נפתלי מאסטער איז מודה אין זיין טעות!

שטיץ שטארק זיין אגענדע אבער נישט אייביג געשטיצט זיינע מעטאדן.
א גרויסע חלק כלל ישראל שטיצט זיין אגענדע, אבער נישט זיינע מעטאדן.

איך ווייס נישט פונקט וואס ער האט געוואלט אויפטןן מיט דעם אינטערוויו,
געוואלט אראפ נעמען זיין שמיציגע נאמען.

אגב ער איז פארפיינטעוועט סיי ביי חרדים און סיי ביי פילע או.טי.די.
פילע פון זיי האבן געהאלטן אז וואס ער טוט וועט נאר ערגער מאכן און נישט אויפטאן, וכך הוה.
 
זייער א שיינע שמועס! א גרויסן דאנק @פרידא

בנוגע די מיסיע פון יאפפעד, עס איז מסתבר אז די נויטיגע טויש אין די צוגאנג פון חינוך קען נישט ווערן באצווינגן פון אינדרויסן אבער עס קען אויך נישט קומען פון אינעווייניג ״סתם אזוי״ דורך אנאנימע שמועסערייען אדער ציללאזע אומארקעסטרירטע באוועגונגען.

לדעתי דארף די קראפט פון טויש האבן אמווייניגסטענס די פאלגענדע באשטאנטיילן
  • א היימישע פנים
  • ארקעסטראציע
  • א קלארע דערגרייכבארע ציל
  • היימישע מעסעדזשינג

עס דארף מסתמא נאך באשטאנטיילן אבער די אויבנדערמאנטע זענען יסודות׳דיגע וואס מוז זיין אין די מיקס.

יאפפעד האט טאקע נישט די ערשטע און נישט די לעצטע אבער די גערעדעריי אין מקוה און אויף ״קרעמל״ האבן נישט קיין איינס פון די פיר און דאס גייט נישט ברענגן קיין ערענסטע שנעלע טויש, הגם עס קען פירן צו טויש אין לויף פון א צאל יארן אזויווי עס שפילט זיך טאקע אויס אין די לעצטערע יארן.
 
איך מיין אז עוועלוציע טוט זיין ארבעט אויב מען שטערט עם נישט. ווי נפתלי האט באטאונט אינעם שמועס אז די היימישע עולם האט זיך זייער אסאך מאדערניזירט (רעלאטיוו) אין די לעצטע פופצן יאר, די איינציגסטע פלאץ וואס עס האט זיך גארנישט געטוישט איז עדיוקעישען. ווארשיינליך צוליב וואס מאסטערס אקטעוויזם האט ארויסגעברענגט בעקלעש און דערביי נישט ציגעלאזט די נאטירלעכער נייגונג צי מאדערניזם צו טון זיין ארבייט, ווייל מען מוז דאך ווייזען פאר דעם מאסטער׳ן אז ער זאל זיך נישט מושן אין אונזער חינוך וכו׳ שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו…..
די בעסטע איז ווען ער נעמט אויף א היימישע מארקעטינג קאמפעני, און מען מארקעט אז צי מצליח זיין דארף מען קענען ענגליש, פשוט מען זאל פארקויפן עדיוקאציע פונקט ווי מען פארקויפט יעדע צוריקטע וויטאמין, סגולה, אייסקרים און טרענד.
 
לעצט רעדאגירט:
עצות פאר נפתלי מאסטער

1) מאכן א גוטע פראקטישע קאריקולים געאייגענט פאר עלטערן וואס ווילן צולערנען מיט זייערע קינדער אינדערהיים (ניין, מ'מוז נישט דארט שרייבן וועגן LGBT)
2) מאכן א קאריקולים פאר מוסדות וואס ווילן געבן א גוטע עדזשיוקעישאן פאר זייערע תלמידים

עס איז דא נאך זאכן וואס מ'קען טוהן וואס קען פארבעסערן די לימודי חול ביים היימישן עולם.
1) רוב עלטערן האבן נישט קיין צייט אדער נערוון עס אליין צו טוהן

2) קיין 1 מוסד וועט עס נישט נעמען מרצונם הטוב.
 
35 מינוט IN און זײער בּאורד. דאס איז שױן מיט 1.5 ספיד.

