שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 314
- רעאקציע ראטע
- 1,138
- פונקטן
- 213
ר' ישרא' פריי ממקורו א גורער חסיד, אבער היינט מער ווי ר' שמוא' אויבערבאך'ס תלמידים, דהיינו, ער איז נישט קיין סאטמערער עדה החרדית ירושלמי קנאי, אבער האט זיך דערקלערט אלץ אנטי איזראעלישער זשורנאליסט און בעל דעה זאגער, ער איז נישט קעגן די ציונים מכוח די סאטמארע קנאות, פון שלוש שבועות חמורות ווי עס איז מבואר אין חז''ל און היינט צוטאגס מסביר געווען להלכה דורך כ''ק אדמו''ר רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר הויא' משה זי''ע, נאר מכוח שכל, ''קאמאן סענס'', ער זעהט איין אז ארץ ישרא' האט נישט קיין שום חשבון מיט'ן ''פייטן'', די אראבער נאר דורך זיי ארויסשטופן פון לאנד. און דאס זאגט ער איז כנגד אנושית מילא איז דאס אויך נגד התורה וחסידות פון זיין גורער אפשטאם.
ר' ישרא' פריי איז נישט נאר א זשורנאליסט אינטער א קאמפיוטער ווי אלע חרדישע שריפטשטעלער נאר טרעט אויף יעדע נאכט אויף טעלעוויזיע זיך טענה'דיג מיט אלע ציונים און איז זיך משתתף ביי יעדן אנטי ציוני פרא פאלעסטינער פראטעסט ווי די נטורי קרתא.
ווי ר' שאול אלטער קען ער זיך נישט האלטן דאס מויל פארמאכט פון עוולות, מילא ווערט ער גערודפט ליידער פון רוב איזראעליס. איצט האט מען אים ענדליך ארעסטירט ווייל ער האט געפייערט די טויט פון א גרופע נצח יהודא צה''לניקעס אין עזה. וואס די כאמאס האט דורכגעפירט אן אמבוש די וואך דארטן, פארוואנדענדיג אסאך וואס די צענזור לאזט נישט די וועלט וויסן פונקטליך וויפל אבער וויבאלד די פרומע משפחות האלטן דאך יא אפ ''פובליק'' לוויות ווייסט מען פון 5 זיכער טויט, אבער אסאך מער פארוואונדעט וואס מ'לאזט נישט פארציילן. זיין ווייב האט זיך ליידער אפגעגט פון אים, ער האט 2 קינדער פון איר. ער איז אויפגעוואקסן ביי א טאטע וואס לערנט היינט אין כולל אין חצור.
ביי קאראנע האט ער פארפירט אז חרדים מוזן אויך איינהאלטן די סאציאלע דערווייטערונג געזוטנהייט מאסאנאמען.
ביבי נתני' געפינט זיך אין אמעריקע, זיינע קינדער וואונען אין פלארדיע אין מיאמי, ביים ביעטש. אבער ער שיקט ארץ ישרא' זיך לאזן הארגענען אין עזה. סתם פאר נקמה פון אקט' זיבן, ער האט נישט קיין שום חשבון וויאזוי צו געווינען אז 2 און א האלב מיליאן אראבער אין עזה זאלן זיך אויפהייבן אין מופן קיין סיריע. כאטש די ציונים האבן פארטריבן אראבער אין די הונדערטע טויזענטע איז דאס נאך קיינמאל נישט געווען אז גרויסער נומער. און דאן ביים גרינדונג פון די מדינה איז דאס געווען גראד נאכ'ן האלאקאוסט און בעפאר דעם נאך די פאגראמען אין רוסלאנד פוילן און אנדערע ערטער אין מזרח אייראפע. אבער איצט זענען אידן גאר רייך און סוקסעספול אין וויליאמסבורג מאנדרוי קראונהייטס וכו' אלע אידישע געגענטער ווי מיר וואונען איצט מילא גייען מיר נישט קיין ארץ ישרא' זיך לאזן הארגענען ווי די ציונים פאר זייער אידיא'ל.
ר' ישרא' פריי קוקט היינט אויס ווי א ליטווישער ר' שמוא' אויבערבאך תלמיד אבער ער איז א גורער חסיד ממקורו מחיניכו מילדותו וממשפחתו.
ס'נישט די ערשטע מאל וואס ער איז ארעסטירט, אבער איך האף און איך בעט דעם רבונו של עולם אז דאס זאל אויך נישט זיין די לעצטע מאל, ווייל ביז איצט פלעגן זיי אים סתם אפהאלטן און אויספארשן, אבער איצט האבן זיי פארלענגערט זיין ארעסט.
