ספרא
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אוג. 1, 2025
- מעסעדזשעס
- 25
- רעאקציע ראטע
- 227
- פונקטן
- 23
ווען פונקטליך דאס איז געוועהן געדענק איך נישט, אבער די ווערטער קלינגען מיר נאך אלץ אין די אויערן, לאזנדיג מיר מיט לאנגע יארן שפעטער מיט טראומע:
"נעם דיין תפלין און גיי אהיים!"
פארלוירן און צוקלאפט בין איך געשטאנען אינדרויסן, איינזאם און פארלאזט, נישט וויסענדיג וואס מיין קומענדיגע שריט זאל זיין.
מיין דילעמע איז געוועהן, צי איך זאל פשוט אהיימגיין - א זאך וואס איך האב זייער געוואלט אויסמיידן - צי איך זאל מיר פשוט דרייען און פרייען ביזן זמן וואס מען גייט שוין סייווי אהיים,
מיין פארצווייפלונג דאן, איז זייער שנעל געלעזט געווארן, ווען מען האט מיר מטעם הישיבה קלארגעשטעלט אז מען האט שוין איינגעמאלדן אין שטוב, און מען רופט מיר אהיים,
צרות צרורות בין איך אריבער געגאנגען ביז איך האב מיר צוריק געזעהן אין ישיבה, נאר צו זיצן און הערן צוויי וואכן שפעטער, אז זיי מוחל, און גיי.
קען זיין אז פאר טייל איז די דערציילונג ווילד פרעמד, אבער איך גלייב אז פאר אסאך איז עס היימיש, און פאר טייל גאר היימיש.
מען שפירט זיך בא'עוול'ט, ארויסגעווארפן, און אויסגעשפילט. איך בין עס כמה פעמים אריבערגעגאנגען.
אבער אפילו ווען נישט, בין איך געווען אין מיר אלעמאל צובראכן און צוקלאפט, א טערמין וואס מאנכע וואלטן עס אפשר גערופן "דיפרעסט".
עלנד אליין האב איך זיך מיט מיינע גייסטישע געפיהלן געספראוועט, פילנדיג ווי וואס פונקטליך זוך איך דא?
טרערן פלעגן פון מיינע אויגן רינען, ווען איך פלעג זיך זעצן און שרייבן מיינע מחשבות יעדע נאכט..
אלס איז געוועהן שטיל, אלס איז געוועהן באהאלטן, אינדרויסן בין איך געוועהן אנגענומען און ארויפגעקוקט, איך קען זיך נישט אפרעדן, אבער פון אינעווייניג.. פון אינווייניג בין איך געוועהן א שבר כלי, אן קיין געהעריגע דרך וואס זאל מיר אויף די פוס שטעלן.
איך וויל דא ציטירן א חלק פון א בריוו וואס איך האב מיר אליין געשריבן בימים ההם, ווען איך האב געהאלטן אינמיטן די צירקל פון געווארפערייען און אינווייניגסטע שטעכערייען:
צי קען מיר איינער מסביר זיין וואס ער וויל פון מיר?
פארוואס פונקטליך מישט ער זיך אריין אין א ריב לא לו? וואס האב איך דעם איד געטון אז ער זאל מיר אזוי אפ'פסק'ענען למיתה?
ווייל איך בין נישט געגאנגען פונקטליך וויאזוי ער האט געוואלט? בין איך נישט געגאנגען!
איז וואס?
ניין, איך האב משום איזה סיבה שהוא נישט ליב צו לערנען, ניין, איך האב נישט קיין נערווען צו דאווענען, ניין, עס ציט מיר נישט קיין פרומקייטן מיט חסידיש'קייטן, און יא, איך בין באגאנגען אומרעכטן, איז וואס?
בארעכטיגט דאס יעצט מיר צו מבזה זיין בפני כל עם ועדה?
איז יעצט מותר מיר צו פארשעמען פאר א גאנצע ישיבה?
בארעכטיגט דאס מיר צו מבזה זיין פאר משפחה שכנים וידידים? בארעכטיגט דאס אריינציווארפן מיין גאנצע עתיד אין א נעפל, אלעס צוליב איינס צוויי טעותים?!?...
