קאסא גראנדע סאמעטוכע

מיין לעצטע תגובה אין די שנירל
איך בין מסכים אז קהילת ראבינאוויטש האט געטון אסאך נארישקייטן איינמאל די מחלוקת האט זיך אנגעהויבן.
כולי עלמא איז מסכים אז די אינוועסטערס זענען חיות און חזירים.
יהושוע רובין איז מסכים מיט מיר אז ער איז א קאנטראולער ווי ער אליין רופט זיך א ארגענעזעישען און נישט קיין קהילה.

מילא ווער עס וויל נישט זיין קיין חלק פון זיין ארגענעזעישען האט אלע רעכטן צי עפענען א קהילה און קאסע גראנדע און יהושוע רובין קען נישט האבן קיין טענות אויף זיי אז זיי ווילן נישט זיין קיין חלק פון זיין ארגענעזעישען.
די קענסט עס נישט טון פאר די אידען אין קאסא גראנדע, אזוי פשוט איבערלאזן די שנירל. איך פארשטיי אז מ'טוישט שוין איבער די המן טאש מיטען מצה טאש, אבער ס'זיצען אידען אפאר טויזענט מייל אוועק אין א פארווארפענע שטאט אין אריזאנע, זייער גאנצע חיות איז אז אידען איבערן וועלט פילעווען איבער זייער שוואכקייטן. יעדע תגובה דא געט זיי חיזוק אנצוהאלטן מיט די לעבען דארט און די מחלוקה. שטארק דיך און גיי אן מיט כאטש נאך אפאר ראונדס. זיי נישט סעלפיש ווען די אידען דארט קוקען אזוי שטארק ארויס פאר עס.
 
נישט איך און נישט קיינער וואס פארשטייט וויאזוי פרי-מארקעט ארבעט
פרי מארקעט אויף יענעמ'ס חשבון איז בלויז רשעות.
און עס ווערט נאך סך מער אומפארשטענדליך אויב דו ביסט א איד.

עס איז אכזריות, רשעות, און קיינער (אן נגיעות) וועט קיינמאל נישט פארשטיין ווי אזוי א איד קען זיין אזא חזיר און רשע, וואס פארקויפט זיין נשמה פאר'ן שטן פון אביסל געלט.

מען ליידט זיך אן פון זיי אין יעדע היימישע געגנט. אבער לכה"פ אין אנדערן עק אמעריקע, וואו יענער האט אינוועסטירט בלוט און שווייס און מיליאנען דאלארן בארץ לא זרועה ספעציפיש פאר די כוונה צו האלטן פרייזן נידריגער פאר אידן, וואלטן די אינוועסטירער געדארפט האלטן זייערע שמוציגע לאפעס ביי זיך. אבער ניין. די וועלט באלאנגט פאר זיי! בשבילי נברא העולם! און איך וויל זיין א מייקר את השער, זאל זיך דער רובין איבערדרייען....

קיין שום פרי מארקעט פראפאגאנדע תירוצים גייט דאס פארענטפערן.
 
מיין לעצטע תגובה אין די שנירל
איך בין מסכים אז קהילת ראבינאוויטש האט געטון אסאך נארישקייטן איינמאל די מחלוקת האט זיך אנגעהויבן.
כולי עלמא איז מסכים אז די אינוועסטערס זענען חיות און חזירים.
יהושוע רובין איז מסכים מיט מיר אז ער איז א קאנטראולער ווי ער אליין רופט זיך א ארגענעזעישען און נישט קיין קהילה.

מילא ווער עס וויל נישט זיין קיין חלק פון זיין ארגענעזעישען האט אלע רעכטן צי עפענען א קהילה און קאסע גראנדע און יהושוע רובין קען נישט האבן קיין טענות אויף זיי אז זיי ווילן נישט זיין קיין חלק פון זיין ארגענעזעישען.
פליז לאז אונז נישט איבער, איך האב אוועקגעגעבן אפאר וואכן פון שלאפלאזע נעכטן, כדי אנצוקומען צו די באטעם אוף דיס, עס קומט ארויס אסאך בעסער ווען עס גייט מיט א טשעלענזש, דו העלפסט מיר ארויס מיט מיין ארבייט פון פארציילן אלעס, פליז ווארט צו ביז אביסל נענטער צו פסח ווען איך מוף, אויב זע איך אז די שנירל ווערט נישט סתם עקעלדיג מיט נאנ-ריזענעבעל העיט וועל איך ארויסלייגן מיין נאמען און טעלעפאן נאמבער אז עני באדי זאל מיר קענען רופן און פרעגן.

דו זאגסט אז דו ביזט מסכים אז רבינוביץ צד האט געטון אסאך נארישקייטן "איינמאל די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן" לאז מיר פליז עס צונעמען אויף קליין געלט.

