רבינו הגדול והקדוש הגאון הצדיק רבי אביגדור מיללער זי''ע (ביאגראפיע און פערזענליכע זכרונות)

דער @שמייכעל איז טאקע א סופר פורה. אצינד זעה איך פון וואנעט ער נעמט זיין שמחה און גוט-געלוינטקייט. כן ירבה וכן יפרוץ!
 
חלק י''ד: שיטתו נגד 'טעראפיע' אז מ'טאר נישט גיין צו אזעלכע וואס זענען נישט גענוג ערליך. פון דא:

1749838225013.png

סיי נחי איז סינגל סיי פרידע וויזל און סיי די דאזיגע טעראפיסטקע... און זיי געבן אונז עצות פאר שלום בית....!

ר' אביגדור מילער פלעגט טאקע אייביג האקן אויף טעראפיסטן אז זיי פארערגערן נאך מער אלע פראבלעמען אויב מ'געבט זיי געלט, קוק אן נחמי' וועבערמאן. א פאלנער מגושם וואס גאנץ סאטמאר, סיי די זאליס און סיי די אהרונים, האבן געבעקט צו הארגענען אונזערע קינדער, ווייל ער האט זיך פארקויפט פאר א טעראפיסט!

ר' אביגדור האט געטענה'ט אז אלע טעראפיסטן זענען דורך גיטין אדער אנדערע גאר ווייטאגליכע פערזענליכע דוכפאלן אין לעבן, מילא שפירן זיי זיך שוין ווי איינשטיין צו קענען העלפן אנדערע וואס גייען דאס איצט דורך. אבער אויב זענען זיי נישט זייער שטארק ערליך פארהארגענען זיי דאס מערסטע, און מאכן אלע פראבלעמען פיהל פיהל ערגער ווי ביז איצט!

זיי קענען טאקע זייער גוט רעדן אבער נאר ווייל זיי אליינס זענען א מעסיוו ''מעס'' אינעם פערזענליכן לעבן. אז איר וועט גוט קוקן וועט איר זעהן אז רוב פון זיי זענען גראב ווי די רוחות. אדער האבן שוין אנגעזעצט אסאך מענטשן מיט געלט אדער אנדערע גאר שטארקע בושות מעכטיגע פלאפס אין זייער לעבן אדורך אדער קענען זיי פשוט נישט האלטן א געהעריגן ניין טוה פייוו זשאב ביי אדאראמע מיט בי. ענד.עיטש. וכו' - מילא פארדרייען זיי אונז א א קאפ אז מיר זענען משוגע, פאשטייט זיך, פאר גוט באצאלט, דורך אונז...!

אבער קריטיק העלפט אייביג. ווי עס שטייט קבל את האמת ממי שאומרו, די בעסטער טעראפיסט איז א דראג עדיקטעט האומלעס שיכור. איך האלט נישט אז ר' אביגדור איז געווען גערעכט אזוי צו האקן אויף טעראפיסטן. ווייל אסך מאל איז דער מאן נישט גענוג ערליך צו האבן א רבי. מילא פועלט די ווייב ביי אים צו גיין צו א פרייען טעראפיסט.

איך מוז צולייגן, אז איך מוז צולייגן, אז צו בני תורה תלמידי חכמים יראי שמים אויסגעארבייטע איידעלע גאר פרומע מענטשן וכו' - האט ער יא געלאזט גיין צו זיי אויף טעראפיע סעסיעס.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק י': פון וויי.יו. קיין סלובאדקע

View attachment 5681
דער ''אלל פאר די באס'' בוך פון הרב יעקב יוסף הערמאן ז''ל'ס טאכטער, פון ווי דער פאוסט איז 'געקאפיט-פעיסטעט' מזיכרון.

