נפתלי מאסטער איז מודה אין זיין טעות!

שטיץ שטארק זיין אגענדע אבער נישט אייביג געשטיצט זיינע מעטאדן.
א גרויסע חלק כלל ישראל שטיצט זיין אגענדע, אבער נישט זיינע מעטאדן.

איך ווייס נישט פונקט וואס ער האט געוואלט אויפטןן מיט דעם אינטערוויו,
געוואלט אראפ נעמען זיין שמיציגע נאמען.

אגב ער איז פארפיינטעוועט סיי ביי חרדים און סיי ביי פילע או.טי.די.
פילע פון זיי האבן געהאלטן אז וואס ער טוט וועט נאר ערגער מאכן און נישט אויפטאן, וכך הוה.
 
זייער א שיינע שמועס! א גרויסן דאנק @פרידא

בנוגע די מיסיע פון יאפפעד, עס איז מסתבר אז די נויטיגע טויש אין די צוגאנג פון חינוך קען נישט ווערן באצווינגן פון אינדרויסן אבער עס קען אויך נישט קומען פון אינעווייניג ״סתם אזוי״ דורך אנאנימע שמועסערייען אדער ציללאזע אומארקעסטרירטע באוועגונגען.

לדעתי דארף די קראפט פון טויש האבן אמווייניגסטענס די פאלגענדע באשטאנטיילן
  • א היימישע פנים
  • ארקעסטראציע
  • א קלארע דערגרייכבארע ציל
  • היימישע מעסעדזשינג

עס דארף מסתמא נאך באשטאנטיילן אבער די אויבנדערמאנטע זענען יסודות׳דיגע וואס מוז זיין אין די מיקס.

יאפפעד האט טאקע נישט די ערשטע און נישט די לעצטע אבער די גערעדעריי אין מקוה און אויף ״קרעמל״ האבן נישט קיין איינס פון די פיר און דאס גייט נישט ברענגן קיין ערענסטע שנעלע טויש, הגם עס קען פירן צו טויש אין לויף פון א צאל יארן אזויווי עס שפילט זיך טאקע אויס אין די לעצטערע יארן.
 
איך מיין אז עוועלוציע טוט זיין ארבעט אויב מען שטערט עם נישט. ווי נפתלי האט באטאונט אינעם שמועס אז די היימישע עולם האט זיך זייער אסאך מאדערניזירט (רעלאטיוו) אין די לעצטע פופצן יאר, די איינציגסטע פלאץ וואס עס האט זיך גארנישט געטוישט איז עדיוקעישען. ווארשיינליך צוליב וואס מאסטערס אקטעוויזם האט ארויסגעברענגט בעקלעש און דערביי נישט ציגעלאזט די נאטירלעכער נייגונג צי מאדערניזם צו טון זיין ארבייט, ווייל מען מוז דאך ווייזען פאר דעם מאסטער׳ן אז ער זאל זיך נישט מושן אין אונזער חינוך וכו׳ שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו…..
די בעסטע איז ווען ער נעמט אויף א היימישע מארקעטינג קאמפעני, און מען מארקעט אז צי מצליח זיין דארף מען קענען ענגליש, פשוט מען זאל פארקויפן עדיוקאציע פונקט ווי מען פארקויפט יעדע צוריקטע וויטאמין, סגולה, אייסקרים און טרענד.
 
לעצט רעדאגירט:
עצות פאר נפתלי מאסטער

1) מאכן א גוטע פראקטישע קאריקולים געאייגענט פאר עלטערן וואס ווילן צולערנען מיט זייערע קינדער אינדערהיים (ניין, מ'מוז נישט דארט שרייבן וועגן LGBT)
2) מאכן א קאריקולים פאר מוסדות וואס ווילן געבן א גוטע עדזשיוקעישאן פאר זייערע תלמידים

עס איז דא נאך זאכן וואס מ'קען טוהן וואס קען פארבעסערן די לימודי חול ביים היימישן עולם.
1) רוב עלטערן האבן נישט קיין צייט אדער נערוון עס אליין צו טוהן

2) קיין 1 מוסד וועט עס נישט נעמען מרצונם הטוב.
 
35 מינוט IN און זײער בּאורד. דאס איז שױן מיט 1.5 ספיד.

לאמיך אײך זאגן, ער רעדט צוסאך מר מאסטער. אבער װאס איך בין באמת סופרײזד איז פרידא'ס אײזערנע געדולד. זי לאזט אים רעדן און האקט נישט ארײן, און געדענקט נאך אױף װעלכע ספעציפישע נקודה צו קאממענטן. געװאלדיג. הלװאי לערנט זיך יאבו פון איר אביסל.
 
35 מינוט IN און זײער בּאורד. דאס איז שױן מיט 1.5 ספיד.

לאמיך אײך זאגן, ער רעדט צוסאך מר מאסטער. אבער װאס איך בין באמת סופרײזד איז פרידא'ס אײזערנע געדולד. זי לאזט אים רעדן און האקט נישט ארײן, און געדענקט נאך אױף װעלכע ספעציפישע נקודה צו קאממענטן. געװאלדיג. הלװאי לערנט זיך יאבו פון איר אביסל.
יאבו ווערט בעסער, אבער מיט קליינע טריט…

קוק זיין ערשטע שמועס מיט נחום ראזענבערג, ס׳איז שרעקליך, ער לאזט ממש נישט קומען צום ווארט.
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין אז עוועלוציע טוט זיין ארבעט אויב מען שטערט עם נישט. ווי נפתלי האט באטאונט אינעם שמועס אז די היימישע עולם האט זיך זייער אסאך מאדערניזירט (רעלאטיוו) אין די לעצטע פופצן יאר, די איינציגסטע פלאץ וואס עס האט זיך גארנישט געטוישט איז עדיוקעישען. ווארשיינליך צוליב וואס מאסטערס אקטעוויזם האט ארויסגעברענגט בעקלעש און דערביי נישט ציגעלאזט די נאטורלעכע נייגונג צי מאדערנים טון זיין ארבייט, ווייל מען מוז דאך ווייזען פאר דעם מאסטער׳ן אז ער זאל זיך נישט מושן אין אונזער חינוך וכו׳ שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו…..
די בעסטע איז ווען ער נעמט אויף א היימישע מארקעטינג קאמפעני, און מען מארקעט אז צי מצליח זיין דארף מען קענען ענגליש, פשוט מען זאל פארקויפן עדיוקאציע פונקט ווי מען פארקויפט יעדע צוריקטע וויטאמין, סגולה, אייסקרים און טרענד.
די היימישע עולם האט זיך טאקע עטוואס מאדעניזירט, אבער איך גלייב נישט אז די קריקלם אין בעלזא חדר וואלט זיך אליינס געטוישט, דאס דארף קומען פון די הנהלה און איך זעה נישט אז זיי וואלטן עפעס געטוישט אפילו אהן יעפד, קען זיין ישיבות וואס ווערן געפירט דורך בעלי בתים, און נישט דורך אן מוסד וואלטן זיך געטוישט.
 
לעצט רעדאגירט:
1000549508.jpg
 
Back
Top