איך זע אז אפילו לויט דיר איז דאס אמאל זיכער אז רובין און זיינע מענטשן האבן די רעכט זיך צו פירן לויט די מהלך וואס זיי גלייבן אז עס וועט בויען די געגענט, דו זאגסט נאר אז איינער וואס האלט אנדערש פון רובין האט אויך די רעכט צו גיין אן רובין. גיבסטו אים אויך די רעכט ווען ער גייט אן רובין זיך צו שלאגן מיט רובין און ארבעטן קעגן רובין און צו שטערן רוביןס ארגענעזעישן?

איך האב געזען א מעסעזש פון רובין צו זיי גלייך דעמאלט ווען זיי האבן זיך צוטיילט ווי ער אפפערט זיי אז ער איז זיי גרייט זיי צו שטיצן און העלפן זיך צו שטעלן אויף די פיס, אבי זיי זאלן נישט אינטערהאקן די תקנות קעגן אינוועסטארס, ווען איך האב געפרעגט איינעם פון אנשי רבינוביץ פארוואס האבן זיי נישט אנגענומען די אפפער האט ער געענטפערט ווייל דאס וואלט געמיינט אז רובין קאנטראלט זיי, נישט צו האנדלען מיט אינוועסטארס אין קאסא גראנדע! דאס מיינט אז רבינוביץ'ס מענטשן זענען נישט געווען צופרידן נאר מיט זיך בויען, זיי האבן געוואלט און ווילן נאכאלץ איין זאך, רובין מיט זיין ארגענעזעישן זאלן אינטערגיין. דאס מיינט נישט אז זיי האבן געטון נארישקייטן "איינמאל די מחלוקה האט זיך שוין אנגעהויבן", נאר עס מיינט אז זיי האבן אנגעהויבן די מחלוקה קעגן רובין, פארשטייט זיך שלא ביושר.

דאס האב איך געענטפערט לפי דבריך. איך פערזענליך האלט בכלל נישט אז זיי האבן א מענטשליכע רעכט און זיכער נישט א תורה'דיגע רעכט. די תורה גיבט די פולע רעכט פאר א מייסד היישוב אדער פאר די ערשטע קהילה אדער פאר טובי העיר צו מאכן תקנות כפי ראות עיניהם, די אנשי רבינוביץ קען מען אפילו נישט געבן דעם טיטול פון נבל ברשות התורה. זיי שרייען אז אמעריקא איז א פרי קאנטרי און יעדער מעג טון וואס ער וויל, גערעכט טאקע, ווייל אמעריקא איז א פרי קאנטרי לאזט מען דיר פרייערהייט פרעקטיסן מענטשליכקייט אדער דיינע תורה'דיגע רעכטן, אויב ביזטו א יוד און דו ווילסטו זיך באניצן מיט א תורה'דיגע נאמען קהילה, דעמאלטס ביזטו געבינדן אויך צו ניצן די אנדערע תורה'דיגע טערמ'ס, נישט קיין חילוק צו דו גלייכסטו עס צו נישט. אדער לאז אפ די תורה'דיגע ווארט קהילה און דעק אויף דיין אמתע פרצוף און זאג קלאר אז דו האסט א נסיון צו פארדינען געלט אויף די חשבון פון די שווערע ארבייט וואס א צווייטער האט אריינגעלייגט, הא, ס'געפעלט דיר נישט, פארוואס נישט, ווייל ס'איז נישט מענטשליך?

איך ווינדער זיך זייער אויף די טערם קהילה. אפשר ביזטו מיר מסביר וואס דאס איז א קהילה און פארוואס קאסא גראנדע דארף זיין א קהילה? וואס איז שלעכט אז יעדע קהילה בויעט זיך שיין פאר זיך אבער זיי ארבייטן אינאיינעם מיט רובין אויף די וואן ענד מאוסט אימפארטענט זאך, ביליגע האוזינג? אה, איך האב פארגעסן, מען קען נישט ארבעטן אינאיינעם ווייל זיי ווילן קאנטראלן רובין מיט די ועד העיר זיך צו פירן אזוי ווי זיי פארשטייען, ווייל נאר זיי פארשטייען ווי אזוי צו האנדלען מיט אינוועסטארס, און רובין און די ועד העיר האבן נישט קיין רעכט צו האלטן אז זיי פארשטייען בעסער. סאו די עצה פון אנשי רבינוביץ איז געווען אז זיי וועלן ניצן עני מיטל צו צוברעכן רובין און די ועד העיר,

דאס וואלט אלעס געווען גוט אויב זוכן זיי עכט אויך צו האלטן פרייזן ביליג, אבער דאס איז אויך נישט אמת. הער דא Tuesday at 12-25 PM.m4a אדער ליין דא קורצע ווערזשען דיון אצל הרב ווייסמאנדל .pdf דאס איז ביי די דין תורה צווישן רובין און ראובן יוסף לעפקאוויטש ביי נייטרא רב פון מאנסי, ווי לעפקאוויטש שרייט קלאר אז רבינוביץ'ס מענטשן לאזן נישט רואיג רובין ווייל ער שלאגט זיך מיט די אינוועסטארס, ער זאגט דארט אז רובין דארף אנערקענען אז די מערכה קעגן אינוועסטארס איז א פארלוירענע פייט און נאר דעמאלטס וועט זיין שלום! הערסט ווערטער? זיי אליין זאגן אז די יסוד המחלוקה איז נישט קהילה אדער קאנטראל, עס איז אינוועסטארס!

