לאמיר דיסקוסירן די רעאקציעס אדער עמאודזשיס אװײלעבּל אױף קרעמל

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,762
רעאקציע ראטע
5,242
פונקטן
943
איך װיל אױסשמועסן אזאך װאס באדערט מיך און אױב װעלן אנדערע, און א מערהײט פון אײך, האלטן װי מיר װעל איך, אױב װעט זיך אױספעהלן, עפענען א פארשלאג אװאו מען װעט געהעריג פארמוּלירן װאס עס דארף געטױשט װערן.

1) יעצט, אז מען גיבט א קוק אױף די עמאודזשיס װאס געפונען זיך אױף קרעמל זעהט מען אז די צאל פון די פאזיטיװע זענען פיהל מער װי די נעגאטיװע. און דאס איז לדעתי נישט יושר.

עס זענען דא ס"ה 20 עמאודזשיס:

1763004782095.webp



9 װאס זענען קלאר פאזעטיװע עמאודזשיס:
1763003986909.webp
1763004014324.webp
1763004035052.webp
1763004054353.webp
1763004063655.webp
1763004074948.webp


נאך 5 נוטראַלע, װאס קענען גענוצט װערן סײ פאזעטיװ סײ נעגאטיװ:
1763004386535.webp
1763004147222.webp
1763005025439.webp
1763004174156.webp


און נאך 2 װאס איז נישט קלאר װען מען נוצט זײ (הגם די 2טע איז אַרגיוּבּלי א נעגעטיװע):
1763004230653.webp
1763004958046.webp


בלײבט איבער 4 נעגעטיװע עמאודזשיס (די לעצטע װאס מען נוצט גאר זעלטן): 😡🤨(n)🫤

איך בין בײ דער מײנונג אז מען זאל אדער קאָטְן דאַאוּן פון די פאזעטיװע עמאודזשיס (מען דארף נישט אזױפיהל הערצעלעך) אדער ארײנברענגען נאך נעגאטיװע עמאודזשיס, אדער בײדע.

פאר א סטאַרט װאלט איך ארײנגעברענגט די פאלגנדע דרײ: דער 'ברעכְן' אדער 'דיסגאָסטינג' עמאודזשי (🤮), דער 'בּאָורינג' אדער מיד עמאודזשי (🥱) און דער 'שעלטְן עמאודזשי (🤬).

נאכדעם װאלט איך אױך ארײנגעברענגט דער 'לאכן מיט טרערן' עמאודזשי אבער װוּ די סמײלי פֿײס זיצט געהעריג אױף די גראַונד (😂) פאר װען מען װיל סתם גוטמוטיג לאכן פון א הודעה אָהן זיך באציעהן צו עפעס א שטעך, פֿליק אדער דזשאוק װאס די הודעה אנטהאלט.

2) די 2טע נקודה איז אז מען דארף מער אױסקלארן אױפ'ן נאמען פון די אױבן דערמאנטע אומקלארע עמאודזשיס װאס זײ מײנען. אפי' די נוטראלע װאלט מען געמעגט בעסער אױסקלארן כדי זײ זאלן אױס נוטראל װערן. למשל, א 'קרײזי' אדער 'שאָק' עמאודזשי קען מען גיבן סײ װען מען האלט אז דער פּאָוסטער פון די הודעה איז קרײזי אדער װען די אינהאלט װאס ער ברענגט [א קװאט צו א קליפ] איז קרײזי אבער פון אים אלײנס האלט מען נאך זײער שטארק. װידער א 'הממ' עמאודזשי קען מען ברענגען סײ אױסצודרוקן דיסאַגרימענט מיט'ן כותב און סײ אז 'עפעס א פױנט זאגט ער דאך'.

3) און די דריטע פונקט, און מיט דעם װעל איך ענדיגן פאר הײנט, איז אז דיע עמאודזשיס װאס באנוצער נוצן די מערסטע זאל מען רוקן [אדער װאס מען װיל באנוצער זאלן נוצן דאס מערסטע - װי צ.ב.ש. די פאזעטיװע רעאקציעס] זאל מען רוקן מער צו לינקס פון די ליסט, אזױ אז די באנוצער װאס שרײבן אױף א קאמפיוטער זאלן זיך נישט דארפן מיטשען רוקן זײער מַאוּז ביז אהין: דער הערצעלע עמאודזשי למשל איז אינגאנצן אױף רעכטס, מאכענדיג איר באנוץ זײער שװער פאר פיהלע. הגם מען האט טאקע געטױשט די ארט פון די לאכעדיגע, שיפע עמאודזשי זענען אבער רוב פאזעטיװע עמאודזשיס נאכאלס צופיהל רעכטסװײז פאר א קאמפיוטער משתמש.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1763004704617.webp
    1763004704617.webp
    1.2 KB · געזען: 9
  • 1763004550704.webp
    1763004550704.webp
    894 bytes · געזען: 8
לעצט רעדאגירט:
שכוח פאר די שטענדיגע פרישקייט!!!