סלובאדקע ישיבה האט אים געמאכט פאר ר' אביגדור! אבער פאוואליע קודם לאמיר צוריק גיין צו וויי.יו. וואס ר' אביגדור האט געזאגט שטענדיג אז ער האט נישט געוואלט פארלאזן. אבער זיינע חברים האבן געלייגט שטארק דרוק אויף אים סאשעלי. ר' אביגדור איז געווען דער ערוויילטער סטודענט פרעזידענט אין וויי.יו. אזוי פאפולער איז ער געווען שוין דאן. ער איז אויך געווען דער בעל קורא דארטן. אבער סאשעל פרעשור האט אים געמאכט גיין קיין סלאבאדקע.

דארטן אין וויי.יו. איז געווען א חבורה פון 5 בחורים מבקשים. דער עלטסטער וואס איז געווען בראש פון זיי איז געווען ר' יודל דעיוויס שפעטער ראש ישיבת 'מאנטענדעיל' ישיבה אין די קעטסקילס. דער חסידישער בחורל, פארשטייט זיך אנע בארד, ר' משה ביק וואס איז שפעטער געווען א רב אין אייראפע אין חסידישן אור-אלטן מעזשביזש שטעטל, דערנאך דאהי אין ניו יארק, די פוסק הדור נאך אין בראנסוויל, שפעטער אין בארא פארק. אונזער ר' אביגדור און טעלזער ראש ישיבה הרב מרדכי גיפטער וואס איז שפעטער געווארן א איידעם אין טעלז. ער איז געווען דער אינגסטער פון זיי אלע. אויך פון באלטימאר ווי ר' אביגדור. ר' נתן וואכטפויגל שפעטערער לעיקוואד משגיח, דער היינטיגער ראש ישיבת סאוט פאלסבערג, ר' אלי בער'ס פאטער, איז געווען דער פיפטער בחור.
האסט אויסגעלאזט ר' שמואל שכטר
Rav Shmuel Schechter and Glukel of Hameln
 
פרובירט נאכקוקן אבער איך זעה אז עס איז דא מער פון 5 נעמען, ווי למשל איינער ר' ברוך קאפלאן, איז ער פון בית יעקב? ר' שכנא זאהן, און ווי איך האב געשריבן בעפאר ר' נתן וואכטפויגעל, טאקע ר' יעקב יוסף הערמאן'ס שפעטערדיגע איידעם, ר' חיים פינחס שיינבערג, דער מיט די סך ציצית, טאקע אויכט, האלטן מיר שוין ביי 8 בחורים, צוזאמען מיט דיין נאמען, ר' שמוא' שעכטער, ווי דו צייגסט צו צום זשואיש פרעס.

איך בין משער אז דאס איז בלויז וואס מיר ווייסן, אז זיי זענען געגאנגען לערנען קיין אייראפע, ס'רוב קיין מיר, דורך די השפעה פון ר' יעקב יוסף הערמאן. אבער עס זיכער דא נאך בחורים, וואס מיר ווייסן נישט פון זיי בכלל, צו ווייל זיי זענען אוועק ביי די נאציס אדער אין קאמוניזם אדער אין סתם דעם אמעריקאנעם קאפיטיליזם, ווי ר' אביגדור זאגט אז מ'איז געווארן פארלוירן אין די מאסן ליידער.

איך דאנק אייך זייער פאר דעם זייער אינטערסאנטער דזשואיש פרעס לינק ארטיקל וואס דו האסט צוגעצייכנט פון ר' שמוא' שעכטער אז ער האט געפענט די היינטיגע בית מדרש גבוה דלעיקוואד ישיבה, ארגינעל אלץ כולל, צוזאמען מיט ר' נתן וואכטפויגעל, נישט ר' אהרן קאטלער, נישט געוויסט פון דעם ביז איצט!

אגב, ביי אונז חסידים איז אנגענומען אז ר' נתן איז געווען א חסיד דהיינו ער איז געגאנגען אין מקוה יעדן טאג. אבער אמאל פאר די מלחמה איז יעדער פרומער ליטוואק געגאנגען אין מקוה...
 