סאו איך וויל נישט הערן די נארישקייט אז זיי ווילן אויך האבן תקנות נאר רובין וויל נישט ארבעטן מיט זיי, זיי זאגן עס נאר צו זיין פושט טלפיהם כחזיר. בנוסף צו דעם לאמיר דיר פרעגן, אויב גלייבן זיי אז רובין דארף זיך צושטעלן צו זיי, מיינט עס אז זיי זענען מודה אז מען דארף האבן עפעס א קאנטראל, סאו פארוואס פאלט זיי איין אז רובין דארף זיך בייגן פאר זיי און נישט זיי פאר רובין?
 
איך האב שוין געשריבן פריער אז איך גיי דא פאוסטן די מעשה לויט מיין ריסורטש, עס איז טאקע געווען זייער מיאוס וואס דער מענטש האט געטון, א אינוועסטאר אנשיל פערל וואס וואוינט בכלל נישט אין קאסא גראנדע און איז נאר געקומען מיט פעולות צו אינטעברענגען רובין און זיין קאמיוניטי, און נאך זיבן ווארענונגען און נאך דריי יאר וואס ער האט געהאלטן אין איין צונעמען ביזנעס פון די לאקאלע תושבים און פון די קאמיוניטי, ער פלעגט קומען און ביהמ"ד בארעדן רובין און זיינע העלפערס, און בעיקר איז ער געווען איינע פון די וועלכע האבן געשטיפט די אגענדע אז רובין איז א קאנטראלער און מען דארף זיך אפטיילן פון רובין, ליינסט ריכטיג, א אינוועסטאר פון ניו יארק האט דאס אנגעדרייט זייענדיג ביי רובין אויף וועקעישן פאר די זומער. (בעת ער שיקט זיינע קינדער צו רובין'ס מוסד, אן באצאלן שכר לימוד, ניצענדיג רובין'ס שול, קאווע און שלוש סעודות און וואס נישט, דער איד האט נישט געלייגט א פעני אין די פישקע און נישט געשנודערט קיין דאלער פאר די ביהמ"ד א.ד.ג אפילו פאר די צווייטע מקוה וואס רובין האט געלאזט דעם עולם העלפן שאפן געלט נאך וואס זיי האבן אויך געוואלט האבן א זכות. האט אנשיל פערל נישט געגעבן אפילו איין פעני) נאך אסאך עוולות וואס איך וויל נישט יעצט אויסשמועסען זע דא notice of violation June 21 - Copy-1.pdf א קאפי פון די ריסטרעינג ארדער ווי עס ווערט אויסגעשמועסט באריכות,

ערשט נאך דריי יאר וואס די ועד העיר האט געטרייט עפעס אויסארבייטן מיט אים, איז ער ארויף א דרגא אין זיין רשעות ער האט געעפענט א מענעזשמענט קאמפאני צו מענעזשן הייזער פאר אינוועסטארס וואס האבן געקויפט הייזער פאר טייער, צו די זעלבע צייט האט ער אויך געאפפערט גאר גוטע דיעלס פאר מענטשן וואס האבן יא געקויפט הייזער מיט די ועד העיר צו איבערלאזן די ועד העיר'ס מענעזשמענט און קומען צו אים, אזוי ארום אינטערהאקן די כוח וואס די ועד העיר האט, און אויך צו אינטערהאקן די ביסל הכנסה וואס די ועד העיר האט צו העלפן דעקן די ריזיגע הוצאות וואס עס קאסט אויפצוהאלטן אזא יישוב. די ועד העיר מעמבערס האבן גערעדט און געטרייט מיט אלע מיני וועגן ביז זיי האבן בלית ברירה אים געמוזט ריסטרעינען פון קומען און ווייטער צוברעכן די קאמיוניטי פון אינסייד. אנשיל פערל איז טאקע נישט געקומען פאר אפאר טעג ביז תשעה באב.

די זעלבע צייט איז שוין געווען אנגעצויגן צווישן רובין מיט די ועד העיר קעגן רבינוביץ וואס האט געהאלטן דרשות פאר זיין עולם אז רובין איז א בעל מחלוקה און אז די טובי העיר זענען גארנישט ווערד און מען זאל זיך נישט רעכענען מיט זיי, און נאך שווערע לשונות קעגן רובין און זיינע מענטשן, איך וועל נאך אנקומען בלי"נ צו ארויסשטעלן די קאפיס און ריקארדינגס פון די שמועסן און בריוון,

