די יסוד פון מתן תורה איז אז מ'קען נישט פאבריצירן א מעשה אז 3 מיליאן מענטשן זענען געשטאנען ביי א בארג און געהערט פון גאט אליין איך בין גאט!
מען קען יא.
שוין כמה וכמה פעמים אויסגעשמועסט אז ס'איז פאראן עטליכע וועגן וויאזוי אזא מסורה וואלט געקענט געבוירן ווערן:
1. משה זאל פשוט האבן געווען א גאר גוטער כישוף מאכער/מעדזשיק פערפארמער, און די אלע אידן אונטערן בארג האבן
געהערט גאט וואס איז באמת פערפארמד געווארן דורך משה.
2. נאך א מהלך וויאזוי אזא מסורה זאל קענען געבוירן ווערן אן דעם וואס ס'זאל זיין אמת: אידן האבן געהאט לעגענדעס פון זייער לעגענדארער פירער משה און פארלוירענע געבאטן וואס ער זאל האבן געגעבן (אן וויסן פונקטליך וואס דארט איז געשטאנען), און טויזנט יאר שפעטער ווען מען האט "
געטראפן" די ביכער פון זיינע געבאטן האט מען אין דעם בוך אויך געטראפן די מעשה פון מעמד הר סיני מיט אלע אירע פרטים (600,000 וכו').
זעלבסטפארשטענדליך אז עפעס וואס משה'ס הייליגע שריפטן שרייבן איז אפילו נישט קיין שאלה אויב ס'איז אמת, און אזוי זענען די
דעטאלן פון מעמד הר סיני אנגעקומען צום פאלק (איבריג צו זאגן אז ווען מען
טרעפט אלטע ביכער קענען די "טרעפער" זיכער מאכן אז מען "טרעפט" דארט געשריבן דאס וואס זיי וואלטן געוואלט ס'זאל דארט שטיין געשריבן).
אין אנדערע ווערטער, צו זאגן אז האבן אזא מסורה מיינט אטאמאטיש אז די מסורה איז אמת, איז פשוט נישט ריכטיג...
נישט די קריסטן, נישט מחמד, בודי און הינדו, וכו' וכו', האבן אזא השתלשלות פון זייער רעליגיע,
נישט די קריסטן, נישט די אידן, בודי און הינדו וכו' וכו', האבן מצליח געווען אז בלויז עטליכע צענדליגע יארן נאך די גרינדונג פון זייער רעליגיע זאל אזא ריזיגע חלק וועלט זיין איבערצייגט אין די אמת'דיגקייט פון זייער רעליגיע, בלויז די מוסלעמענער האבן עס באוויזן. במילא? צו מיינט עס אז איסלאם איז אמת? צו מיינט עס אז אזא זאך קען נישט געשעהן אן קיין נס מן השמים?
אדער מיינט עס ענדערש אז כדאי אזא זאך זאל פאסירן פאדערט זיך א געוויסע צאמשטעל פון פאסירונגען און בלויז דעמאלטס וועט די רעזאלט קענען זיין דאס וואס ס'איז געווען דאן.
און כאטש די צוזאמען שטעל פון די פאסירונגען פאסירן נישט אפט איז עס אבער נאכאלץ נישט פשט אז אזא זאך
קען נישט פאסירן.
נישט איך, נישט מיין טאטע, נישט מיין פעטער און נישט קיינער פון מיין קהילה האבן באוויזן צו מצליח זיין צו געווינען די לאטערי. צו מיינט עס אז ס'
קען נישט זיין אז איינער זאל געווינען די לאטערי?
אדער מיינט עס ענדערש אז געווינען די לאטערי איז עפעס יוניק און נישט יעדער קומט אן דערצו?
דאס אז אונזער מסורה איז יוניק, מיינט נישט אז ס'קען נישט האבן געווארן פאבריצירט.
ווי ערווענט איז דא עטליכע גוטע הסברים וויאזוי אזא זאך זאל קענען האבן געווארן פאבריצירט, כאטש וואס ס'בלייבט ווייטער יוניק.
ועוד, די קריסטן און די מוסלעמענער האלטן אלס א חלק פון זייער תורה אז די מעשה איז געשען קיינער דינגט זיך ניטאמאל אויף דעם,
די מארמאנען, פראטעסטאנטן, דזשהאווע'ס וויטנעסעס און מוסלעמענער האלטן אלע אז יוזל איז געווען א גאר הייליגער באשעפעניש. במילא?
וואס איז די חידוש אז רעליגיעס וואס ווערן געבוירן פון א צווייטע רעליגיע זאלן אננעמען די מעשיות פון די מאמע רעליגיע?
לגבי דעס אז די תורה איז פארגעסן געווארן א טאטאל נישט אמת, מען האט נישט פארגעסן די תורה סאיז פשוט נישט געווען א געהעריגע אוועקגעשטעלטע רוחניות'דיגע הנהגה וואס האט געפירט אז מען זאל נישט וויסן געהעריג וואס מען מעג און וואס נישט,
וועלכע מלאך האט דיך דאס פארציילט?
אין מיין תורה שטייט אנדערש.
נאך דעם איז דא א כלל אז א נארמאלע מענטש average גייט נישט אריינבאקן שטותים ואבלים פאר זיינע קינדער! צא ובדוק
יעצט די גוים זענען די זעלבע, זיי גייען עס אויך נישט טוהן נאר זיי זענען געווארן פאר'כישופ'ט פון יושקא און מוסלומענער פון מחמד וואס האבן געהאט גאר א שטארקע כח און די רמב"ם שרייבט וואס די ציל דערפון איז געווען, אבער ס'איז קלאר אז זיי האבן געהאט א אומבאגרייפליכן כח און געשלעפט די גאנצע וועלט צו זייער אידיעלאגיע וואס ווער עס קוקט אריין זיכער אין די new testament וואס איז זיך סותר אויף טריט און שריט און באשאפן נייע ווערטער וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און אלע זענען מודה אז א מתן תורה איז געווען nobody is denying it!!
זאלסט מיר מוחל זיין, אבער דא שטייט נישט גארנישט מער ווי "מיין טאטע איז שטערקער וויי דיין טאטע" (אפשר ביסטו דער וואס איז פאר'כישופ'ט?? אפשר איז דער רמב"ם בכלל נישט קיין מאן דאמר??)