לעצט רעדאגירט:
מנהלים ביטע אריבערפירן דעם גאנצן שנירל צו דאס ערשטער געפענטער שנירל בעפאר מיר איבער דעם גרויסן מענטש ר' אביגדור מילער https://kraimel.community.forum/threads/rby-bygdwr-myl-r.1676/#post-45786

ואיתכם הסליחה אז איך האב נישט באמערקט איידער איך האב דאס געפענט א דאבעל. פארצייעט מיר אייער שווערע ארבייט.
 
לעצט רעדאגירט:
מנהלים ביטע אריבערפירן דעם גאנצן שנירל צו דאס ערשטער געפענטער שנירל בעפאר מיר איבער דעם גרויסן מענטש ר' אבידור מילער https://kraimel.community.forum/threads/rby-bygdwr-myl-r.1676/#post-45786

ואיתכם הסליחה אז איך האב נישט באמערקט איידער איך האב דאס געפענט א דאבעל. פארצייעט מיר אייער שווערע ארבייט.
ס'איז גוט צו זיין עקסטער.
איך האב צוגעלייגט צום קעפל, כדי ס'זאל זיין קלאר די חילוק.
 
חלק ט''ו: זיין אמונה בהשארת הנפש וואס ער האט דאס בעיקר אריינגעלייגט אין עולם הבא

1750430591374.png

א בוך פון א תלמיד איינגעזאמעלט אלע זיינע מימרות און דרשות בנוגע עולם הבא.


ר' אביגדור האט זיך ניט געקאכט אין ביאת המשיח ווי אין סאטמאר אדער אין חב''ד. אויך נישט אין תחיית המתים. ער האט דאס אוודאי אריין געווארפן אז מ'מוז גלייבן דערין. אבער אין עולם הבא האט ער יא גערעדט זייער אסאך מתורת זיין משריש זיין אין אונז א אמונה בשכר ועונש.

ער פלעגט אייביג מודה זיין אז ער ווייסט נישט וואס עולם הבא מיינט, אבער דאס איז עפעס א געוואלדיגער הנאה פון זיך ווייקן אינעם אייבערשטן'ס כבוד. אראפברענגדיג דעם חז''ל אז ''צדיקים יושבין ועטרותיהן בראשיהן ונהנין מזיו השכינה!''

דאס האט ער יא קלאר געזאגט איז עס איז די עבודת השם יתברך פון אונז אויף די וועלט, ווי די שער הבחינה פון חובת הלבבות, אז נאר ווער עס האט הנאה פון דעם אייבערשטן אויף די וועלט, קען זוכה זיין צו עולם הבא!

ער איז געווען קעגן די וועלט'ס מיינונג אז כל ישרא' יש להן חלק לעולם הבא, דהיינו, ער פלעגט זאגן אז טאמער האט מען נישט קיין שייכות צום כלל ישרא', דאס הייסט מען דינט נישט דעם אייבערשטן דאהי ביים לעבן. האט מען נישט קיין טייל אין עולם הבא אויך נישט. - ער האט דאס אריין געטייטשט נישט פשוטערהייט ווי ער פלעגט אייביג זיין א פשטן, נאר דא איז ער געווען א חסיד, אזא חסידישע תורהלעך געזאגט, אז דאס ווארט 'כל' מיינט אז מיר מוזן זיין א טייל פונעם ישרא'. הגם כ'פארשטיי דאס נישט האט ער דאס איבערגעזאגט זייער אסאך מאל אז עס מיר געקראכן אויף די נערווען וויאזוי אזא קלוגער איד ווערט דא פלוצינג אזא דעמעגאג צו נוצן א נישט פשוטע פשט אראפצילייגן אזא עקסטרעמע יסוד אין אידישקייט.