אנהייב זענען די אנשי רבינוביץ געווען זיכער אז רובין וועט זיין אין א דילעמע און ער וועט זיך ברעכן פאר זיי און זיי איבערגעבן די הנהגה פון גאנץ קאסא גראנדע. זיי האבן זיך נישט געראכטן אז רובין וועט האבן די שטארקקייט צו איינשטעלן אלעס וואס ער האט געבויעט. למעשה פון חודש סיון ביז אב האבן זיי געדאווענט ביי רובין, געשיקט אין זיינע מוסדות, און געהאט האפענונג אז עס וועט זיך זיי איינגעבן, אבער די צייט איז געלאפן און רובין האט זיך נישט געבראכן פאר זייער טעראר, רובין האט זיי געלאזט זיך האלטן מיט זייער רבינוביץ און געלאזט דאווענען ביי זיך אין שול און שיקן די קינדער אין זיינע פריוואטע מוסדות אפילו זיי האבן נישט באצאלט קיין שכר לימוד! איך מיין אז ביז אהער איז רובין גארנישט אזא דיקטעטער וואס ענק האבן דא געמיינט. נאר נאך עטליכע חדשים האט די ועד העיר געשיקט א הזמנה פאר רבינוביץ, די הזמנה איז געווען איבער די טאפיק פון מייקרי השער. די הזמנה פאר רבינוביץ איז געקומען פון בית דין התאחדות הרבנים (שוין געווען עטעטשט אין א פריערדיגע הודעה),

רבינוביץ'ס מענטשן האבן געוויסט אז אויב זיי וועלן זיך אפטיילן פון רובין וועלן זיי זיין לוזערס, די בעסטע וועט ארבעטן אויב זיי וועלן מצליח זיין צו קענען שפילן וויקטעם. דעמאלטס וועט רובין זיין די דיקטעיטאר און זיי נעבעך די וויקטעם, אויף דעם זענען זיי אויפגעקומען מיט א געניאלע פלאן, ווען איך האב זיי געפרעגט פארוואס זיי זענען אוועק פון רובין האבן זיי געשריגן מיט ווייטאג אז זיי האבן בכלל נישט געוואלט גיין, ווען נישט רובין ווארפט זיי ארויס וואלטן זיי נאך היינט געווען דארט ביי רובין, נאר היות רובין האט זיי ארויסגעווארפן תשעה באב האבן זיי נישט געהאט וואו צו גיין, האבן זיי נעבעך געמוזט מאכן א אייגענע מנין... הערט זיך זייער שטארק, בין איך געגאנגען צו רובין'ס מענטשן פרעגן פארוואס מען האט זיי ארויסגעווארפן, האט מיר רובין געגעבן צו הערן א ריקארדינג ווי ער רעדט צו משה לאבעל פון סקאטסדעיל וואס האט דארט א ביהמ"ד, ווי משה לאבעל פרעגט פון רובין פארוואס קאסא גראנדע וואס האט שוין דריי ספרי תורה דארף בארגן א ספר תורה אויף.. תשעה באב, שטימט? די חברה האבן שוין אנגעגרייט א שפיל אז אנשיל פערל זאל יא אריינקומען אפילו ער איז געווארן ריסטרעינט און די ועד העיר וועט אים דאך ארויסשיקן, און זיי וועלן זיך אננעמען פאר דעם אומגליקליכן אנשיל פערל וואס רובין וועט אים מבזה זיין מיט דאס וואס ער שיקט אים ארויס, דעמאלטס וועלן זיי קומען צו הילף פאר אנשיל פערל און נישט לאזן ארויסשיקן דעם אנשיל פערל ביז פעטש, אזוי ארום וועט די ועד העיר ניצן זייער היתר פון הגאון רבי משה גביוף צו רופן פאליס, און אלעס וועט זיין שיין אפגעכאפט אויף וידאו דורך אנשי רבינוביץ, און זיי וועלן ווייזן פאר די גאס אז זיי זענען די בעלי הרחמים וואס קענען נישט צוקוקן ווי דער דיקטעיטאר רובין ווארפט ארויס א אומשולדיגע נשמה פון ביהמ"ד, פאר דעם וועלן זיי תשעה באב צופרי טאקע מוזן מאכן א אייגענע מנין מיט די ספר תורה וואס זיי האבן געבארגט נאך פאר תשעה באב ווען זיי האבן אפילו נישט גע'חלום'ט אז זיי וועלן עס דארפן האבן. האסט פארשטאנען?

אזוי איז טאקע געווען, תשעה באב ביינאכט האט אנשיל פערל בגניבה אריינגעוואקט צו רובין אין ביהמ"ד, ווען פון דער זייט באגלייטן אים נחמן לעפקאוויטש און הלל ליכטענשטיין און יהושע משה ליבערמאן און זיי זענען זיינע באדי-גארדס (ווייל באמת וויסן זיי נישט אז מען האט אים ריסטרעינט) נחמן און הלל האלטן זייערע פאונס אנגעצינדן די קעמערעס ווייל אזא מעמד קען מען נישט פארפאסן, מען דארף דאך קענען ווייזן פאר די גאס אז זיי זענען די וועלכע זענען גערעכט,

