כ'בין פונקט לעצטענס געווען אין אשוואר אין מאנסי. זאגט מיר איינער אז די רבי זעהט זאכן, ער ווייסט ווען מענטשן גייען טרעפן זייער זיוויג, ווען זיי גייען האבן א קינד וכדו'.
גיי איך צו און כ'פרעג אים, ס'איז אמת אז דער רב האט רוח הקודש, אדער ס'איז סתם שמועות.
זאגט ער "מ'זאגט דאך דער וואס רעדט ווייסט נישט און דער וואס ווייסט רעדט נישט..."
פרעג איך אים, ס'איז אמת אז דער רב זעהט ווען מ'גייט טרעפן א שידוך? זאגט ער "ס'ווארט אויף דיר א גוטע זאך אי"ה, דו האסט א הויעכע ניצוץ, מיט גרויסע כוחות."
פרעג איך אים איבער, סאו עפעס גוט ווארט פאר מיר? ער שאקלט דעם קאפ מיט א שמייכל.
זאג איך אים, אבער איין קליינע פראבלעם האב איך, - ער האקט מיר איבער און זאגט "דו האסט איין פראבלעם, נו זאג דו מיר וואס איז דיין פראבלעם..."
זאג איך אים "איך ווייס נישט, לאמיר הערן וואס דער רב זעהט..." הייבט ער אהן צו רעדן פון די כוחות וואס איך האב און אז כ'קען עס אויסניצן צו טון מצות ומעשים טובים.
זאג איך אים "אבער למעשה די פראבלעם איז אז כ'בין שוין חתונה געהאט."
געט ער מיר א פעטשל אויף מיין הענט און ער זאגט "ווייס איך דאך! כ'רעד פון אן עזר העליון דאס איז עפעס וואס ווארט אויף דיר."
-
נו, אז מ'קען קען מען...