הערה קטנה
איך בין בײ דער מײנונג אז מען זאל אדער קאָטְן דאַאוּן פון די פאזעטיװע עמאודזשיס (מען דארף נישט אזױפיהל הערצעלעך) אדער ארײנברענגען נאך נעגאטיװע עמאודזשיס, אדער בײדע.
מיין פיהלינג איז אז ליבשפט (/פאזעטיוועטי) איז קיינמאל צופיהל!

❤️💕💖🫀🥰😍❤️💕💝💜💛💚💙💞💗🩷❤️‍🔥🫶🌹
 
געטראכט פון אזא געדאנק,
וואלט געווען א ניצבארע אקט אריינצוברענגן א געדאנק פון א גאלדענע שטערנדל
כגון:
💫 - ✨ - ⭐
יעדע מעמבער וועט באקומען בלויז פיר / פינעף דערפון א חודש צו ניצן, די געדאנק איז אז ווען איינער וויל זיך אויסדריקן שטערקער מיט א פרישיעשאן און דאנקבארקייט אויף א געוויסע מעסעדזש וואס האט אים שטארק איבערגענומען צו געפאלן, זאל ער האבן עפעס צו געבן אלס געשאנק,
און די פאקט אז מען האט אזוי ווייניג דערפון, וועט ברענגען דערצו מען זאל עס האלטן חשוב אין טייער!
און ס'קען גיין נאך ווייטער, מען קען אפשר אנשטעלן א געוויסע מעדאל וואס מען וועט באקומען ווען מען דערגרייכט א געוויסע צאל "גאלדענע רעאקציעס", א חוץ די געהעריגע רעאקציע מעדאל,

געווען נייגעריג צו הערן וואס די עולם זאגט דערצו, און אפשר זאל מען פירן צום שטים בודקע,
 
געטראכט פון אזא געדאנק,
וואלט געווען א ניצבארע אקט אריינצוברענגן א געדאנק פון א גאלדענע שטערנדל
כגון:
💫 - ✨ - ⭐
יעדע מעמבער וועט באקומען בלויז פיר / פינעף דערפון א חודש צו ניצן, די געדאנק איז אז ווען איינער וויל זיך אויסדריקן שטערקער מיט א פרישיעשאן און דאנקבארקייט אויף א געוויסע מעסעדזש וואס האט אים שטארק איבערגענומען צו געפאלן, זאל ער האבן עפעס צו געבן אלס געשאנק,
און די פאקט אז מען האט אזוי ווייניג דערפון, וועט ברענגען דערצו מען זאל עס האלטן חשוב אין טייער!
און ס'קען גיין נאך ווייטער, מען קען אפשר אנשטעלן א געוויסע מעדאל וואס מען וועט באקומען ווען מען דערגרייכט א געוויסע צאל "גאלדענע רעאקציעס", א חוץ די געהעריגע רעאקציע מעדאל,

געווען נייגעריג צו הערן וואס די עולם זאגט דערצו, און אפשר זאל מען פירן צום שטים בודקע,
די לשון פון יעדע תגובה וועט זיין
"בעצם וואלט איך דיר געגעבן א סטאר אבער וואס זאל איך טון אז איך האב שוין נישט"....
 
יו-טאב האט א נייע פיטשער, ממש די זעלבע געדאנק פון וואס מ'האמיר גערעדט דא

1000158806.webp
 
@קץ דוחק שכח פארן ארויפברענגן דעם אישו אויף דעם אויבערפלאך, איך בין שוין דא א יאר און איך בין נאכאלס נישט געהעריג קלאר ווען מ'ניצט וועלכע עמאדזשי.

איך וועל ענק זאגן ווי אזוי איך ניץ עס, און די עולם זאל אריינקומען מיט הגהות צו איך ניץ עס גוט.

איינמאל ס'ווערט אויסגעקלארט, האלט איך אז מ'דארף ערגעץ פינען א מעסעדזש וואס דארט גייט שטיין קלאר וואס יעדע אימאדזשיס פליכט איז.

און איינוועגס וועט די עולם באקומען מער ריאקציעס, ווייל ס'דא אסאך מענטשן, וואס די גראסערי נעמט זיי טריפלט די צייט, ווייל ס'דא 60 קאמפעניס פון יעדע אייטעם, דא אויך, ס'לייגט ארויף אויף אומשילדיגע מענטשן אומנויטיגע דעסישענס.