די פלאן איז אפילו געלונגען בעסער ווי געפלאנט, ווען רובין האט באמערקט אז אנשיל פערל איז געקומען צום אים אין פראפערטי נאכדעם וואס די ועד האט אים ריסטרעינט, האט ער זיך נישט דערשראקן נאר צוגעגאנגען צו אנשיל פערל און אים דערמאנט אז ער האט א ריסטרעינינג ארדער און ער זאל מוחל זיין ארויסגיין, אנשיל מיט זיינע גארדס האבן אנגעהויבן שישקען אויף רובין, אבער פארשטייט זיך רובין ביי זיך אינדערהיים האט נישט נאכגעלאזט און נאכאמאל געהייסן פאר אנשיל פערל ארויסגיין, קומענדיג נענטער צו אנשיל פערל האט זיך אנשיל פערל דערשראקן אדער געטון בכוונה און אועקגעשטיפט רובין וואס איז געשטאנען נאנט צו אים, דא איז נחמן לעפקאוויטש צוגעקומען שרייען אויף רובין "ביז הענט..." רובין האט ערשט יעצט באמערקט אז נחמן פילעמט אפ, האט ער אים געבעטן אז ביי אים אין פראפערטי זאל ער נישט אפכאפן קיין וידאו צו ניצן קעגן רובין. אבער נחמן האט ווייטער געהאלטן זיין טעלעפאן צו אפכאפן, רובין איז צוריק צו פערל און אים געוואלט אנכאפן און ארויסטראגן, אבער דא איז נחמן לעפקאוויטש געקומען צו הילף און ביידע האבן אנגעהויבן שלאגן רובין. עס האט אנגעהויבן צו ווערן נויז, איז געקומען חיים שלמה בערגער צו רובין און אים געזאגט אז ממש אויף אזא פאל האט רבי משה גביוף געשריבן זיין פסק אז מען זאל רופן פאליס, פאליס איז אסאך שענער פון הענט, און טאקע הרב בערגער איז ארויס מיט רובין און גערופן פאליס, די איבעריגע איז היסטערי. זיי קענען שפילן וויקטעם און קענען באשמיצן רובין אלץ א מסור.

א ענליכע מעשה האבן זיי אונטערגעשטעלט א טאג דערויף ביי די מקוה מיט נאך א גאסט וואס האט געהאלפן א אינוועסטאר וואס האט איבערגעלאזט גאר אסאך פאר זיין הויז, און יעצט האבן זיי גענוג שטאף זיך צו בארואיגן אז רובין איז א קאנטראלער.

איך האב געהערט אלע שפעקולאציעס צו רובין האט געהאנדעלט ריכטיג אדער וואלט עס געמעגט האנדלען קליגער, עס איז באמת נישט נוגע, ער איז נאר א בשר ודגים, וואס איז יא קלאר אן קיין ספק איז אז די אנשי רבינוביץ און אנשיל פערל זענען דמם בראשם פאר די מעשה.

איך און אנדערע וואס איך ווייס אז זיי גייען יעצט מופן, קוקן דוקא אן די עקט פון רובין אלץ א גאר העראאישע עקט וואס נאר אזוי קען מען האלטן די פרייזן פון הייזער ביליג אז אונז זאלן קענען האבן אונזערע חתונה געהאטע קינדער צו וואוינען נעבן אונז ווייל פרייזן פון הייזער וועלן בלייבן ביליג.
א גרויסע דאנק פארן ענטפערן.

איך זעה אז ראבינאוויטש איז שוין געווען דארט פאר ס'איז געווען א פולי מחלוקת,
דארף מען אנהייבן פריער, וויאזוי די ערשטע זאך האט זיך אנגעהויבן, פארוואס האבן זיי בכלל גענומען ראבינאוויטש, ווען זיי זענען נאך געווען איין קהילה?

האבן זיי שוין געדאווענט עקסטער פאר יענע ת''ב?
פארוואס זענען זיי ת''ב צוריק געגאנגען?

אויב נישט,
דאן ווי איז ראבינאוויטש געווען רב?
 
איך האב שוין אויסגעשמועסט די אלע זאכן אין פריערדיגע ענטפערס פליז קוק איבער ווייל איך גלייב נישט אז דער עולם וועט זיין צופרידן אז איך גיי חוזר חלילה.

אויפן שפיץ גופל. די חברה האבן אריינגעוואויט (לויט ווי זיי זאגן) רבינוביץ אייר תשפ"ד, נאך זייענדיג ביי רובין אין שול, רבינוביץ וואוינט נישט אין קאסא גראנדע און איז נאר געקומען איינמאל צווישן אייר ביז תשעה באב אין האט געדאווענט מנחה ביי רובין אין שול. יעצט ליין איבער די ענטפער וואס דו האסט ציטירט וועסטו פארשטיין די המשך.

איך בין נאך שולדיג א באריכט איבער די אזוי גערופנע וואויטס איבער רבינוביץ צו זיין זייער רב אדער וואטעווער, נישט אויסצומישן מיט די וואויטס וואס זענען פארגעקומען סיון תשפ"ב פאר טובי העיר, וואס דאס לייקענט קיינער נישט.
 
פרי מארקעט אויף יענעמ'ס חשבון איז בלויז רשעות.
און עס ווערט נאך סך מער אומפארשטענדליך אויב דו ביסט א איד.

