האסטו קלאר געהערט פון דיין טאטע איבער מעמד הר סיני?

זאגסט זייער גוט, און דו האסט מיר געברענגט נענטער צו מיין נקודה.
מהיכי תיתי אז אמאל איז נישט געווען קיין קריטיקעל טינקינג? דאס אז זיי האבן געגלייבט אין די זאכן וואס דו האסט אויבן געברענגט, איז נישט קיין גוטע ראי', ווי איך האב שוין אויבן געשריבן.
אמאל איז נישט געווען די "לוקסוס" פון קריטיקל טינקינג (אויב דו האסט געוואלט בלייבן מיט א קאפ וואס קלעפט צו דיינע אקסלען).
 
אינטערעסאנט איז אז א זיבעטע טאג איז פריי ,פון ארבייט איז היינט איינגעפיהרט אין די גאנצע ציוויליזירטע וועלט , אויך דער נאמען שבת , איז אינטערנאציאנאל
נישט אלע האלטן דעם זעלבן טאג , אבער דאס איז נישט מעכב , ווי די גמרא זאגט ההולך במדבר ואינו יודע , ער ווייסט נישט וועלכע טאג עס איז- ער האט פארלוירן דעם חשבון - מונה ששה ימים ושובת , ער האלט דעם ״ זיבעטן- לויט זיין חשבון

דעס איז דאך גיוועהן דער מקור , פון די וואס האבן חולק גיוועהן אויפן חזון אי״ש לגבי דעם קו התאריך , וואס ער האט א ראיה פון די גמרא , לויט בעל המאור און כוזרי , אז אין יאפאן איז די טאג גירוקט פון יידישן מספר פון שבת , איז די טענה פון די חולקים , אז מען גייט נאכן זיבעטן וואס מען ציילט למעשה.
נישט קלאר וואס דו פרובירסט דא צו זאגן.
דאס אז די גאנצע וועלט גייט מיט די קריסטליכע קאלענדער מיינט אז קריסטענטום איז אמת?

די גאנצע וועלט טוט "היינט" אסאך זאכן וויבאלד במשך הדורות זענען געווען עמפייערס וואס האבן אריינגעברענגט זייער קולטור צווישן אלע זייערע אונטערטאנען.
 
נישט קלאר וואס דו פרובירסט דא צו זאגן.
דאס אז די גאנצע וועלט גייט מיט די קריסטליכע קאלענדער מיינט אז קריסטענטום איז אמת?

די גאנצע וועלט טוט "היינט" אסאך זאכן וויבאלד במשך הדורות זענען געווען עמפייערס וואס האבן אריינגעברענגט זייער קולטור צווישן אלע זייערע אונטערטאנען.
נאר גימיינט אהנצוווייזען אויף די הערה פון שטייגער אז שבת, וואס איז אין די טען קאמעדמענטס, ווערט נישט פראקטיצירט, אז למעשה ווערט שבת אנערקענט אין די ציוויל וועלט
די קאלענדער האט נישט מיט רעליגיע, עס איז גיבעיסט אויף מהלך החמה, תקופות השנה, וואס קריסטן האבן מסדר גיוועהן,
דרך אגב די חשבון פון תקופות איז דערמאנט אין די גמרא אין נאהמען פון שמואל, און די קאלענדער איז גיגאנגען מיט די חשבון, נאר שפעטער האבן זיי איינגיזעהן אז זיי מאכן דעם יאהר עטוואס לענגער ווי עס איז ריכטיג, האבן זיי אויף איינמאהל געסקיפט 11 טאג צו אויסגראדן דעם חשבון, דער אויסגיבעסערטער קאלענדער שטימט מער מיט די חשבון וואס אונז רופן אהן תקופת רב אדא, א בן דורו פון שמואל, און ער האט געשריבן די ברייתא מיט א מער פונקטליכע רעכענונג.

אין די הלכה פון תקופות גייט מען נאך די קאלענדער חשבון לגבי ותן טל ומטר, הגם נאך לויטן אלטן נוסח פון שמואל, וואס איז א פלא, ווייל עס איז קלאהר אז די נייע איז מער אקוראט, - אבער הלכה איז א סלאו מאווינג וויהיקל - אין די חשבונות פון עיבור שנה, אז די חגים זאלן אויס קומען אין תקופת האסיף סוכות , און אין תקופת אביב פסח , האט מען שוין מעיקרא גענוצט די חשבונות פון רב אדא׳ס ברייתא, וואס מען האט גיהאלטן אז עס איז פונקטליכער , איז מסתבר אז דער חשבון פון שמואל איז א לייכטערער - ער רעכנט יעדע תקופה 91 טעג אין 6 שעה , האט מען דעס קובע גיוועהן פאר די תפילה פון שאלת גשמים , אבער פונדעסטוועגן ווען די גלח גרעגאריוס האט גיטוישט צו פארעכטן , וואלט מען וועהן גיקענט עס אהנעמען , אבער זעהט אויס אז מען האט נישט גיוואלט גיבן דעם כבוד פאר׳ן גלח , איז משנה לא זזה ממקומה ,און עס איז גיווארן דעצעמבער 4 אויף דעם נייעם קאלענדער
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
אמאל איז נישט געווען די "לוקסוס" פון קריטיקל טינקינג (אויב דו האסט געוואלט בלייבן מיט א קאפ וואס קלעפט צו דיינע אקסלען).
איך האב דיר געבעטן א ראי', נישט קיין סטעיטמענט.
 
Back
Top