חלק ח''י: קדושים תהיו - ארבייט זיך אויס די אייגענע מידות!
ר' אביגדור'ס ספר 'לב אביגדור', ארויס נאך זיין פטירה מכתב יד קדשו, זיינע פארצייכנטע נאטיצן פון די פריוואטע 'וועדים' חבורות ביי אים אין שטוב.
אין חלק ג', האב איך דערציילט אז אפי' ר' אביגדור איז געווען משגיח אין ישיבת חיים בערלין האט ער נישט דארטן גערעדט מיט קיין תלמוד איבער מוסר. ווי אויך האבן מיר דערמאנט זיין אייגענארטיגער פשט אין קדושה, דהיינו אנדערשט ווי רש''י, אז דאס איז פרישות. און נישט ווי די וועלט זאגט אז עס מיינט העכערקייט. נאר עס איז שלימות, דהיינו, הייליגקייט מיינט זיין אויסגעארבייט אין מידות טובות.
די עבודה פון תיקון המידות האט ער יא געארבייט מיט חבורות, צוזאמען בחורים און אינגעלייט, וואס פלעגן קומען צו אים אהיים פריוואט. מ'האט דאס אפגעדרוקט אין א ספר זיינע אייגענע נאטיצן וואס ער האט זיך פארשריבן דערביי.
עס איז געווען אזא סיסטעם יעדער וואך אויף אן אנדערע מידה. איינמאל כעס, איינמאל סבלנות, און איינמאל השתוות, וכו'. על פי דעם ספר 'חשבון הנפש' פון ר' מענדל לעפין ז''ל, א גרויסער אנטי חסידישער קעמפער, און משכילישער שרייבער און דענקער, אבער ר' ישרא' סאלאנטער, דער גרינדער פון די מוסר באוועגונג, האט געגעבן אן הסכמה דערויף. כאטש מ'האט געוויסט אז דאס איז בעצם בענזשעמין פרענקלין'ס בוך, נאר צענזורירט די קריסטליכע דערמאנונגען.
ר' אביגדור האט דאס אנגערופן א הייליג ספר! ווי געשריבן שוין אין חלק א' אז אפי' א שייגעץ האט דאס געשריבן איז דאס בלויז שכל, און שכל איז תורה, לויט ר' אביגדור!
ביי חסידים מיינט קדושה, שמירת עינים, כאטש ר' אביגדור פלעגט רעדן אז מ'זאל זיך היטן די אויגן, איז דאס בלויז געווען אז מ'זאל זיך קענען האלטן לויט די פרינציפן פון תורת המוסר, נישט מכוח רש''י'ס פשט, אז מ'זאל זיין מופרש מעריות.
אוודאי, אז מען איז א קדוש לויט ר' אביגדור'ס פשט, היט מען זיך די אויגן מילא אויכט, ווי חסידים, נישט צו קוקן ווי מ'ברויך נישט. און מ'איז מופרש מעריות ווי רש''י טייטשט. דאס איז דאך א בפירושער פסוק 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם' - אבער ר' אביגדור פאר זיך פלעגט זיך נישט קאכן אזוי ווייט אין דעם 'סור מרע' ווי ער האט פארלאנגט דעם 'עשה טוב', דהיינו, צו ארבייטן אויף דעם עבודת השם יתברך, פון תיקון המידות, מתוך אהבה ויראה מהכרת הטוב צו השם יתברך פאר אונזער לעבן!
הגם, איך בין קיינמאל ניט געווען ביי די וועדים, פלעג איך אבער הערן אסאך פון ר' אביגדור, אז 'הרגל נעשה טבע', דהיינו, אז אויב מ'געוואינט זיך איין צו ארבייטן נישט צו ווערן אין כעס, איז דאס גרינגער נאך אסאך פראקטיצירן. כ'ווייס נישט צו דאס איז אמת. ווייל איך האב דאס ליידער נאך נישט פראקטיצירט...
אבער ר' אביגדור האט געהאלטן אז מיר קענען ווערן קדוש, הייליג; און מיר האבן א חיוב צו ארבייטן טאוערדס אזא גאול פון קדושה דהיינו שלימות במידות.
ר' אביגדור פלעגט זיך אייביג קאכן, מיט דעם מסילת ישרים ליין, אז 'כל עניני העולם ניסיונות הן לאדם', - אז מיר לעבן אין א קאנסטענט שלאכט, א פראנט מיט יצר הרע, אויב פארחלומ'ט מען זיך בלויז פאר איין סעקונדע זענען מיר דערנאך! יעדער רור יעדער רגע איז א מלחמה! מיר מוזן האלטן דאס קאפ אויפ'ן פלאץ נישט צו ווערן אין כעס, אז א חבר אדער דאס ווייב האט אונז עפעס געזאגט וואס שמעקט אונז נישט!
אדרבה, ר' אביגדור האט געזאגט אז דאס ווארט נס, א 'דערהויבונג', איז דאס זעלבע ווי ניסיון, א 'שטרויכעלונג'. ווייל יעדער זאך קען ווערן אויסגענוצט צו שטייגן דערפון בבחינת 'נס להתנוסס' צו ווערן בעסער העכער און הייליגער דורך דעם, אבער עס קען אויך זיין א שטיין א לאך ווי אזוי אומציפאלן דורך דעם אז מ'ווערט אין כעס.