עס איז אכזריות, רשעות, און קיינער (אן נגיעות) וועט קיינמאל נישט פארשטיין ווי אזוי א איד קען זיין אזא חזיר און רשע, וואס פארקויפט זיין נשמה פאר'ן שטן פון אביסל געלט.

מען ליידט זיך אן פון זיי אין יעדע היימישע געגנט. אבער לכה"פ אין אנדערן עק אמעריקע, וואו יענער האט אינוועסטירט בלוט און שווייס און מיליאנען דאלארן בארץ לא זרועה ספעציפיש פאר די כוונה צו האלטן פרייזן נידריגער פאר אידן, וואלטן די אינוועסטירער געדארפט האלטן זייערע שמוציגע לאפעס ביי זיך. אבער ניין. די וועלט באלאנגט פאר זיי! בשבילי נברא העולם! און איך וויל זיין א מייקר את השער, זאל זיך דער רובין איבערדרייען....

קיין שום פרי מארקעט פראפאגאנדע תירוצים גייט דאס פארענטפערן.
זייער שיין ארויסגעברענגט די שיטה פון סוישעליזעם אבער איך בין פאר קעפאליזעם וועגן די היסטאריע האט אייביג געוויזן אז דאס ארבעט און דאס נישט, (איינער פון די פלעצער ווי מ'זעהט עס, איז טאקע דא און קאסא גראנדע)
לחיים
 
לחיים, לחיים. זעץ דיך נאכאמאל אוועק שטודירן דעם חילוק צווישן סאציאליזם און קאפיטאליזם, און דערנאך ליין איבער וואס איך האב געשריבן, און דו וועסט זען אז קאסא גראנדע האט גארנישט מיט די צוויי זאכן. והא ראיה, זייט דעם פילוג וואקסט רובין'ס קאמיוניטי זייער שטארק, סיי בכמות און סיי באיכות, ביי פסח וועלן זיי שוין באשטיין פון ארום פינף און צוואנציג משפחות. דאס איז אין עדישען צו די יעצטיגע קאמפיין מטעם סאטמאר וואס לויט ווי איך הער פון אינסייד, זענען שוין דא איבער דרייסיג סיריעס אפליקעישאנס, און בערך האלב דערפון גרייטן זיך שוין צו מופן תיכף ומיד.

לויט דיין טעאריע איז רובין 'סאציאליזם' און רבינוביץ 'קאפיטאליזם', קומט דאך אויס אז דאס מאל ארבעט סאציאליזם יא, און קאפיטאליזם שרינקט... אדער איז פשוט ווי איך זאג, אז עס האט גארנישט מיט סאציאליזם און קאפיטאליזם.

איז יעדער מענטש מיט פרינציפן א סאציאליסט?
 
לחיים, לחיים. זעץ דיך נאכאמאל שטאדירן שיטת סוישעליזעם און קעפאליזם, נאכדעם ליין איבער וואס איך האב געשריבן און דו וועסט זען אז קאסא גראנדע האט נישט קיין שייכות צו סוישעליזעם אדער קעפאליזם, והא ראיה, זייט די פילוג וואקסט רוביןס קאמיוניטי זייער שטארק בכמות באיכות. ביי פסח וועלן זיי שוין באשטיין פון ארום פינף און צוואנציג משפחות, אין עדישען צו די יעצטיגע קאמפיין מטעם סאטמאר וואס לויט ווי איך הער פון אינסייד האבן זיי שוין איבער דרייסיג סעריעס אפלעקעישענס מיט ארום האלב וואס גרייטן זיך צו מופן אימידיעטלי.

לויט דיר איז רובין סוישעליזעם און רבינוביץ קעפאליזם, קומט אויס אז די מאל ארבייט סוישעליזעם און קעפאליזם שרינקט. אדער איז עס ווי איך זאג אז עס האט גארנישט מיט סוישעליזעם אדער קעפאליזם.

יעדער מענטש מיט פרינציפן איז א סוישעליסט?
סוישעליזעם מיינט אז מ'לאזט נישט די פרי מארקעט אפמאכן א פרייז, און דאס ארבעט נישט. פינטל.

אויב רובין איז נישט דאס איז זיכער גיט, אויב יא ווינטש איך אים אסאך הצלחה מיט מיין גאנצע הארץ, אבער היסטאריע זאגט אז ס'גייט נישט ארבעטן

לחיים, צום צווייטן מאל
 
פון ראבינאוויטש.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260305_151758_WhatsApp.webp
    Screenshot_20260305_151758_WhatsApp.webp
    114.7 KB · געזען: 111
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פליז לאז אונז נישט איבער, איך האב אוועקגעגעבן אפאר וואכן פון שלאפלאזע נעכטן, כדי אנצוקומען צו די באטעם אוף דיס, עס קומט ארויס אסאך בעסער ווען עס גייט מיט א טשעלענזש, דו העלפסט מיר ארויס מיט מיין ארבייט פון פארציילן אלעס, פליז ווארט צו ביז אביסל נענטער צו פסח ווען איך מוף, אויב זע איך אז די שנירל ווערט נישט סתם עקעלדיג מיט נאנ-ריזענעבעל העיט וועל איך ארויסלייגן מיין נאמען און טעלעפאן נאמבער אז עני באדי זאל מיר קענען רופן און פרעגן.