כהא גע'טראכט דאון און היינט צוטאגס טראכט איך נאכאלץ אזוי, אז דאס קומט ווארשיינלעך פון זיין קנאות. באמת איז דאס פונעם רמב''ם און נאך ראשונים וואס זיי זאגן אויך אז טאמער איינער גלויבט נישט אין די עיקרי האמונה, איז ער דאך א כופר בעיקר, און איז זיך מוציא עצמו מן הכלל. אבער ר' אביגדור'ס מוסר לעבן האט אים אויך דאס געמאכט זאגן מכוח דעם מוסר, אז ער האט אנגעקוקט עולם הבא ווי א המשך צו אונזער דאנקן השם יתברך דאהי אין עולם הזה.

ער האט געטייטשט פשוט פשט וואס מיינט א 'חטא'? אז דאס איז נישט קיין עבירה זינד נאר עס ''פעלט'' דהיינו א ''שארט-קאמינג'' אין לייף, אז מ'האט נישט גענוג געדאנקט השם יתברך אויף די וועלט. רוב מענטשן האלטן אז חטא איז אן עבירה. אבער אז מ'קוקט אריין אין נ''ך ווי קולע להשערה ולא יחטא, זעהט מען אז דאס מיינט ''מיסינג''. דאס איז עולם הבא אזא שכר והמשך פון אונזער עבודת השם יתברך דאהי בעולם הזה; גארנישט עפעס אנדערשט נאר ווייטער טאנצן זינגן לויבן און דאנקן השם יתברך פאר די געשמאקע לעבן!

ר' אביגדור האט קלאר געהאלטן, כאטש ער האט דאס ניט קלאר געזאגט, אז טאמער איינער דאנקט נישט און לויבט נישט דעם אייברשטן דאהי, אפי' מיר טוען אלע מצות שבתורה און מיר הערן נישט אויף דאווענן און לערנען, אבער וויבאלד מיר טוען נישט דאנקן דעם אייבערשטן האבן מיר נישט קיין עולם הבא. ווייל לויט אים מיינט עולם הבא אז מ'זיצט שטייט ליגט אדער גייט; אבער די מוח איז פולי פארנומען צו זינגען צום אייבערשטן.

ער האט יא אריין געווארפן אז שכר גייען מיר באקומען אפי' מיר האבן נישט געדאנקט דעם אויבערשטן באמת, נאר גלייגט תפילין ווי א ראבאט אן כוונה וואס און וויאזוי האט ער נישט מסביר געווען. אבער מיר האבן קלאר פארשטאנען אז עולם הבא מיינט נישט סתם שכר אויף מצות. נאר א פארזעצונג צו אונזער זיין פרייליך און באליבט אין לעבן דאהי אין עולם הזה, נאר אויף א גרעסערן פארנעם.

ער פלעגט נאכזאגן אז אין סלובאדקע האט מען געלערנט די ערשטע ליין אין מסילת ישרים, 'מה חובתו בעולמו של אדם? להתענג על השם יתברך'. אז מ'האט טיף אריינגעאטעמט און זיך אפגעשטעלט נאך די ווארט 'להתענג'. ווייל די וועלט איז פאר אונזער 'עונג' ותענוג. און דערנאך, 'על השם יתברך', איז בעיקר עולם הבא.

ער האט געהאלטן, אז אזאלעכע, וואס לעבן, בתעניתים ובסיגופים כל ימי חייהן, דינען נישט באמת השם יתברך, ווייל מ'קען נישט דאנקן ליבן און זיך באמת שפירן בהכרת הטוב צום אייבערשטן אויב שפירט מען נישט די גוטס, אויב פילט מען נישט די חסד, אויב ענדזשויט מען נישט די לעבן!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ט''ז: ותלמוד תורה כנגד כולם!

1750431494587.png

'אתם עדי' איינע פון ר' אביגדור'ס ענגלישע ספרים איבערגעטייטשט אויף לשון קודש!