לאמיר אנהייבן:

1763004782095.webp

איך גיי גיין פון רעכטס צי לינקס ווי א איד:

ליבשאפט: פאר איינער וואס רעדט פון הארץ.
שאק: איך בין שאקירט פון די אינהאלט פון א מעסעדזש.
טרויעריג: איך ניץ עס כמעט נישט, איך ניץ די "ווייטאגליך" (וואס גייט מיר אן צי פארגינען יענעם אביסל געשריבענע טרערן?)
בייז: דאס איז אביסל טריקי, אסאך מאל ניץ איך עס ווען איך עגרי מיט די שרייבער און איך בין בייז אויף די אינהאלט, אבער אסאך מאל ניץ איך עס ווען איך בין בייז אויף די שרייבער, איי... געב א דיסלייק? פארדעם זעמיר דא.
ליבע: דא מיטשע איך מיר אויך, איך זעה אסאך ניקים האבן שוין אויסגעפיגערט ווען צי ניצן 'ליבשאפט' און ווען 'ליבע', אבער איך נישט, איך קוק אויפן מעסעדזש אין איך זעה וואס רוב טוען, איך האב נישט ליב ארויסצישטארן, מ'ברויך עס קלאר מאכן.
א דאנק: איז פשוט, ווען איינער שיקט עפעס א גוטן לינק וואס ער האט נישט אזויפיל געארבערט אויף דעם מעסעדזש, אבער דאך האט ער געטון עפעס טון צרכי ציבור.
ווייטאגליך: האמיר שוין פריער געשמועסט, ווען די אינהאלט פון די מעסעדזש איז ווייטאגליך.
ממש אזוי: ווען איך עגרי מיט דעם אינהאלט פון דעם מעסעדזש.
כל הכבוד: אויף דעם דארף איך העלפ, ווייל רוב כל הכבוד'ס קען אויך ניצן א 'ליבשאפט' סא ווען ניצט מען דאס? לכאורה איז עס א פשוטע חילוק וואס איך ווייס נישט.
הממ..: דאס איז איינע פון די זאכן וואס איך בין שווערלעך צעמישט, איז עס דערעקטירט צום מעסעדזש? ווי צי זאגן "אה"נ, ס'איז טאקע א ווינדער"? אדער איז עס דערעקטירט צום שרייבער, לייק, "ביזטו שאר מיט וואס דו שרייבסט"?
קרעיזי: איז א דאבל פון "שאק"
100%: איז א דאבל פון "ממש אזוי".
געהויבענע ברעמען: איז אויך פון די זאכן וואס איך האב נישט קלאר ארויס ווען מ'ניצט עס.
צום וויינען: ווען איינער שרייבט זייער א טרויעריגע מעסעדזש.
שמייכל: דאס איז אזא דיפלאמאטישע לאך, אדער ווען די מויל טוט וויי, ערנסט גערעדט, פארוואס קען מען נישט האבן נאר דעם "האהא"? קיינער קען עניוועי נישט הערן וואס דו טוסט דארט אויפן אפיס בענקל, צו די לאכסט אויפן קול צי דו געבסט מער אזא לבנה שמייכל.
קיין איינונג: דא בין איך די זעלבע צעמישט ווי 'הממ..' איז עס דערעקטירט צום מעסעדזש? דו פרעגסט צי טראמפ איז משוגה איז מיין ריספאנס "קיין איינונג" אדער איז עס דערעקטירט צום מענטש, ווי צי זאגן "איך האב נישט קיין מושג וואס דו האסט דא געשריבן"?
דיסלייק: האב איך אויך געזען א צימעשעניש ביים ציבור, אבער רוב מאל איז עס דירעקטעט צום שרייבער, אז איך גלייך זייער נישט וואס דו האסט דא געשריבן.
לייק: איז אויך א מחלוקות הניקים, אסאך לייקן א מעסעדזש דזשאסט ווייל זיי לייקן די פאקט אז יענער האט עפעס געשריבן, תמוז נישט מיינען אז זיי עגריען, אבער אסאך ניצן די לייק באטן צי עגריען מיט יענעם, סא ווען ניצן ענק די "ממש אזוי" אדער די "100%"?
האהא: האב מיר שוין פריער אויסגעשמועסט באריכות ביי "שמייכל"
פנים קרום: אזוי ווי "געהויבענע ברעמען" איך זעה נישט ווען ס'קומט צינוץ, אלעס איז שוין קאווערט צווישן די אנדערע רעאקציעס.

חזק חזק ונתחזק..

איך האב מאריך געווען ווייל איך קוק ארויס פאר קלארקייט איינמאל פאר אלעמאל.

קומט ביטע אריין קלאר.
 
