נפתלי מאסטער איז מודה אין זיין טעות!

איך גלייך די פוינט וואס ער זאגט בנוגע האבן א קאמיונעטי, דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך אריינגערוקט אין די מאדערן ארטאדאקס קאמיונעטי.
בעצם איז עס זיין ווייב, ער, וואלט ווען געבליבן צווישן ביימער.

למעשה היינט צוטאגס זענען אסאך חסידות'ן געווארן גאר גרויס און קאמערשעל, און גאר אסאך מענטשן שפירן זיך נישט איינגעגלידערט און אפילו איינזאם אין זייער אייגענע חסידות.
 
איך האב זייער הנאה געהאט פון איר פאוינט אז אוועקגיין און נישט-גלייבן זענען נישט קיין סעט.

פאראן מערערע וואס זיצן אין די סיסטעם וואס גלייבן נישט, און ווייטער איז פאראן פילע וואס פאלן ארויס כאטש זיי גלייבן נאך דאן.

ווען עס קומט צו די יסודות האמונה האט ער (זיי?) זיך ווארשיינדליך מיט קיין האר נישט געטוישט פון וואס ער האט געהאלטן ווען ער איז געזיצן אין יאפעד.
 
It is indeed pretty bad

ס'איז דא א סיבה פארוואס ער שיקט אין טינעק, נישט אין בעלז אדער סאטמאר.
ער האט נאר איינגעזען אז ס'איז נישט זיין מלחמה צו פירן.

ווי אויך קען איך געוויסע וואס זענען קיינמאל נישט צוריק געקומען, במילא די שפריכווארט אז "יעדער קומט עווענטועל צוריק" איז פראפאגאנדע און מיסאינפארמאציע.
איך זע עפעס אנדערש דא פון די גאנצע מעשה

מאסטער איז א שטארקע ראיה אז מ'קען נישט פייטן די סיסטעם

אפילו מאסטער וואס האט געעפענט אן ארגענעזאציע און געפירט א גאנצע מערכה איז למעשה צוריק דא אויסצולויבן די קאמיוניטי

דאס אז ער שיקט נישט אין בעלזא מאכט נישט קיין סאך אויס, ער האט נאך 16 געשוויסטער וואס שיקן אין בעלזא, זיינע צוויי קינדער אין טינעק וועט שוין נישט צופיל אויסמאכן פאר די בעלזא פארענטשעס

דאס אז ער האט אויפגעהערט פייטן, און חיים הערש מייזליש וואס איז געווען אין צה"ל איז צוריק געקומען מאכן א ברית אין סאטמאר 53, די זאכן ווייזן אז די חרדים פירן אויס בגדול...

באלד וועסטו נאך הערן אז עיבי שטיין זוכט צוריק צו לייגן די שטיקל...
 
It is indeed pretty bad

ס'איז דא א סיבה פארוואס ער שיקט אין טינעק,
איך האב אים געזען אין טיענעק , ער זעט אויס צו זיין דארט קרח מכאן וקרח מכאן ,ער איז דארט נישט עקסעפטעד ביי מעין סטרים און היפש אויסגעשפילט , ווי מען זאגט די סוקסעספול מענטשן דארט , קוקן אים אראפ פארן פייטן די חסידים, זיינע פרענדס דארט זענען אפאר אנדערע עקס חסידים און אנדערע לוזערס ...
 
כ'מיין אז מ'מישט אויס צוויי זאכן
זיך שלאגן ווי א שונא,
און סתם אזוי טון וואס מ'וויל.

ס'געווען א צייט וואס גיין מיט א שיפע היט איז געווען פאררעכנט ווי זיך שלאגן מיטן סיסטעם? כ'מיין אז יא.

אמאל ביסטו געווען פאררעכנט אלץ א שונא ביים פרומער ישיבה בחורל ווייל דו האסט א סמארטפאון, ביסט געווען אראפגעקוקט ווייל דו גייסט אהן א רעקל. היינט געט קיינער נישט קיין דעקל.

כ'זעה ישיבה בחורים זיצן און קומזיצן אין רעסטאראנטס מיט חברה וואס אין מיינע צייטן וואלט מען געציטערט צו ווערן געזעהן שטיין נעבן אזא איינער.

ווי סאך ישיבה בחורים האבן סמארטפאוןס בגלוי ציווישען די חברים.

היינט דארף מען ארויסגעבן קרויס ווידיאו'ס צו ווערן פאררעכנט ווי איינער וואס שלאגט זיך מיטן סיסטעם, ועכ"ז קען ער הנאה האבן פון זיין גוישע סושי אום תשעה באב מיטן ועמך כולם צדיקים רבי.
 
די רעדסט פון די מיעוט, די סיסטעם איז פארט אין טאקט גארנישט געטוישט
 
איך זע עפעס אנדערש דא פון די גאנצע מעשה

מאסטער איז א שטארקע ראיה אז מ'קען נישט פייטן די סיסטעם

אפילו מאסטער וואס האט געעפענט אן ארגענעזאציע און געפירט א גאנצע מערכה איז למעשה צוריק דא אויסצולויבן די קאמיוניטי

דאס אז ער שיקט נישט אין בעלזא מאכט נישט קיין סאך אויס, ער האט נאך 16 געשוויסטער וואס שיקן אין בעלזא, זיינע צוויי קינדער אין טינעק וועט שוין נישט צופיל אויסמאכן פאר די בעלזא פארענטשעס

דאס אז ער האט אויפגעהערט פייטן, און חיים הערש מייזליש וואס איז געווען אין צה"ל איז צוריק געקומען מאכן א ברית אין סאטמאר 53, די זאכן ווייזן אז די חרדים פירן אויס בגדול...

באלד וועסטו נאך הערן אז עיבי שטיין זוכט צוריק צו לייגן די שטיקל...
די שטיקל איז אמאל אראפ?
 
זייער אן אינטערעסאנטע שמועס, ס׳איז כדי אויסצוהערן פון אנהויב ביזן סוף.

שמעי ותחי נפשכם
View: https://youtu.be/IRTvj1_4_14?si=0x0xPBCBIxzxAuW0
אנגעשטינקען איבער געלאזט א נפחה און ער גייט ווייטער.

ער איז געווען אזוי ראנג, אין מיין מיינונג. עס איז דא אזוי פיהל חסידישע אינגעלייט וואס האבן געהאט זערא סעקיולער עדיוקעישאן און זענען זייער מצליח אין קאלעדזשעס, און כ"ש אין ביזנעס.

און קוק זיך גוט צו ווי היימישע אינגלעך האבן מצליח געווען צוריק שטיפן זיין נערעטיוו מיט די גרעסטע פראפעסערס וואס ער האט פרובירט צו-צושטעלן צו פייטן זיין און אפאר היימישע אינגלעך האבן איהם מצליח געווען צוריק צו שטיפן א מיליאן מייל.
 
אז ער האט חרטה אויף די מהלך וואס ער האט גענומען, און ער איז מודה אז ער האט געמאכט א טעות, צוליב וואס טויש דארף קומען פון אינעווענדיג און נישט פון אינדרויסן, מילא זיין נייע סטראטעגיע איז צי ארבעטען ציזאמען מיט די מוסדות.
די מוסדות ארבעטן מיט איהם ? ער איז אזא שוטה ?
 
1) מאכן א גוטע פראקטישע קאריקולים געאייגענט פאר עלטערן וואס ווילן צולערנען מיט זייערע קינדער אינדערהיים
דו ביסט גענוג אפן צו וויסען אז ער איז אווער געווען נאך פאר ער האט אנגעהויבן. ער קען צו שטעלן א גוטער קאריקיולעם פאר א מספר מצומצום מענטשען וואס וועט זיך קיינמאל נישט אויסצאהלן. הגם די פאפיולאציע ווערט גרעסער פון טאג צו טאג און עס וועט צו קומיען קאנדידאטן פאר אזא קאריקיולעם אויב עס איז טאקע גוט. אבער, דזשענעראלי גייט ער און ערגעץ נישט.
2) מאכן א קאריקולים פאר מוסדות וואס ווילן געבן א גוטע עדזשיוקעישאן פאר זייערע תלמידים
איז דא איין מוסד אין די חסידישע סעקטע וואס איז אינטערסירט אין דיין גוטע עדזשיוקעישאן? און ווייטער מיט די זעלבע סטעיטמענט פון פריער דו ביסט גענוג אפן צו וויסען אז די גאנצע עדזשיוקעישאן וואס די חסידישע עדיויקעישאן שטעלט צו איז צו קאנטראלן ווי אזוי דו לעבסט מחוט ועד שרוך נעל (פארוואס איז עס אן אנדערע דיסקוסיע)

וואספארא הויזן דו טראגסט וואס פאר א גלעזער דו שמירסט ארויפ אויף דיין פרצופ. די קאליר פון דיין טיכעל, צו די פארב וואס דו קענסט יא אדער נישט לייגען אויף דיין פעיס וכו' א"א לפרטם כי רבים הם. עס איז נישטא קיין שום סיבה אין די וועלט אז א חסידישע מוסד זאל צו שטעלן א גוטע עדיוקעישאן. נאך מער מיט א גוטע עדיוקעישאן וועלן זיי זיך אליינס שיסען אין די פיס עס ארבעט נישט מיט די אדזשענדע.

וויאזוי האט דער רבי שוין געזאגט ווערספארשטייט פארשטייט.
 
א גרויסע חלק כלל ישראל שטיצט זיין אגענדע,
צייכן אן גרויס וויפיהל מענטשען אדער פרצענט, מענטשען פון אינעווייניג אדער פון דעראויסען פריוואטע מענטשען אדער ארגאנעזירטע ? זיי מסביר דעם סטעיטמענט.
 
ווילאנג קען איין מענטש אנפירן אלעס איינער אליינס פאר אזוי לאנג?
זייער שוואך. אינפארמאציע שטומט נישט לויט די טעבס. למשל אין די ערשטע בליק איך גיב א קליק קרית יואל טעב דער ערשטער ארטיקעל איז אלעקשאנס אנעלעזירונג פון 24' מיט א בילד פון די וויי אין ב"פ.

איך וועל נישט גיין פון טאיינס צום צווייטן דאס איז איז נישט קיין פארגאנג פאר א ריכטיגע נייעס סארס. אנלעס ער וויל עס מאכן פאר אזא צופלויגענע בלאג.

1759068505455.webp
 
לכאורה קען ער קיין שופר פאר כלל ישראל מער נישט זיין.
ער האט קיינמאל נישט געקענט. מיט די האס און אדזשענדע האט עס קיינמאל נישט געארבעט. פארגעס נישט סיקריקים זענען פון אייביג אן געווען שטערקער ווי די אפענע אדזשענדע אונטער-ברענגער.
 
כדאי אנצומערקן אז ער האט זיך נישט אנטשולדיגט אדער געבעטן מחילה
עס זעהט נישט אויס ווי ער האלט אז ער איז נישט געווען גערעכט. עס האט נאר געדעמעדזשט זיין משפחה איהם און עפעס א רוק האט ער געכאפט אין יפפעד. אבער, בשיטה מוז נישט זיין אז האט געטוישט זיין מיינונג.
 
איך זע עפעס אנדערש דא פון די גאנצע מעשה

מאסטער איז א שטארקע ראיה אז מ'קען נישט פייטן די סיסטעם

אפילו מאסטער וואס האט געעפענט אן ארגענעזאציע און געפירט א גאנצע מערכה איז למעשה צוריק דא אויסצולויבן די קאמיוניטי

דאס אז ער שיקט נישט אין בעלזא מאכט נישט קיין סאך אויס, ער האט נאך 16 געשוויסטער וואס שיקן אין בעלזא, זיינע צוויי קינדער אין טינעק וועט שוין נישט צופיל אויסמאכן פאר די בעלזא פארענטשעס

דאס אז ער האט אויפגעהערט פייטן, און חיים הערש מייזליש וואס איז געווען אין צה"ל איז צוריק געקומען מאכן א ברית אין סאטמאר 53, די זאכן ווייזן אז די חרדים פירן אויס בגדול...

באלד וועסטו נאך הערן אז עיבי שטיין זוכט צוריק צו לייגן די שטיקל...
איך (פון מיין פערזענדליכע עקספיריענס) קוק עס ענדערש אן אז די סיסטעם האט זיך געטוישט.

אין די פארגאנגענהייט איז די סיסטעם געווען שווארץ אדער ווייס, די סיסטעם היינט פארנעמט א היפש ביסל גרעי, און ס'ווערט נאר מער יעדן טאג.

די סיסטעם איז נאך ווייט פון פערפעקט, אבער ס'ריקט זיך מיט גרויסע טריט.

אלס א קליין משל באטראכט "דראמאדי".

אין נישט ווייטע פארגאנגענהייט איז געווען אפגעפרעגט צו מאכן היימישע קאמעדיעס סתם אזוי.
ס'האט געדארפט זיין א שבע ברכות/פורים טיש אדער א חלק פון א גרעסערע פלעי...
סתם זיך צוזאמקומען צו לאכן איז געווען א גויאישע זאך. דא, נישט נאר וואס זיי טוהן ממש דאס נאר זיי אדווערטייזן אן קיין בושה א שפיל פאר מענער און פרויען (אפגעטיילט) א זאך וואס אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט וואלט א וויליאמסבורגער אינגל אנגעקוקט ווי ציונות ממש (🤪) און היינט גייט עס דורך מיט א היפשע שטילקייט.