דער קעפל איז אויבן אויף א סתירה צו ר' אביגדור מיללער'ס לעבן און שאפן. ווייל כאטש ער האט געהאט 36 שיעורי תורה א וואך, איז ער בעיקר באקאנט פאר זיין מוסר וקנאות, דהיינו ווי געשמועסט אויבן, קודם שער הבחינה התבוננות בחסד השם יתברך און דערנאך תיקון המידות פון שווייגן ווען דער ווייב אדער חבר פליקט דיך אריין ווי עס דארף צו זיין.

איז וואס איז פשט פון דעם קעפל וואס מיר זאגן יעדן אינדערפרי פאר'ן דאווענען אז ותלמוד תורה כנגד כולם? איז דער תירוץ אז ר' אביגדור האט אויך געפאדערט דעיס באמת! ער האט נאר אנגערופן די תורה נישט וואס מיר רופן דאס אן... דהיינו, ביי אים איז שכל, ''קאמאן סענס'', דער 'יצר טוב', געווען תורה!

מיר האבן דאס מקדים געווען אין חלק א'. אבער ער פלעגט כסדר האקן אויף די עולם הישיבות אז זיי מאכן א ''טעירע'' שלימה פון עפעס א בריסקער נארישער חקירה, וואס דאס פארברענגן זיי רוב ימיהם עלי אדמות, און לערנען נישט גארנישט פון רוב חלקי ועיקרי התורה, וואס דאס איז די מעשיות פון אונזערע אבות הקדושים אין חומש, און אגדתות של חז''ל אין גמרא מיט מדרשים.

דעריבער האט ר' אביגדור אזוי ליב געהאט חסידים ווייל זיי קאכן זיך אין זייער רבי'ס גוטע חלקים, - ווי א לעבעדיגע ספר תורה. ווי אויך אונז גייען ארבייטן פאר פרנסה. נישט קוועטשן די באנק א גאנץ לעבן! 'מיר לעבן תורה', דהיינו אז מיר לערנען תורה מער פון די בני ישיבות, ווייל מיר פירן זיך אויף ערליך הייליג און מאכן א קידוש השם יתברך אין אונזערע טאג טעגליכע מעשים בכל יום, וואס מיר לערנען דערביי די תורה הקדושה לייוו, נישט בלויז טעאראטיש ווי די ליטפאקערס.

ער האט זייער שטארק פיינט געהאט די לומדישע חריפות, פון דרייען מיט'ן פינגער, א גאנץ לעבן אבער גארנישט טאן קיין מצות מעשיות איבערהויפט מידות טובות. ער האט געשריגן אז זיי זענען קעגן תורה, כאטש ער אליינס האט דארטן באלאנגט געווען א בן ישיבה און זיינע קינדער און אייניקלעך זענען ס'רוב בני תורה, האט ער אפען געהאקט און זיך ארויסגעזאגט קעגן די מהלך ודרך הלימוד פון די ישיבה וועלט ליידער!

ווען ער אליינס האט פארגעלערנט גמרא, האט ער דאס געלערנט שנעל על דרך הבקיאות קולע להשערה ולא יחטא מיט איבעריגע פשטלעך דריידעלעך, נישט געלערנט אלע תוספות, נאר אויב עס איז ווי רש''י דהיינו עס זאגט פשוט פשט.

ער האט אויך פארגעלערנט נ''ך, און געהאט ספעציעלע שיעורים נאר אויף אגדתא, דהיינו פארקערט ווי די ישיבות וכוללים, אז מ'לערנט בלויז לומדות אדער הלכה.

ער פלעגט נאכזאגן דעם חז''ל, אז 'מאן דבעי למהוי חסידא יעסוק בנזיקין', אז די 3 בבות, די ישיבה מסכתות, קמא, מציעא, ובתרא, זענען מסוגל צו זיין א חסיד, דאס מיינט צו וואטשן אויף אן אנדערן, און זייערע נכסים. ער האט געזאגט אז ער האט אמאל געטראפן א בבא מציעה גמרא וואס באלאנגט צו זיין שוהל ליגן עקראסס די סטריט אין מיר, האט ער מסביר גווען אז דער וואס האט דאס אהין געטראגן האט געטאן פונקט פארקערט וואס שטייט אין גמרא, אויב יענער וואלט ווען עכט געלערנט די גמרא וואלט ער געוויסט אז ער דארף צוריקברענגן 2 אזאלכע גמרות, כפל, ווייל אנדערשט ווי א גנב איז דאך יענער א גזלן...!