דו זאגסט אז דו ביזט מסכים אז רבינוביץ צד האט געטון אסאך נארישקייטן "איינמאל די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן" לאז מיר פליז עס צונעמען אויף קליין געלט.

איך זע אז אפילו לויט דיר איז דאס אמאל זיכער אז רובין און זיינע מענטשן האבן די רעכט זיך צו פירן לויט די מהלך וואס זיי גלייבן אז עס וועט בויען די געגענט, דו זאגסט נאר אז איינער וואס האלט אנדערש פון רובין האט אויך די רעכט צו גיין אן רובין. גיבסטו אים אויך די רעכט ווען ער גייט אן רובין זיך צו שלאגן מיט רובין און ארבעטן קעגן רובין און צו שטערן רוביןס ארגענעזעישן?

איך האב געזען א מעסעזש פון רובין צו זיי גלייך דעמאלט ווען זיי האבן זיך צוטיילט ווי ער אפפערט זיי אז ער איז זיי גרייט זיי צו שטיצן און העלפן זיך צו שטעלן אויף די פיס, אבי זיי זאלן נישט אינטערהאקן די תקנות קעגן אינוועסטארס, ווען איך האב געפרעגט איינעם פון אנשי רבינוביץ פארוואס האבן זיי נישט אנגענומען די אפפער האט ער געענטפערט ווייל דאס וואלט געמיינט אז רובין קאנטראלט זיי, נישט צו האנדלען מיט אינוועסטארס אין קאסא גראנדע! דאס מיינט אז רבינוביץ'ס מענטשן זענען נישט געווען צופרידן נאר מיט זיך בויען, זיי האבן געוואלט און ווילן נאכאלץ איין זאך, רובין מיט זיין ארגענעזעישן זאלן אינטערגיין. דאס מיינט נישט אז זיי האבן געטון נארישקייטן "איינמאל די מחלוקה האט זיך שוין אנגעהויבן", נאר עס מיינט אז זיי האבן אנגעהויבן די מחלוקה קעגן רובין, פארשטייט זיך שלא ביושר.

דאס האב איך געענטפערט לפי דבריך. איך פערזענליך האלט בכלל נישט אז זיי האבן א מענטשליכע רעכט און זיכער נישט א תורה'דיגע רעכט. די תורה גיבט די פולע רעכט פאר א מייסד היישוב אדער פאר די ערשטע קהילה אדער פאר טובי העיר צו מאכן תקנות כפי ראות עיניהם, די אנשי רבינוביץ קען מען אפילו נישט געבן דעם טיטול פון נבל ברשות התורה. זיי שרייען אז אמעריקא איז א פרי קאנטרי און יעדער מעג טון וואס ער וויל, גערעכט טאקע, ווייל אמעריקא איז א פרי קאנטרי לאזט מען דיר פרייערהייט פרעקטיסן מענטשליכקייט אדער דיינע תורה'דיגע רעכטן, אויב ביזטו א יוד און דו ווילסטו זיך באניצן מיט א תורה'דיגע נאמען קהילה, דעמאלטס ביזטו געבינדן אויך צו ניצן די אנדערע תורה'דיגע טערמ'ס, נישט קיין חילוק צו דו גלייכסטו עס צו נישט. אדער לאז אפ די תורה'דיגע ווארט קהילה און דעק אויף דיין אמתע פרצוף און זאג קלאר אז דו האסט א נסיון צו פארדינען געלט אויף די חשבון פון די שווערע ארבייט וואס א צווייטער האט אריינגעלייגט, הא, ס'געפעלט דיר נישט, פארוואס נישט, ווייל ס'איז נישט מענטשליך?

איך ווינדער זיך זייער אויף די טערם קהילה. אפשר ביזטו מיר מסביר וואס דאס איז א קהילה און פארוואס קאסא גראנדע דארף זיין א קהילה? וואס איז שלעכט אז יעדע קהילה בויעט זיך שיין פאר זיך אבער זיי ארבייטן אינאיינעם מיט רובין אויף די וואן ענד מאוסט אימפארטענט זאך, ביליגע האוזינג? אה, איך האב פארגעסן, מען קען נישט ארבעטן אינאיינעם ווייל זיי ווילן קאנטראלן רובין מיט די ועד העיר זיך צו פירן אזוי ווי זיי פארשטייען, ווייל נאר זיי פארשטייען ווי אזוי צו האנדלען מיט אינוועסטארס, און רובין און די ועד העיר האבן נישט קיין רעכט צו האלטן אז זיי פארשטייען בעסער. סאו די עצה פון אנשי רבינוביץ איז געווען אז זיי וועלן ניצן עני מיטל צו צוברעכן רובין און די ועד העיר,