אין אנדערע ווערטער:
נישט נאר איז היינט דא פילע וואס זענען גרעי, נישט נאר זענען די גרעי בחורים פיל מער אקסעפטעד אין די סיסטעם, נאר אפילו די "נארמאלע" טוהן אויך היינט פילע זאכן וואס מען האט אמאל נישט געטוהן.
 
אנגעשטינקען איבער געלאזט א נפחה און ער גייט ווייטער.

ער איז געווען אזוי ראנג, אין מיין מיינונג. עס איז דא אזוי פיהל חסידישע אינגעלייט וואס האבן געהאט זערא סעקיולער עדיוקעישאן און זענען זייער מצליח אין קאלעדזשעס, און כ"ש אין ביזנעס.

און קוק זיך גוט צו ווי היימישע אינגלעך האבן מצליח געווען צוריק שטיפן זיין נערעטיוו מיט די גרעסטע פראפעסערס וואס ער האט פרובירט צו-צושטעלן צו פייטן זיין און אפאר היימישע אינגלעך האבן איהם מצליח געווען צוריק צו שטיפן א מיליאן מייל.
דאס אז ער איז געווען ראנג אין וויאזוי ער האט געפירט די מערכה זאגט נישט גארנישט איבער די מערכה זעלבסט.

ער איז געווען (און איז) הונדערט פראצענט גערעכט אז אונזער חינוך סיסטעם בעוולה'ט אונז אויף א שרעקליכע פארנעם מיטן אונז נישט אנגרייטן צו די עולם הפרנסה.

דאס אז "געוויסע" אינגעלייט מאכן עס "טראץ" די שוועריקייטן נעמט נישט אוועק פונעם פארברעך.

רוב אינגעלייט גייען דורך שבעה מדורי גיהינום צוליב נישט קענען קיין ענגליש, נישט האבן קיין דיפלאמא א.ד.ג. און פילע געלונגענע אינגעלייט (וואס זענען לאו דווקא געמאכט פון די מאטריאל צו עפענען ביזנעסער) בלייבן סטאק א גאנץ לעבן אלס טעקסי/באס דרייווערס, קאשיערס וכדומה.

דאס מיינט אוודאי נישט אז די סעקולארע ערציאונג סיסטעם איז יא אינגאנצן אויסגעהאלטן, אבער -ווי מיין רבי פלעגט זאגן- די גיהנם איז גענוג גרויס פאר יעדן...

עדיט:
משמע פון די שפעטערדיגע מעסעדזשעס אז @הק' לייביש שרייבער איז עפעס אויך נישט דער גרעסטער חסיד פון אונזער עדיוקאציע, בין איך שוין אינגאנצן צומישט (ווארשיינדליך דארף איך מער עדיוקעישן... 🤣)
 
לעצט רעדאגירט:
ער איז געווען (און איז) הונדערט פראצענט גערעכט אז אונזער חינוך סיסטעם בעוולה'ט אונז אויף א שרעקליכע פארנעם מיטן אונז נישט אנגרייטן צו די עולם הפרנסה.
קאן זיין, איך בין נישט קאנווינסד.
דאס אז "געוויסע" אינגעלייט מאכן עס "טראץ" די שוועריקייטן נעמט נישט אוועק פונעם פארברעך.
איך בין נישט קאנווינסד אז די וואס מאכן נישט וואלטן עס געמאכט מיט אן עדיוקעישאן.
וב אינגעלייט גייען דורך שבעה מדורי גיהינום צוליב נישט קענען קיין ענגליש, נישט האבן קיין דיפלאמא א.ד.ג. און פילע געלונגענע אינגעלייט (וואס זענען לאו דווקא געמאכט פון די מאטריאל צו עפענען ביזנעסער) בלייבן סטאק א גאנץ לעבן אלס טעקסי/באס דרייווערס, קאשיערס וכדומה.
אפי' דו מיינסט זענען געלאנגען, און קען זיין זיי זענען טאקע געלאנגען. אבער די די רגע וואס דו זעהסט איהם זיך אריין זעצען אין א טעקסי אדער קאשיר מיינט דאס אז ער איז אוקיי מיט טעקסי'אינג אדע קאשיר'אינג (עס איז נישט קיין חסרון) אבער ער וויהל דאס טוהן ווייל דאס איז איהם דאס בעסטע אויפן מינוט און אזוי וויל ער טוהן ממילא. ווייל ווען נישט פיגערט ער זיין וועג נישט צו דארפן טעקסי'ען.

איז נישטא קיין דורך געפאלאענע קאלעדזש סטודענטס וואס מאכן עס נישט אין עולם המסחר ?
 