אין ארץ ישרא' איז ליידער נישטא דער מושג פון 'פרייהייט פון ווארט', ווי אין אמעריקע, דארטן איז שטענדיג מלחמה צייטן, דעריבער יעדער איינער וואס זאגט א קרום ווארט, פאר די ציוניםלעך, ווערט דאס אויסגעטייטשט ווי געבן מאראלישע שטיצע פאר'ן שונא. זיי לאזן נישט אריינטריט דארטן פאר'ן 'נטורי קרתא' הויפט, פון מאנסי, הרה''צ לוחם מלחמת השם יתברך במסירת נפש ממש, רבי ישרא' דוד ווייס און פעלדמאן שליט''א, כאילו ער וויל זייער שטארק גיין אויף ארץ ישרא' מאכן אן עלי'...
ר' ישרא' פריי שרעקט זיך נישט צו זיך טענה'ן מיט די גרעסטע ציוניסטישע שישקעס גבר אלים'ס סיי אויף טי.ווי. סיי אויף סאשל מידיע און סיי אויף די גאסן!
ווי אויך לאזן זיי נישט אפערירן די 'על זשאזירא' זשוראליסטן אין ערגעץ נישט אין זייערע אקופירטע געביטן, די מערסטע מענטשן וועמען זיי האבן שוין געהארגעט אין עזה זינט אקט' 7, ווען זיי האבן געכאפט א געזונטן היסטארישער דורכפאל פון כאמאס, איז זשורנאליסטן. קרוב צו 200 זשורנאליסטן זענען שוין דערמארדעט געווארן אין עזה Killing of journalists in the Gaza war - Wikipedia מהם 5 אידישע זשוראנליסטן אבער על פי רוב גוים.
ר' ישרא' שטאמט פון זייער א חשובער גורער משפחה, ר' יודא לייב אבראמאוויץ א תלמיד פון חכמי לובלין ישיבה, א תלמיד פון ר' מאיר שפירא וועמענ'ס געביין ער האט ארויפגעברענגט קיין ארץ ישרא' פון פוילן, ער איז געווען ר' איטשע מאיר לעווין'ס חבר, און דער חבר הכנסת מטעם אגודת ישרא' און סגן ראש העיר פון תל אביב איז זיין עלטער זיידע פון זיין מאמע'ס זייט. זיי מאמע'ס טאטע דהיינו ר' ישרא'לס זיידע איז געווען די גורער רב אין חצור ווי ר' ישרא' איז געוואקסן ער איז געווען א זוהן פון ר' יודא מאיר ער האט געהייסן ר' צבי יצחק אברמוביץ בעל מחבר ספר טעם הצבי זצ''ל
ר' ישרא'ל'ס זיידע דער רב פון די גורע קהילה אין חצור, הרה''ג רבי צבי יצחק אברמוביץ בעל מחבר ספר טעם הצבי זצ''ל, על התורה ומועדי השנה.
ר' אברהם דוד גרינבוים, ישרא' פריי'ס גורער חבר רבי און בעל הבית אין זשורנאליזם.
ר' ישרא' פריי האט מלכתחילה אנגעהויבן זיין קאריערע ווי אלע היימישע זשורנאליסטן, אונטער הרב ר' אברהם דוד גרינבוים שליט''א, זיין גורער חבר, און געלונגענער שרייבער און גרינדער רעדאקטער פון די ש''ס צייטונג, 'הדרך', ווען זייער אלטער טאג-צייטונג 'יום ליום' איז געווען זייער פרא ישי און אנטי דערי, ווי אויך האט ר' אברהם דוד רעדאקטירט דעם 'בקהילה' מאגאזין, און אנגעפירט דעם 'קול חי' ראדיא סטאנציע, ר' אברהם דוד האט היינט א אייגן מאגאזין וואס הייסט 'מורשה' מיוחד צו פארשפרייטן חסידות. אבער זיינע קאלומס פארשפרייטן זיך אין אסך צייטונגען בעיקר אין ארץ ישרא' אבער אויך אין אמעריקע אינעם גורען ענגלישן המודיע פון רות ליכטנשטיין איטשע מאיר לעווין'ס אייניקל, אונטער פארשידענע פען נעמען ווי ליבערטי פון קאנטרי און נאך...
ר' ישרא' פריי האט טאקע אנגעהויבן זיין זשורנאליזם קאריערע אין די היימישע מידיע ווי קול חי און בקהילה, אבער היינט ווערן זיינע ווערק געדרוקט אויף ענגליש איבער די גארער וועלט ווי אין הארץ און אפילו אין די אראבישע מידיע נעצן ווי דא Yisrael Frey
זעהט זיין טוויטער פיעד וואס האט אויפגעוועקט די רוגזה פון די ציונים פארוואס זיי האבן אים איצט ארעסטירט נאכאמאל.
https://x.com/freyisrael1
בייגעלייגטע פיילס
לעצט רעדאגירט: