אקעי. צייט אראפצונעמען דעם שלייער.
איך בין גוט באקאנט מיט די מעשה, און איך קען די צדדים.
מארקאוויטש וויל נישט געבן קיין גט. פינטל.
ער וויל געלט.
ער האט געמענידשט זייער קלוג, און מאנעווירט אז רבנים זאלן אים געבן אן היתר.
די סיבה פארוואס די רבנים האבן עס געגעבן איז געווען ווייל ראבינאוויטש לאזט אנגעבליך אים נישט זעהן די קינדער.
ראבינאוויטש האט זיך דערוויסט פונעם היתר איז ער געגאנגען צו רבנים און געזאגט אז ער האט נישט קיין שום פראבלעם אז ער זעהט די קינדער.
נאכ'ן עס פעסטשטעלן האבן די רבנים געסטראשעט מארקאוויטש, אז אויב האט ער חתונה, קומט מען ארויס מיט א חירם קעגן אים.
מארקאוויטש, שפירנדיג ווי די ערד ברענט אינטער זיינע פיס, איז געלאפן צום קרית יואלע רב, אהרן טייטלבוים, אז ראבינאוויטש וויל אים אויסצאפן די יארן.
מארקאוויטש האט מצליח געווען אפצוקויפן אהרן, און אהרן האט אים געזאגט קענסט גיין חתונה האבן.
למעשה זענען די רבנים קעגן דעם היתר פארשטילט געווארן דורכ'ן טעראר אפאראט, איינגענומען א שטיל שווייגעניש, און זיך באגנוניגט מיט א נארישע פאוסטער וואס איז כמעט נישט געווארן פארשפרייט.
די וועלט האט זיך געשטעלט אויף מארקאוויטשעס זייט, ביז...
שמעון זאב מייזליש האט אנגעהויבן קאכן איבערדעם און אויפגעדעקט מארקאוויטשנס שמוציגן פרצוף..
מארקאוויטש לערנט אגאנצן טאג, דאווענט בציבור, און פירט זיך ווי א רעכט פארכטיגן מענטש...
כ'מיין.... פארוואס זאל מען אים נישט גלייבן ווען קעגן אים שטייט איינע פון די מערסט פארפיינטע עשירים..