איך זע עפעס אנדערש דא פון די גאנצע מעשה

מאסטער איז א שטארקע ראיה אז מ'קען נישט פייטן די סיסטעם

אפילו מאסטער וואס האט געעפענט אן ארגענעזאציע און געפירט א גאנצע מערכה איז למעשה צוריק דא אויסצולויבן די קאמיוניטי

דאס אז ער שיקט נישט אין בעלזא מאכט נישט קיין סאך אויס, ער האט נאך 16 געשוויסטער וואס שיקן אין בעלזא, זיינע צוויי קינדער אין טינעק וועט שוין נישט צופיל אויסמאכן פאר די בעלזא פארענטשעס

דאס אז ער האט אויפגעהערט פייטן, און חיים הערש מייזליש וואס איז געווען אין צה"ל איז צוריק געקומען מאכן א ברית אין סאטמאר 53, די זאכן ווייזן אז די חרדים פירן אויס בגדול...

באלד וועסטו נאך הערן אז עיבי שטיין זוכט צוריק צו לייגן די שטיקל...
עס איז נישט קיין ספק אז די סיסטעם האט אייביג געוואונען און די סיסטעם וועט אייביג געווינען.

וואס יא ווי @שפן הסופר האט פריער דערמאנט דא אז די סיסטעם שיפט אביסעל. אבער @שפן הסופר די סיסטעם שיפט פון ווען סיסטעם האט זיך געסיסטעם'ט און די סיסטעם רוקט זיך זיך א מילליאן מאל שטייטער פון וואס עס איז אוועליבעל פאר די נאן סיסטעמערס וואס דאס וועט קיינמאל (אזוי מיין איך) זיך צוזאמ-קומען. און די סיטעם וועט בלייבן סיסטעם מיט אביסעל מאוונמענטס און די אלע וואס טרייען עס צו פייטן אדער וועלן עס בריש גילי' אויברייסן וועלן צוריק קומען מאכן בריתן אין 53'ד און מעלדן ברבים בקלונם אאאאאאיך האב מיך באאאאאאמאכט אאאאאאיך האב געמאכט א מיסטעיק.
 
קאן זיין, איך בין נישט קאנווינסד.

איך בין נישט קאנווינסד אז די וואס מאכן נישט וואלטן עס געמאכט מיט אן עדיוקעישאן.

אפי' דו מיינסט זענען געלאנגען, און קען זיין זיי זענען טאקע געלאנגען. אבער די די רגע וואס דו זעהסט איהם זיך אריין זעצען אין א טעקסי אדער קאשיר מיינט דאס אז ער איז אוקיי מיט טעקסי'אינג אדע קאשיר'אינג (עס איז נישט קיין חסרון) אבער ער וויהל דאס טוהן ווייל דאס איז איהם דאס בעסטע אויפן מינוט און אזוי וויל ער טוהן ממילא. ווייל ווען נישט פיגערט ער זיין וועג נישט צו דארפן טעקסי'ען.

איז נישטא קיין דורך געפאלאענע קאלעדזש סטודענטס וואס מאכן עס נישט אין עולם המסחר ?
איך כאפ נישט מיט וועם דו דרייסט דיך אבער אין מיין משפחה (איך בתוכם) און צווישן מיינע חברים זענען דא מערערע וואס האבן עס "עווענטועל" געמאכט נאכן זיך אפמוטשענען זיך אויסצולערנען ממש די אלף בית וואס א סעקולאר עדיושעיקן געבט, אבער זיי האבן עס געדארפט טוהן מיט א ווייב און 5 קינדער אויפן קאפ, נאכלויפנדיג דעם דאללאר אויף א משונה'דיגער פארנעם פשוט צו קענען אנהאלטן דעם שטוב, און פילע האבן אויפגעגעבן ערגעץ וואו אינצווישן.

ווען דו וועסט מיר טרעפן אזויפיל באס דרייווערס ביי אונזערע קאזינס די מאדערנע ארטאדאקסן וועל איך וויסן אז אונזערע באס דרייווערס זענען טאקע פשוט פוילע מענטשן.

בד"וו דאס אז אין די אלגעמיינע גאס זענען פאראן פילע קאלעדזש גראדואירטע וואס מאכן עס נישט נעמט נישט פונעם פאקט אז סטאדי נאך סטאדי ווייזט אז ווי העכער דיין עדיוקעישן אלס א העכערע עווערדזש סאלארי פארדינסטו.
ס'איז אייביג דא פוילע חברה, מענטשן וואס נעמען דעגריעס אין נישט ריכטיגע נושאים אדער סתם אזוי יוצאים מן הכלל, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם עווערעדזש.
 
Back
Top