לאמיך אײך זאגן, ער רעדט צוסאך מר מאסטער. אבער װאס איך בין באמת סופרײזד איז פרידא'ס אײזערנע געדולד. זי לאזט אים רעדן און האקט נישט ארײן, און געדענקט נאך אױף װעלכע ספעציפישע נקודה צו קאממענטן. געװאלדיג. הלװאי לערנט זיך יאבו פון איר אביסל.
 
יאבו ווערט בעסער, אבער מיט קליינע טריט…

קוק זיין ערשטע שמועס מיט נחום ראזענבערג, ס׳איז שרעקליך, ער לאזט ממש נישט קומען צום ווארט.
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין אז עוועלוציע טוט זיין ארבעט אויב מען שטערט עם נישט. ווי נפתלי האט באטאונט אינעם שמועס אז די היימישע עולם האט זיך זייער אסאך מאדערניזירט (רעלאטיוו) אין די לעצטע פופצן יאר, די איינציגסטע פלאץ וואס עס האט זיך גארנישט געטוישט איז עדיוקעישען. ווארשיינליך צוליב וואס מאסטערס אקטעוויזם האט ארויסגעברענגט בעקלעש און דערביי נישט ציגעלאזט די נאטורלעכע נייגונג צי מאדערנים טון זיין ארבייט, ווייל מען מוז דאך ווייזען פאר דעם מאסטער׳ן אז ער זאל זיך נישט מושן אין אונזער חינוך וכו׳ שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו…..
די בעסטע איז ווען ער נעמט אויף א היימישע מארקעטינג קאמפעני, און מען מארקעט אז צי מצליח זיין דארף מען קענען ענגליש, פשוט מען זאל פארקויפן עדיוקאציע פונקט ווי מען פארקויפט יעדע צוריקטע וויטאמין, סגולה, אייסקרים און טרענד.
די היימישע עולם האט זיך טאקע עטוואס מאדעניזירט, אבער איך גלייב נישט אז די קריקלם אין בעלזא חדר וואלט זיך אליינס געטוישט, דאס דארף קומען פון די הנהלה און איך זעה נישט אז זיי וואלטן עפעס געטוישט אפילו אהן יעפד, קען זיין ישיבות וואס ווערן געפירט דורך בעלי בתים, און נישט דורך אן מוסד וואלטן זיך געטוישט.
 
לעצט רעדאגירט:
1000549508.jpg
 
נפתלי מאסטער איז נארוואס ארויס געקומען מיט א נייע פאדקעסט. ער פארשפרעכט גלייך פון אנפאנג אז דאסמאל איז ער נישט דא צו קריטיקירען די חרדישע געזעלשאפט.

View: https://youtu.be/PRuHtGWqbXM?si=IEUoon3mhP3lqFBT
 
ס'קוקט אויס פון די ווידעא ווי ער מיט'ן רעביצין האלטן שוין טיעף אינעם (צווייטן) מידלייף קריזיס...

ס'ממש ווי אין די מעשה ביכלעך ווי דער מסור פון שטאט (אדער דער קצב/גבר אלים) איז אריינגעקומען אין שול יום כיפור ביי כל נדרי און געפאלן צו די פיס פונעם גרייז גרויען רב (קרעדיט: מנחם מנדל) כליפענדיג מיט א יאמערליך געוויין מ'זאל אים פארצייען זיינע שענדפולע טאטן...

כ'גלייב די יושבי חושך וועלן זיך פארסמאקעווען מיט דעם ווי צו זאגן: זעהסט? אפילו דער מסור מאסטער איז שוין מודה אז חרד'ישע סקולס ווייסן וואס זיי טוען...

כ'פארגין זיי נישט אזא זיסע נצחון..​
 
די דרך הממוצע איז אפט מאל אויך די דרך הישר.

די א.ט.ד וואס האסן די סיסטעם ביזן טויט און זיי גייען צום אנדערן עקסטריעם זענען -לענ"ד- נישט פיל בעסער ווי דער חרדישער קנאי.

דאס אז א מענטש ריקט זיך פון עקסטריעם 1 צו א מיטל-וועג מיינט נישט אז עקסטריעם 2 איז בעסער ווי עקסטריעם 1.

