע אינטערסאנטע פענאמען.
די רעוואלוציע פון אייכלערס
ווען איך בין אויפגעוואקסן, אויב האב איך געוואלט ליינען א סעקולערע בוך האב איך געדארפט גיין צום פאבליק לייבערי, וואס פארשטייט זיך אז סאיז געווען קעגן די תקנות פון די חדר, און כ'האב געקענט ליינען אפאר אלטע גוי'שע ביכער פון סטיפע"ן קינג אדער מארק טוועין, אבער אזוי ווי דאס איז געווען צוגעבונדן צו פילע שוועריגקייטן, האב איך מיך באגענוגנט מיט די היימישע כשר'ע ביכער פון אייכלערס און זונדל בערמאן, אויב האב איך געוואלט זיין גאר אויפגעקלערט האב איך געקענט ליינען העניך טעלער, וואס ער - פלעגט מען זאגן - שרייבט ממש ווי א גוי.
ערגעץ אין מיינע בחור'ישע יארן האב איך באמערקט אז אייכלערס האט אנגעהויבן האבן בען שאפירא'ס ביכער, ווייל ער איז דאך א היימישער, שפעטער איז עס אריבער צו קושנער, וויזעל… און נאך אפאר "פרומע" שרייבער וואס זענען אלע בעצם פרומע יודן נאר משום איזה סיבה האבן זיי גענוצט אנדערע פאבלישינג קאמפעניס און נישט ארטסקרול אדער פעלדהיים….
לעצטענס אבער זעה איך עטליכע שענק אין אייכלערס מיט געהעריגע גוי'שע ביכער, לדעתי איז דאס א מורא'דיגע דורכברוך.
און אפילו אויב מען קוקט ביי די השקפה סעקשאן ביי עטליכע היימישע געשעפטן קען מען די לעצטע פאר יאר זיך באגעגענען מיט ביכער און מחברים וואס ביז קוים עטליכע יאר צוריק וואלט געפלויגן פאשקעווילן אויף א געשעפט וואס דערוואגט זיך עס צו פארקויפן. דער מציאות אז מגיד פאבלישינג און מאזעיק"א דרייען זיך געהעריג אויף די שעלפס, און היימישע ספרים געשעפטן איז היסטאריע.
די לויזע סיסטעם
אן אנדער טויש וואס איז פיל שטערקער צו שפירן פון אינעווייניג. אמאל האט יעדער געהערט צו עפעס — א חסידות, א קהילה, א שיטה. היינט איז אן איידענטיטעט פיל לויזער. איך פרעג א חבר "ווי געהערסטו?" און דער ענטפער איז: "שבת דאווען איך דא, מיינע יונגלעך שיק איך אהין, און מיידלעך דארט".
א חלק האבן אפגעלאזט זייערע עקזעסטירנדע קהילות, און א חלק האבן קיינמאל נישט געהערט צו א אפיציעלע סיסטעם. אבער דער פאקט אז אזא גרויסע חלק פון שטאט קען טון "כל הישר בעיניהם" — איז רעוואלוציע.
סמארטפאונס
נאך א זאך וואס האט זיך שטארק געטוישט איז סמארטפאונס אויפן גאס. אמאל איז עס געווען עפעס וואס האט אויסגעזען ווי ס'איז א פארלוירענע קריג. היינט איז עס זייער נפוץ סיי ביי מענער, און ס'ווערט מער און מער ביי פרויען.
איך געדענק ווען אפילו מיט א סמארטפאון אין טאש, האט מען זיך געשעמט עס ארויסצונעמען ברבים. היינט, ווען איך קויף מיין קאווע צופרי, זעה איך יונגעלייט און פרויען צאלן מיט Apple Pay אן קיין שום בושה.
קליידונג
אין קליידונג זעט מען אויך ווי די גרעניצן האבן זיך געטוישט. צו זען א מאן אויף דער גאס בלויז אין העמד, אן הוט און רעקל, איז געווארן גאנץ נארמאל. וואס אמאל פלעגט ציען בליקן פון די אנדערע זייט גאס, גייט היינט אדורך אומבאמערקט.
ווער רעדט נאך ביי די עזרת נשים וואס דארטן האבן זאכן גענומען א שארפע דריי פון שייטלעך ביז קליידער, אז זאכן וואס וואלטן געווען אומדערהערט קוים אפאר יאר צוריק, זענען היינט העכסט נארמאל.
שטודירן און דעגריס
שטודירן איז אויך געווארן א נייע מציאות. אמאל האט מען געהערט שארפע מערכות קעגן דעגריס. היינט גייט עס אריבער בשתיקה. ביי פרויען איז עס שוין לאנג נארמאל, און ביי מענער ווערט עס פאפולערער און פאפולערער. פינאנץ, special ed, IT — די ליסטע איז לאנג.
איך האב זיכער אויסגעלאזט אסאך פרטים, און פארשטייט זיך אז אלע כללים האבן יוצאים מן הכלל. ס'זענען נאך דא גענוג געהעריגע פארצייטישע משפחות. אבער די מציאות איז אז די טוישונגען ווערן היינט די נארמע אין שטאט.
און ספעציעל אז קיינער האט שוין נישט קיין פולן קאנטראל אויף בארא פארק. דאס אליינס האלט איך איז א מורא'דיגע דערגרייכונג.