לאמיר דיסקוסירן די רעאקציעס אדער עמאודזשיס אװײלעבּל אױף קרעמל

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,536
רעאקציע ראטע
4,552
פונקטן
443
איך װיל אױסשמועסן אזאך װאס באדערט מיך און אױב װעלן אנדערע, און א מערהײט פון אײך, האלטן װי מיר װעל איך, אױב װעט זיך אױספעהלן, עפענען א פארשלאג אװאו מען װעט געהעריג פארמוּלירן װאס עס דארף געטױשט װערן.

1) יעצט, אז מען גיבט א קוק אױף די עמאודזשיס װאס געפונען זיך אױף קרעמל זעהט מען אז די צאל פון די פאזיטיװע זענען פיהל מער װי די נעגאטיװע. און דאס איז לדעתי נישט יושר.

עס זענען דא ס"ה 20 עמאודזשיס:

1763004782095.webp

9 װאס זענען קלאר פאזעטיװע עמאודזשיס:
1763003986909.webp
1763004014324.webp
1763004035052.webp
1763004054353.webp
1763004063655.webp
1763004074948.webp

נאך 5 נוטראַלע, װאס קענען גענוצט װערן סײ פאזעטיװ סײ נעגאטיװ:
1763004386535.webp
1763004147222.webp
1763005025439.webp
1763004174156.webp

און נאך 2 װאס איז נישט קלאר װען מען נוצט זײ (הגם די 2טע איז אַרגיוּבּלי א נעגעטיװע):
1763004230653.webp
1763004958046.webp

בלײבט איבער 4 נעגעטיװע עמאודזשיס (די לעצטע װאס מען נוצט גאר זעלטן): 😡🤨(n)🫤

איך בין בײ דער מײנונג אז מען זאל אדער קאָטְן דאַאוּן פון די פאזעטיװע עמאודזשיס (מען דארף נישט אזױפיהל הערצעלעך) אדער ארײנברענגען נאך נעגאטיװע עמאודזשיס, אדער בײדע.

פאר א סטאַרט װאלט איך ארײנגעברענגט די פאלגנדע דרײ: דער 'ברעכְן' אדער 'דיסגאָסטינג' עמאודזשי (🤮), דער 'בּאָורינג' אדער מיד עמאודזשי (🥱) און דער 'שעלטְן עמאודזשי (🤬).

נאכדעם װאלט איך אױך ארײנגעברענגט דער 'לאכן מיט טרערן' עמאודזשי אבער װוּ די סמײלי פֿײס זיצט געהעריג אױף די גראַונד (😂) פאר װען מען װיל סתם גוטמוטיג לאכן פון א הודעה אָהן זיך באציעהן צו עפעס א שטעך, פֿליק אדער דזשאוק װאס די הודעה אנטהאלט.

2) די 2טע נקודה איז אז מען דארף מער אױסקלארן אױפ'ן נאמען פון די אױבן דערמאנטע אומקלארע עמאודזשיס װאס זײ מײנען. אפי' די נוטראלע װאלט מען געמעגט בעסער אױסקלארן כדי זײ זאלן אױס נוטראל װערן. למשל, א 'קרײזי' אדער 'שאָק' עמאודזשי קען מען גיבן סײ װען מען האלט אז דער פּאָוסטער פון די הודעה איז קרײזי אדער װען די אינהאלט װאס ער ברענגט [א קװאט צו א קליפ] איז קרײזי אבער פון אים אלײנס האלט מען נאך זײער שטארק. װידער א 'הממ' עמאודזשי קען מען ברענגען סײ אױסצודרוקן דיסאַגרימענט מיט'ן כותב און סײ אז 'עפעס א פױנט זאגט ער דאך'.

3) און די דריטע פונקט, און מיט דעם װעל איך ענדיגן פאר הײנט, איז אז דיע עמאודזשיס װאס באנוצער נוצן די מערסטע זאל מען רוקן [אדער װאס מען װיל באנוצער זאלן נוצן דאס מערסטע - װי צ.ב.ש. די פאזעטיװע רעאקציעס] זאל מען רוקן מער צו לינקס פון די ליסט, אזױ אז די באנוצער װאס שרײבן אױף א קאמפיוטער זאלן זיך נישט דארפן מיטשען רוקן זײער מַאוּז ביז אהין: דער הערצעלע עמאודזשי למשל איז אינגאנצן אױף רעכטס, מאכענדיג איר באנוץ זײער שװער פאר פיהלע. הגם מען האט טאקע געטױשט די ארט פון די לאכעדיגע, שיפע עמאודזשי זענען אבער רוב פאזעטיװע עמאודזשיס נאכאלס צופיהל רעכטסװײז פאר א קאמפיוטער משתמש.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 1763004550704.webp
    1763004550704.webp
    894 bytes · געזען: 2
  • 1763004704617.webp
    1763004704617.webp
    1.2 KB · געזען: 3
לעצט רעדאגירט:
שכוח פאר די שטענדיגע פרישקייט!!!

הערה קטנה
איך בין בײ דער מײנונג אז מען זאל אדער קאָטְן דאַאוּן פון די פאזעטיװע עמאודזשיס (מען דארף נישט אזױפיהל הערצעלעך) אדער ארײנברענגען נאך נעגאטיװע עמאודזשיס, אדער בײדע.
מיין פיהלינג איז אז ליבשפט (/פאזעטיוועטי) איז קיינמאל צופיהל!

❤️💕💖🫀🥰😍❤️💕💝💜💛💚💙💞💗🩷❤️‍🔥🫶🌹
 
געטראכט פון אזא געדאנק,
וואלט געווען א ניצבארע אקט אריינצוברענגן א געדאנק פון א גאלדענע שטערנדל
כגון:
💫 - ✨ - ⭐
יעדע מעמבער וועט באקומען בלויז פיר / פינעף דערפון א חודש צו ניצן, די געדאנק איז אז ווען איינער וויל זיך אויסדריקן שטערקער מיט א פרישיעשאן און דאנקבארקייט אויף א געוויסע מעסעדזש וואס האט אים שטארק איבערגענומען צו געפאלן, זאל ער האבן עפעס צו געבן אלס געשאנק,
און די פאקט אז מען האט אזוי ווייניג דערפון, וועט ברענגען דערצו מען זאל עס האלטן חשוב אין טייער!
און ס'קען גיין נאך ווייטער, מען קען אפשר אנשטעלן א געוויסע מעדאל וואס מען וועט באקומען ווען מען דערגרייכט א געוויסע צאל "גאלדענע רעאקציעס", א חוץ די געהעריגע רעאקציע מעדאל,

געווען נייגעריג צו הערן וואס די עולם זאגט דערצו, און אפשר זאל מען פירן צום שטים בודקע,
 
די לשון פון יעדע תגובה וועט זיין
"בעצם וואלט איך דיר געגעבן א סטאר אבער וואס זאל איך טון אז איך האב שוין נישט"....
 
Back
Top