רעדענדיג פון דעם, איך האב טאקע אמאל געהאט א לענגערע דעבאטע מיט א חבר אויב עסן לאקשן קוגל שבת - אדער סיי וועלכע אנדערע זאך - אויף וואס געוויסע רביים האבן מבטיח געווען גרויסע זאכן, ווי צ.ב. פרנסה, צו מ'זאל דאס אפי' טון אלס דזשאוק ווייל על הצד עס האט עפעס א ווייטע פראבאביליטי צו ארבייטן, אדער איז עס לעכערליך אין יעדנספאל.
איך האב גע'טענה'ט עס איז לעכערליך - לויט די דעפינאציע פון 'לעכערליכיזם' בכלליות.
ער האט אבער גע'טענה'ט אז מיר קענען קיינמאל נישט וויסן צו אין א הייפאטעטיקעל יוניווערס איז ר' הערשעלע קרעטשניפער יא געווען אן אמת'ע מלאך, און ער האט יא געהאט א כח צו מבטיח זיין אזעלכע זאכן, וואס לפע זה איז דא א ריעל פראבאביליטי אז מיר זענען אין אזא יוניווערס און דערפאר איז די פראבאביליטי נישט ממש = 0. ער טענה'ט אז די אלס סגולות און סטאף, ווילאנג ס'קאסט נישט קיין געלט און ס'נאך געשמאק אויך, פארוואס דען נישט טון - על הצד?!
איך דינג זיך! איך האלט פשוט פאר די דיגנעטי פון דעם זאל מען עס נישט טון, און ווי געזאגט, וואטעווער 'לעכערליך' מיינט ביי אונז איז אזא 'הייפאטעטישע יוניווערס' נכלל אין דעם, און ער וואלט עס נישט גענוצט אין קיין איין אנדערע קאנטעקסט, זיכער נישט ווען דער פויפסט זאגט ווען צו כ'ווייס נישט וואס אויב עסט מען אייער אויף איסטער וכדו'..
פארשטייט זיך אז למעשה זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלער דיין..