ווען די אלע עמאודזשיס זאלן עקזיסטירן בלויז אויף קרעמל, פארשטיי איך די מוטשענישן פונעם עולם צו וועלן אויספיגערן וועלכע איז פאר ווען. אבער, די עמאודזשיס זענען היינט נחלת הכלל אויף יעדע פלאטפארמע און סאושעל מידיא, פארוואס פונקט דא פרעגט מען אזויפיל שאלות? איז עס פשוט ווייל מען האט געלייגט א בערך'דיגע אידישע איבערטייטש?
 
פארוואס פונקט דא פרעגט מען אזויפיל שאלות?
איך וויל טאקע וויסן פאר איבעראל, דא בין איך נאר מער אקטיוו, פרעג איך דא.

איך גלייב איך בין נישט די איינציגסטער וואס מיטשעט זיך אסאך מאל ביי מעסעדזשעס וואסערע רעאקציע צו געבן, ס'איז א שאד.
 
@קץ דוחק
איך זעה גראדע נישט די אישו וואס די האסט...
ביי מיר זענען אלע עמאודזשיס פאזיטיוו, און איינער וואס וויל האבן נעגעטיוו קען עס ניצן פאר נעגעטיוו...

איך גיי דא גיבן א סעמפיל וויאזוי איך ניץ עמאודזשיס, און וויאזוי אלע עמאודזשיס זענען נאר פאזיטיוו...

1) איך האב א ביטערע לעבן, די מוסדות ווי איך שיק מיינע קינדער מאכן מיר קראנק: (y)

2) אויפן וועג אהיים בין איך געבליבן סטאק אין די עלעוועטער מיט מיין שכנימ'ס ווייבער: 😭

3) איך האב געהאט א קינד: :cry:

4) איך בין געכאפט א געזינטער גליטש און זיך איבערגעדרייט אויף די סיידוואלק אויפן וועג צום באס בשעת מיין שווער און שוויגער פארן אריבער מיט זייער קאר: :love:

5) בשעתן אריינגיין און מקוה האט זיך עפעס א פעשליך מענטש וואס טראגט א גרוך אריינגעשטופט צוזאמען מיט מיר מיטן געיט: :poop:

6) איך האב געווינען די לאטעריע: (n)

7) מיין ווייב גייט מיר אויף די נערווין אסאך מאל: :D

8) די היינטיגע דאווענען האט זיך געפילט זייער געשמאק: :censored:

9) מיין שכן האט געקושט מיין קאר מיט זיינס: :p

10) מיין קינד קען פיין די סדרה: :alien:

11) אייוועלט איז פיל מיט בעביס: :rolleyes:

12) שראלי גרין איז ארויס מיט א נייע סינגל: :sleep:

13) גייט שנייען מארגן א פיס: 🤬

14) געכאפט א טיקעט: 🤭

15) מיין קארטעל דיקליינט: 🤥

16) איך בענק מיר צו שובבים: 🤩

17) געווען עפעס א זיידע אין שול וואס האט מיר מורא'דיג מחזק געווען נאכן זעהן וויאזוי איך האב שמאלע הויזן: 😡

18) געהאט א שוואכע מינוט און געגאנגען צום עראטיקע פארעם: 🫤


מען קען באמת גיין אסאך ווייטער....
 
איך וואלט געוואלט א אפציע צו קענען האבן א סארט רעאקציע פון 'רעספּעקפולי דיסעגרי' מיר וועלן בלייבן פריינט אבער איך האלט אנדערשט. די איצטיגע אפציעס ווייזן ארויס א פערזענלעכע נעגאטיווע ווייבּ.
 
איך וואלט געוואלט א אפציע צו קענען האבן א סארט רעאקציע פון 'רעספּעקפולי דיסעגרי' מיר וועלן בלייבן פריינט אבער איך האלט אנדערשט. די איצטיגע אפציעס ווייזן ארויס א פערזענלעכע נעגאטיווע ווייבּ.
אדרבה, קום אויף מיט אן עמאודשי דערפאר
 
אדרבה, קום אויף מיט אן עמאודשי דערפאר
איך האב עס איבערגעטראכט, ס'איז נישט אזוי ווייט די ספעציפישע עמאודשי, ס'איז מער די דעסקריפציע וואס שטייט נעבן דעם. למשל, די טאָמבּס דאון עמאודשי קען ארבייטן, אבער לעת עתה איז די דעסקריפציע דיסלייק און פון די בּעקענד ווערט עס נישט אריינגערעכנט אין די רעאקציע ראטע פאזיטיוו וויבאלד ס'איז א נעגאטיווע רעאקציע, אבער אויב וואלט געשטאנען דארט דיסעגרי אדער סיי וואס אנדערש און ס'וואלט נישט גערעכנט די רעאקציע נעגאטיוו וואלט עס אויך געקענט ארבייטן.
 
איך וואלט געקענט באשטיין צו קענען וועהלן א laugh out quiet עמאזשי
 
Back
Top