דאס וואלט אלעס געווען גוט אויב זוכן זיי עכט אויך צו האלטן פרייזן ביליג, אבער דאס איז אויך נישט אמת. הער דא Tuesday at 12-25 PM.m4a אדער ליין דא קורצע ווערזשען דיון אצל הרב ווייסמאנדל .pdf דאס איז ביי די דין תורה צווישן רובין און ראובן יוסף לעפקאוויטש ביי נייטרא רב פון מאנסי, ווי לעפקאוויטש שרייט קלאר אז רבינוביץ'ס מענטשן לאזן נישט רואיג רובין ווייל ער שלאגט זיך מיט די אינוועסטארס, ער זאגט דארט אז רובין דארף אנערקענען אז די מערכה קעגן אינוועסטארס איז א פארלוירענע פייט און נאר דעמאלטס וועט זיין שלום! הערסט ווערטער? זיי אליין זאגן אז די יסוד המחלוקה איז נישט קהילה אדער קאנטראל, עס איז אינוועסטארס!

סאו איך וויל נישט הערן די נארישקייט אז זיי ווילן אויך האבן תקנות נאר רובין וויל נישט ארבעטן מיט זיי, זיי זאגן עס נאר צו זיין פושט טלפיהם כחזיר. בנוסף צו דעם לאמיר דיר פרעגן, אויב גלייבן זיי אז רובין דארף זיך צושטעלן צו זיי, מיינט עס אז זיי זענען מודה אז מען דארף האבן עפעס א קאנטראל, סאו פארוואס פאלט זיי איין אז רובין דארף זיך בייגן פאר זיי און נישט זיי פאר רובין?
בפשטות האט א קהילה א כח צו מאכען תקנות אזוי ווי סנהדרין פאר די קהילה מיט טובים פון די קהילה,און אויף מעמבערס פון די קהילה וואס זיי זענען מתקן זענען די תקנות ביינדינג פאר די קהילה אפילו לעונש ולמלקות אבער נאר פאר ווער עס באלאנגט צו די קהילה, אויב נעמען זיך צוזאם א גרופע יידן און זיי טיילען זיך אפ און שאפען א אייגענע קהילה זענען די תקנות פון די קהילה נישט מחייב די נייע קהילה , היוצא מזה אז אויב הרב רבינוביץ מאכט זיך שבת פאר זיך איז ער נישט מחוייב צו תקנות הקהילה
קען זיין בדיני שמים איז עס נישט ריכטיג ,אבער בדיני אדם איז ער נישט געבונדען צו הרב רובין .
 
ברענג א מקור. ווייל ווען איך האב געהערט די טענה פון די קהילת הפרושים און איך האב עס איבערגעזאגט פאר רובין האט ער מיר געוויזן אין שולחן ערוך, און געשעירט תשובות ווי עס שטייט קלאר פארקערט ווי דאס וואס דו זאגסט, סאו שרייבן אן א מקור איז לא אמר כלום. איך גיי באלד איבערקוקן אפאר פון די מראי מקומות איך האב באקומען פון רובין און אהער ברענגן.

ביים צוריקקומען קיין ניו יארק האב איך גענומען די תשובות צו מיין רב וואס איז איינע פון די חשובע פוסקים אין ברוקלין, א גרויסע ידען און ער האט מיר קאנפירעמד אז די טענה פון קהילת הפרושים אז זיי טיילן זיך אפ ווערן זיי פטור פון די תקנות טובי העיר איז א אויסגעטראכטע תורה וואס איז מופרך לויט אלע פוסקים און האט נישט קיין איין מקור, ער זאגט עס איז נישט נאר אפגעפרעגט לויט די פוסקים און תשובה ספרים נאר עס איז גראב קעגן סיי א קלארע מחבר און סיי א קלארע רמ"א און שו"ע יו"ד סימן רכ"ח זע עטעטשט.

סאו אויב דו האסט יא א מקור פליז שעיר עס ווייל איך וויל אין טשעלענזשען.

איך וועל באלד זיין צוריק מיט נאך מראי מקומות

אגב איך מוז דיר געבן קרעדיט אז די געסט נישט פאר רבינוביץ און זיינע מענטשן קיין פולע גערעכטיגקייט בדיני שמים
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260307-213851~2.webp
    Screenshot_20260307-213851~2.webp
    85.9 KB · געזען: 13
לעצט רעדאגירט:
סוישעליזעם מיינט אז מ'לאזט נישט די פרי מארקעט אפמאכן א פרייז, און דאס ארבעט נישט. פינטל.

אויב רובין איז נישט דאס איז זיכער גיט, אויב יא ווינטש איך אים אסאך הצלחה מיט מיין גאנצע הארץ, אבער היסטאריע זאגט אז ס'גייט נישט ארבעטן

לחיים, צום צווייטן מאל
ווארשיינליך האט לינדען זיך אזוי געבויעט מיט א וועד פון קאסאן'ע רבי , ביז ווילאנג די שלעכטע געלט גייציגע מענטשן האבן עס אינטערגעברענגט ,און האלט שוין יעצט ביי קרוב צו 700 משפחות
 
Back
Top