הקיצור, ביי אים האט תורה געמיינט גאר עפעס אנדערש, ווי ביי אונז; עס האט געמיינט צו לערנען אונז צו מחייב זיין צום לעבן און צו דינען דעם אייבערשטן, נישט סתם זיין א חמור נושא ספרים, ווי חז'''ל זאגן אונז אז א תלמוד חכם שאין בו דעת נבילה טובה הימנו.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ח''י: קדושים תהיו - ארבייט זיך אויס די אייגענע מידות!

1750451540292.png

ר' אביגדור'ס ספר 'לב אביגדור', ארויס נאך זיין פטירה מכתב יד קדשו, זיינע פארצייכנטע נאטיצן פון די פריוואטע 'וועדים' חבורות ביי אים אין שטוב.

אין חלק ג', האב איך דערציילט אז אפי' ר' אביגדור איז געווען משגיח אין ישיבת חיים בערלין האט ער נישט דארטן גערעדט מיט קיין תלמוד איבער מוסר. ווי אויך האבן מיר דערמאנט זיין אייגענארטיגער פשט אין קדושה, דהיינו אנדערשט ווי רש''י, אז דאס איז פרישות. און נישט ווי די וועלט זאגט אז עס מיינט העכערקייט. נאר עס איז שלימות, דהיינו, הייליגקייט מיינט זיין אויסגעארבייט אין מידות טובות.

די עבודה פון תיקון המידות האט ער יא געארבייט מיט חבורות, צוזאמען בחורים און אינגעלייט, וואס פלעגן קומען צו אים אהיים פריוואט. מ'האט דאס אפגעדרוקט אין א ספר זיינע אייגענע נאטיצן וואס ער האט זיך פארשריבן דערביי.

עס איז געווען אזא סיסטעם יעדער וואך אויף אן אנדערע מידה. איינמאל כעס, איינמאל סבלנות, און איינמאל השתוות, וכו'. על פי דעם ספר 'חשבון הנפש' פון ר' מענדל לעפין ז''ל, א גרויסער אנטי חסידישער קעמפער, און משכילישער שרייבער און דענקער, אבער ר' ישרא' סאלאנטער, דער גרינדער פון די מוסר באוועגונג, האט געגעבן אן הסכמה דערויף. כאטש מ'האט געוויסט אז דאס איז בעצם בענזשעמין פרענקלין'ס בוך, נאר צענזורירט די קריסטליכע דערמאנונגען.

ר' אביגדור האט דאס אנגערופן א הייליג ספר! ווי געשריבן שוין אין חלק א' אז אפי' א שייגעץ האט דאס געשריבן איז דאס בלויז שכל, און שכל איז תורה, לויט ר' אביגדור!

ביי חסידים מיינט קדושה, שמירת עינים, כאטש ר' אביגדור פלעגט רעדן אז מ'זאל זיך היטן די אויגן, איז דאס בלויז געווען אז מ'זאל זיך קענען האלטן לויט די פרינציפן פון תורת המוסר, נישט מכוח רש''י'ס פשט, אז מ'זאל זיין מופרש מעריות.

אוודאי, אז מען איז א קדוש לויט ר' אביגדור'ס פשט, היט מען זיך די אויגן מילא אויכט, ווי חסידים, נישט צו קוקן ווי מ'ברויך נישט. און מ'איז מופרש מעריות ווי רש''י טייטשט. דאס איז דאך א בפירושער פסוק 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם' - אבער ר' אביגדור פאר זיך פלעגט זיך נישט קאכן אזוי ווייט אין דעם 'סור מרע' ווי ער האט פארלאנגט דעם 'עשה טוב', דהיינו, צו ארבייטן אויף דעם עבודת השם יתברך, פון תיקון המידות, מתוך אהבה ויראה מהכרת הטוב צו השם יתברך פאר אונזער לעבן!