איז נעקסטער מאל אייער חבר אדער ווייב זאגט אייך עפעס קרום, שמייכלט צו זיך אליינס, אז ווי גוט זיי זאגן אייך נישט ערגערס...! יודע צדיק נפש בהמתו ווער נאך ווי דו אליינס ווייסט אז דו ביסט אסאך ערגער ווי דיין חבר און ווייב האבן דיך איצט אריין געפליקט!...
דאס האט ר' אביגדור געטייטשט מיינט דביקות בהשי''ת, ווייל דאס איז א העכערע לעבן אז מ'לעבט מיט ג-ט קאנסטענטלי!
ער פלעגט מסביר זיין דעם קשה זיוויגו של אדם כקריעת ים סוף אדער פרנסה אז קשה מזונתו של אדם כקריעת ים סוף ווי פלאגענד:
אז די טבע פון 2 מענטשן א מאן און ווייב אז זיי זאלן וואונען צוזאמען דארפן מיר זיך ברעכן היפך אונזערע טבעס, דהיינו בדרך הטבע ארבייט דאס נישט נאר אז מ'טראכט פון אייבערשטן מילא ארבייטן מיר אויף די מידה פון כעס!
דאס זעלבע איז ביי פרנסה על פי דרך הטבע קענען מיר נישט מאכן קיין געלט צום לעבן אבער טאמער מיר זענען פרייליך און צופרידן, דאן ארבייטן מיר אויף די מידות אז מ'ענטפערט נישט צוריק מיט חוצפה דעם באס, אדער מ'דולד דעם קאלעגע קאסטומער און אפי' קאמפעטישן, אייביג! נישט קיין חילוק וואסערע שלעכטער פגע רע יענער איז. מילא איז מען מצליח אין ביזנעס אויכט, ולמעלה מן דרך הטבע נאך אויכט, טאקע זוכה צו זיין צו עשירות.
ר' אביגדור פלעגט אייביג געבן דעם משל אז דער גראסערי מאן אדער דע מלמד דרדקי זענען על פי רוב די איידלסטע אויסגעארבייטסטע מענטשן ווייל זיי דארפן ליידן און שווייגן צו באקומען טיפס און דולדן די קינדער וואס האלטן נישט ביים לערנען און ברענגן צוריק געפענטע קענס טונא אדער מילך באטלעך צום גארבעדזש, אבער א קרעדיט מוז מען זיי געבן, אז נישט גייען זיי צום קאמפעטישן, אלעס ווייל די מאמע האט געזאגט ס'איז פארדארבן...
ר' אביגדור האט עדות געזאגט אויף זיך, אז וועגן דעם איז ער אליינס געווארן א רב, צו דילען מיט אסאך שווערע מענטשן, און זיך אויסארבייטן די מידות דורך דעם. ער האט פארציילט א מעשה אז א בארד מעמבער האט זיך אמאל באליידיגט פון אים ביי זיין ערשטן רבנות זשאב גאנץ אין אנפאנג אלץ אינגערמאן אין טשעלסי מאסעסטשוסעס, און פארלאנגט אים צו פייערן פון פאסטן ווייל ער האט פארפאסט אים צו זאגן א גוט מארגן אמאל. - אבער ר' אביגדור האט זיך אנטשולדיגט און יענער איז דערנאך געווארן זיין גרעסטער חסיד!
ר' אביגדור האט געזאגט אז וועגן דעם זענען מיר מחויב צו דאווענען מיט מנין דריי מאל א טאג פון ווייניגסטענס צעהן אנדערע מענטשן, צוליב דעם טעם צו קומען אין בארירונג מיט אסאך אנדערע פארשידארטיגע מענטשן, בכדי נאכצולאזן אונזערע סעלפישקייטן, און זיך אויסארבייטן די מידות!
ר' אביגדור האט מסביר געווען אז די לשבת יצרה פון חתונה האבן מאן און ווייב איז נישט צוליב פרי' ורוביא פשוט צו האבן קינדער אויף די וועלט, ווייל מ'קען דאך אדאפטירן גענוג יתומים פאר דעם. נאר עס איז דער ציהל און תכלית פון זיך אליינס אויסארבייטן די מידות דורך דעם וואס מ'לעבט מיט אן אנדערן מין אנושית, מאן און ווייב!
אוודאי פלעגט ער צולייגן מיט א וויץ אז קינדער ארבייטן אונז אויס דאס מערסטע!... דורך דעם וואס מיר ליידן זיך אן צער גידול בנים ובנות, פון קינד ווייז אן, וואס זיי זענען קראנק האבן אסאך קאלדס, מער פון ערוואקסענע, און דערנאך זיך זארגן כסדר, אז זיי זאלן נישט ארויספאלן פונעם סיסטעם צו ווערן אוי.טי.די. פון ישיבות און סקולס, זיי חתונה מאכן, טאהן שיינע שידוכים מיט זיי... און דערנאך זעהן אז זיי זאלן האבן פרנסה וכו'. - דאס אלעס מאכט אונז אליינס פאר בעסערע הייליגערע און העכערע מענטשן, ווייל מיר ארבייטן זיך אויס די מידות דערביי!
ר' אביגדור האט מסביר געווען אז אלע מצוות שבתורה האט איין ציהל ותכלית; אונז אויסארבייטן די מידות. אפי' חוקים שאין להן טעמים, האט ער יא געגעבן טעמים אויף זיי. ווייל ער האט געהאלטן אז נישט נאר 'מצוות צריכות כוונה', נאר 'העיקר של המצוות הוא הכוונה שלהן', דהיינו, זיך צו אויסארבייטן דע מידות.