אידן וואס דרייען זיך אין א סביבה וואס האלט אן די טראדיציעס אבער גלייכצייטיג ערלויבט מען ארויסצוקאלערן ווען ס'פעלט אויס, די האבן ביידע וועלטן.
זיי האבן קולטור און קאמיוניטי, אבער נישט דאגמא און ברעיוואשינג.
איך קוק עס אן ווי די בעסטע וועג.
 
ס'קוקט אויס פון די ווידעא ווי ער מיט'ן רעביצין האלטן שוין טיעף אינעם (צווייטן) מידלייף קריזיס...

ס'ממש ווי אין די מעשה ביכלעך ווי דער מסור פון שטאט (אדער דער קצב/גבר אלים) איז אריינגעקומען אין שול יום כיפור ביי כל נדרי און געפאלן צו די פיס פונעם גרייז גרויען רב (קרעדיט: מנחם מנדל) כליפענדיג מיט א יאמערליך געוויין מ'זאל אים פארצייען זיינע שענדפולע טאטן...

כ'גלייב די יושבי חושך וועלן זיך פארסמאקעווען מיט דעם ווי צו זאגן: זעהסט? אפילו דער מסור מאסטער איז שוין מודה אז חרד'ישע סקולס ווייסן וואס זיי טוען...

כ'פארגין זיי נישט אזא זיסע נצחון..​
מאסטער,האט גיטהוען א מיסטעיק - וואס כאטש ער האט לעגיטימער קריטיק, אויף די דרכי החינוך אין די פרומע מוסדות,ווי מען טהוט טאטאל נעגלעקטן די לימודי חול, וואס רוב עלטערן ווילען אז זייער קינדער זאלן קריגן אין די בתי החינוך,און די הנהלות וואס זענען אינפלוענסד פון די מער פאנאטיש פרומע עלעמענטן,וואס האבן זיך משליט גיוועהן אויף די סדר מערכת הקוריקולום, האבן זיי די לימודים באקירט און געשניטן למחצה לשליש ולרביע- און אפילו דאס נישט-און דורךד עם איז ארויסגעקומען העגל הזה, אז עס קומען ארויס גראדואירטע תלמידים , פון די מוסדות , און זיי זענען אנאלפאבעטן , במלוא מובן המלה, איז אבער דער גאנג וואס ער האט עס גיטראגען צו די גאווערנמענט , דעס גופא,האט גאלוואנייזט די פאנאטיש געשטימטע עלעמענטן,און משמעות׳דיג פארלענגערט, ביז ווען מען דערגרייכן א תיקון,מען האט שוין דאס איז אזוי אויפגיבויעט אזש עס איז א גזירת החינוך,א גזירת השמד, העברת על הדת,מיט אנדערע אזעלכע שפיעל פראזן אהנצוהיצען די מאסן, פאר א תיקון אין דעם פראבלעם, פון חינוך נעגלעקט,אין לימודי חול, דארף זיין אן ענערגישער עסקן וואס קען צוזאם נעמען סיגנאטורן אפאהר הונדערט,וואס פאדערן פון די הנהלה , א שינוי לטובה, אז מען זאל געבן דריי שעה א טאג , פינעף מאהל א וואך פאר לימודי חול, והכנה לאומנות נקיה וקלה ,עטליסט ביז די חמש עשרה לגמרא , אזוי אז ווי דער יונגער מאן קומט ארויס לאוויר העולם, קען ער זיך משלים זיין גיהעריג , מיט א דעגרי , אהנצוגיין מיט פרנסה למזונות אשתו ובניו ,על דרך היושר והתורה , אהן מוזען נוצען די היתרים פון הפקעת הלוואתו,און טעות נכרי,און צומאהל אפילו גזל ישראל , מען זאל אפגיהיטען ווערן, פון וואס פארא מכשולות, עס ווערן נולד דארך די עוולה פון נישט עדיוקעיטן די תלמידים ,לימודי חול, טאקע אזוי,ווי דער חשוב׳ער ייד -מאסטער- האט ארויס גיברענגט און מעורר גיוועהן, איז אף על פי ער האט עס געטהון אויך א דרך קצרה וארוכה, הנה שכרו אתו,וצדק לפניו יהלך.
 
Back
Top