הגם, איך בין קיינמאל ניט געווען ביי די וועדים, פלעג איך אבער הערן אסאך פון ר' אביגדור, אז 'הרגל נעשה טבע', דהיינו, אז אויב מ'געוואינט זיך איין צו ארבייטן נישט צו ווערן אין כעס, איז דאס גרינגער נאך אסאך פראקטיצירן. כ'ווייס נישט צו דאס איז אמת. ווייל איך האב דאס ליידער נאך נישט פראקטיצירט...

אבער ר' אביגדור האט געהאלטן אז מיר קענען ווערן קדוש, הייליג; און מיר האבן א חיוב צו ארבייטן טאוערדס אזא גאול פון קדושה דהיינו שלימות במידות.

ר' אביגדור פלעגט זיך אייביג קאכן, מיט דעם מסילת ישרים ליין, אז 'כל עניני העולם ניסיונות הן לאדם', - אז מיר לעבן אין א קאנסטענט שלאכט, א פראנט מיט יצר הרע, אויב פארחלומ'ט מען זיך בלויז פאר איין סעקונדע זענען מיר דערנאך! יעדער רור יעדער רגע איז א מלחמה! מיר מוזן האלטן דאס קאפ אויפ'ן פלאץ נישט צו ווערן אין כעס, אז א חבר אדער דאס ווייב האט אונז עפעס געזאגט וואס שמעקט אונז נישט!

אדרבה, ר' אביגדור האט געזאגט אז דאס ווארט נס, א 'דערהויבונג', איז דאס זעלבע ווי ניסיון, א 'שטרויכעלונג'. ווייל יעדער זאך קען ווערן אויסגענוצט צו שטייגן דערפון בבחינת 'נס להתנוסס' צו ווערן בעסער העכער און הייליגער דורך דעם, אבער עס קען אויך זיין א שטיין א לאך ווי אזוי אומציפאלן דורך דעם אז מ'ווערט אין כעס.

איז נעקסטער מאל אייער חבר אדער ווייב זאגט אייך עפעס קרום, שמייכלט צו זיך אליינס, אז ווי גוט זיי זאגן אייך נישט ערגערס...! יודע צדיק נפש בהמתו ווער נאך ווי דו אליינס ווייסט אז דו ביסט אסאך ערגער ווי דיין חבר און ווייב האבן דיך איצט אריין געפליקט!...

דאס האט ר' אביגדור געטייטשט מיינט דביקות בהשי''ת, ווייל דאס איז א העכערע לעבן אז מ'לעבט מיט ג-ט קאנסטענטלי!

ער פלעגט מסביר זיין דעם קשה זיוויגו של אדם כקריעת ים סוף אדער פרנסה אז קשה מזונתו של אדם כקריעת ים סוף ווי פלאגענד:

אז די טבע פון 2 מענטשן א מאן און ווייב אז זיי זאלן וואונען צוזאמען דארפן מיר זיך ברעכן היפך אונזערע טבעס, דהיינו בדרך הטבע ארבייט דאס נישט נאר אז מ'טראכט פון אייבערשטן מילא ארבייטן מיר אויף די מידה פון כעס!

דאס זעלבע איז ביי פרנסה על פי דרך הטבע קענען מיר נישט מאכן קיין געלט צום לעבן אבער טאמער מיר זענען פרייליך און צופרידן, דאן ארבייטן מיר אויף די מידות אז מ'ענטפערט נישט צוריק מיט חוצפה דעם באס, אדער מ'דולד דעם קאלעגע קאסטומער און אפי' קאמפעטישן, אייביג! נישט קיין חילוק וואסערע שלעכטער פגע רע יענער איז. מילא איז מען מצליח אין ביזנעס אויכט, ולמעלה מן דרך הטבע נאך אויכט, טאקע זוכה צו זיין צו עשירות.

