פארוואס מוז זיין אז דער אייבערשטער קען נאר טוען גוטס?

די סיבה פארוואס ער קען נישט זיין גשמי איז מכח אחדותו און יעדע גשמי איז עפעס וואס האט א ריבוי דהיינו א רעכטע זייט אדער לינקע זייט.
אינטרעסאנט, פון דער ריבוי און רעכטע\לינקע זײט האב איך נאכנישט געהערט. קעיר טו עקספלעין פליז?
 
אינטרעסאנט, פון דער ריבוי און רעכטע\לינקע זײט האב איך נאכנישט געהערט. קעיר טו עקספלעין פליז?
א זאך וואס האט א רעכטע און א לינקע זייט איז ווי ס'איז צאמגעשטעלט פון צוויי חלקים (אפילו די קלענסטע פארטיקעל וואס מ'קען לכאורה נישט צוטיילן האט אויך מער ווי איין חלק. חלק מיינענדיג א זייט). און גאט איז איינס.
 
אין רעליגיע איז דא צוויי שטארקע טאלקינג פוינטס,
1. גאט איז אלמעכטיג
2. גאט איז בלויז גוטס

דאס ברענגט אבער פראבלעמען ווייל למעשה זעהט מען יא שלעכט, און דאס ברענגט אז די צווי טאלקינג פוינטס קען נישט זיין אמת ביינאזאם, דהיינו, אדער איז גאט נישט אלמעכטיג אדער איז ער נישט ״בלויז גוט״.

ס׳דא צוויי וועגן וויאזוי מען קען זיך ארויס דרייען פון דעם פראבלעם.
1. די פעזענט די ווייסט נישט וואס מיינט גוט, בלויז א גאט ווייסט וואס מיינט גוט. (בקיצור מען טוישט די מיינונג פון גוט און אזוי קען גאט ווייטער זיין א שלעכטער בשעת מען קלעימט אז ער איז גוט.)
2. אז גאט האט זיך מצמצם געוועהן כדי ס׳זאל זיין א בחירה (איבערזעצונג אין אידיש: אז גאט איז נישט קיין כל יכול.)

די פראבלעים מיט ביידע תירוצים איז אז סתם געדרייט די אייער ווי א פאליטיקאנט, און ס׳נעמט דיך אויף א רייד ווי נאר א דייאגנאזירטער געזלייטער קען.

איז פארוואס לייגט מען זיך אריין לכתחילה אין א פראבלעים, פארוואס מוז זיין אז גאט איז ״בלויז גוטס״, פארוואס איז ״בלויז גוטס״ א קוואליפיקאציע וואס איז ריקווייערד פאר גאט-שטאטוס?

די צינישע ענטפער איז, אז אויב מוז מען זאגן אז גאט איז א שלעכטער, דאן קען מען שוין נישט טענה׳ן אז מאראל קומט פון גאט.

אבער איז דא עפעס א נערמאלע סיבה פארוואס מען איז סטאק מוטן, גאט איז בלויז גוט?
קען זיין אנדערע האבן שוין גענטפערט אבער איך וויל פארשטיין פאר דו פרעגסט צו גאט קען טון נאר גוטס קודם לאמיר פארשטיין וואס מיינט גוט בכלל א דאקטער וואס שניידט א מענטש כדאי אים צו היילן ווען ער שניידט טוט ער גוט אדער שלעכט ? איך רעד די פעולה פון שניידן איז גוט אדער שלעכט ? אפגעזעין אז עס גייט זיכער ארויסקומען גוטס פאר דעם געשניטענעם אבער פאוקעס איך אויף די שניידן דעס איז זיכער א שלעכטס -ספעשל אמאל ווען מ'האט טאקע ממש געריסן שטיקער- סאו די שניידן איז זיכער שלעכט , ניין ?
 
עס איז נישט נוגע דיין שאלה לגבי גאט, וויבאלט גאט קען מאכן אז ווען ער דארף שניידן איינעם זאל עס פילן ווי סעקס.
 
פארוואס קען נישט זיין אז גאט איז נישט מושלם
אפשר האט ער יא חסרונות

כדי צי ווערן א גאט מוז מען זיין א כל יכול און מען מוז זיין א מושלם, ווייל טאמער פעלט פון איינער פון די תנאים איז ער נישט מער ווי א מאטשאו-מענטש

בכדי צו זיין א מושלם Whole מוז ער דאך האבן שלעכטס, אז נישט איז ער דאך נישט קיין מושלם
 
בכדי צו זיין א מושלם Whole מוז ער דאך האבן שלעכטס, אז נישט איז ער דאך נישט קיין מושלם
דאס איז א אקסי-מאראן, עס איז פונקט ווי צי זאגן אז כדי גאט זאל זיין א מושלם מוז ער אויך זיין א נישט-גאט. דאס איז בעצם נישט מער ווי א ווערטער שפיל און נישט גערעדט צום זאך.
 
דאס איז א אקסי-מאראן, עס איז פונקט ווי צי זאגן אז כדי גאט זאל זיין א מושלם מוז ער אויך זיין א נישט-גאט. דאס איז בעצם נישט מער ווי א ווערטער שפיל און נישט גערעדט צום זאך.
ניין וואס האט א מושלם א שייכות מיט זיין אויסער זיך, א מושלם מיינט זיין די פולע זיך
 
Back
Top