ר' אביגדור פלעגט אייביג געבן דעם משל אז דער גראסערי מאן אדער דע מלמד דרדקי זענען על פי רוב די איידלסטע אויסגעארבייטסטע מענטשן ווייל זיי דארפן ליידן און שווייגן צו באקומען טיפס און דולדן די קינדער וואס האלטן נישט ביים לערנען און ברענגן צוריק געפענטע קענס טונא אדער מילך באטלעך צום גארבעדזש, אבער א קרעדיט מוז מען זיי געבן, אז נישט גייען זיי צום קאמפעטישן, אלעס ווייל די מאמע האט געזאגט ס'איז פארדארבן...

ר' אביגדור האט עדות געזאגט אויף זיך, אז וועגן דעם איז ער אליינס געווארן א רב, צו דילען מיט אסאך שווערע מענטשן, און זיך אויסארבייטן די מידות דורך דעם. ער האט פארציילט א מעשה אז א בארד מעמבער האט זיך אמאל באליידיגט פון אים ביי זיין ערשטן רבנות זשאב גאנץ אין אנפאנג אלץ אינגערמאן אין טשעלסי מאסעסטשוסעס, און פארלאנגט אים צו פייערן פון פאסטן ווייל ער האט פארפאסט אים צו זאגן א גוט מארגן אמאל. - אבער ר' אביגדור האט זיך אנטשולדיגט און יענער איז דערנאך געווארן זיין גרעסטער חסיד!

ר' אביגדור האט געזאגט אז וועגן דעם זענען מיר מחויב צו דאווענען מיט מנין דריי מאל א טאג פון ווייניגסטענס צעהן אנדערע מענטשן, צוליב דעם טעם צו קומען אין בארירונג מיט אסאך אנדערע פארשידארטיגע מענטשן, בכדי נאכצולאזן אונזערע סעלפישקייטן, און זיך אויסארבייטן די מידות!

ר' אביגדור האט מסביר געווען אז די לשבת יצרה פון חתונה האבן מאן און ווייב איז נישט צוליב פרי' ורוביא פשוט צו האבן קינדער אויף די וועלט, ווייל מ'קען דאך אדאפטירן גענוג יתומים פאר דעם. נאר עס איז דער ציהל און תכלית פון זיך אליינס אויסארבייטן די מידות דורך דעם וואס מ'לעבט מיט אן אנדערן מין אנושית, מאן און ווייב!

אוודאי פלעגט ער צולייגן מיט א וויץ אז קינדער ארבייטן אונז אויס דאס מערסטע!... דורך דעם וואס מיר ליידן זיך אן צער גידול בנים ובנות, פון קינד ווייז אן, וואס זיי זענען קראנק האבן אסאך קאלדס, מער פון ערוואקסענע, און דערנאך זיך זארגן כסדר, אז זיי זאלן נישט ארויספאלן פונעם סיסטעם צו ווערן אוי.טי.די. פון ישיבות און סקולס, זיי חתונה מאכן, טאהן שיינע שידוכים מיט זיי... און דערנאך זעהן אז זיי זאלן האבן פרנסה וכו'. - דאס אלעס מאכט אונז אליינס פאר בעסערע הייליגערע און העכערע מענטשן, ווייל מיר ארבייטן זיך אויס די מידות דערביי!

ר' אביגדור האט מסביר געווען אז אלע מצוות שבתורה האט איין ציהל ותכלית; אונז אויסארבייטן די מידות. אפי' חוקים שאין להן טעמים, האט ער יא געגעבן טעמים אויף זיי. ווייל ער האט געהאלטן אז נישט נאר 'מצוות צריכות כוונה', נאר 'העיקר של המצוות הוא הכוונה שלהן', דהיינו, זיך צו אויסארבייטן דע מידות.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top