מיין לעבן ביז יעצט וואלט איך צעטיילט אויף צוויי, צוויי אנדערע לעבנס וואס זענען ניטאמאל נאנט געשטאנען. די ערשטע - א לוסטיגע קינדערישע יוגענט אן קיין ספעציעלע אויפמערקזאמקייט אדער שוועריגקייטן צי דאגות, זארגלאז און גליקליך, גארנישט ספעציעל, אבער די צווייטע - דאס איז שוין אינגאנצן אנדערש! עס קומט באגלייט מיט אסאך שווערע געפילן, מען רעדט דא פון טעג נעכט חדשים און יארן, שווארצע ביטערע טעג, באגלייט מיט נאס אדורך געווייקטע נעכט, פון טרערן, יאוש און איינזאמקייט, מען רעדט דא פון צייטן וואס בערב יאמר מי יתן בוקר ובבוקר מי יתן ערב, נישט געווען קיין שום ליכטיגקייט צי התרגשות, נישט קיין שמחה, און נישט קיין שום געפיהלן, בלויז איין לאנגע ענדלאזע קייט פון טרויער,
טרויער וואס האט זיך אראפגעשלעפט ביז אין די טיפע בורות,
בורות אשר מים אין בה, אבל נחשים ועקרבים יש בה רח"ל,
טרויער וואס איז ארויסגעקומען פון די טיפסטן ארט אינעם מענטשליכן מח, וואס זוכט האפענונג אבער קען עס נישט געפינען, א מח וואס זעט איין אז ער האט נישט קיין שאנסן, און ער זינקט אין יאוש,
די גאנצע צייט זע איך ווי איין לאנגע נאכט, מיט ענדלאזע קייטן פון יסורים..
האט איינער פרובירט אמאל מיר צו פארשטיין? האט איינער אמאל א גוט ווארט געגעבן פאר דעם אומשולדיגן בחור'ל וואס פלאגט זיך מיט זיינע גייסטישע און ענדלאזע געפיהלן ואין לו מקום מנוחתו?
איז נארמאל פאר א אינגע ארימע נשמה'לע זיך צו טרעפן אויפן גאס נאכאמאל א יעדן שני וחמישי בלויז ווייל אזוי האט א פארדארבענע ילוד אשה -פונקט ווי מיר- אפגעמאכט? איז נארמאל זיך צו טרעפן שוין ביי אזא אינגע עלטער מיט די גאנצע שלעכטיגקייט פון די וועלט? אוודאי האב איך באקומען נסיונות! אוודאי האב איך זיך באגעגנט מיט מכשולות, אז איך לעב בשמאל דוחה, זוך איך מיין אייגענע ימין מקרבת, בין איך טאקע דורכגעפאלן, אבער איך ווייס נישט צי איר וועט קענען זאגן אז ידינו לא שפכו את הדם הזה! איך בין אויך אנגעקומען און ישיבה מיט גוטע רצונות, געזוכט צו שטייגן און אויסוואקסן מיינע יארן מיט נארמאלקייט ברוחניות ובגשמיות, איז דיר נישט געפאלן מיין הלוך ילך, איז וואס? דארפסטו מיר נעמען א רעלאטיוו אינגע נשמה און ארויסווארפן צו אזא שטורעמישע וועלט? א פלאץ פון ווי קיין גוטס איז נאך פון דארטן נישט ארויסגעקומען?
פלעג איך זיך אפזיצן מיינע נעכט מיט כל דבר אסור; פלעג איך זיך זען אפזיצן גאנצעטע נעכט, נאכט נאך נאכט, טרינקענדיג כל מיני משקה, זיך אביסל אויסצולייזן פון די טרויער, נאר זיך צו טרעפן זינקענדיג טיפער און טיפער אינעם ים, ווען מיין קול שרייט ארויס געשטיקטערהייט כקול קורא במדבר, אבער ליידער ואין לה מנחם! האב איך זיך געטראפן פון איין מינוט אויף די צווייטע אויף די אנדערע זייט פון די ישיבה ווענט, ווען די דרויסענדיגע גאס ציעט מיר מיט א מאגנעטישער צוציאונגס קראפט, ואין אני יכול לעמוד כנגדו, יעצט ענטפער מיר ביטע... ומה יעשה הבן שלא יחטא?!?"
עד כאן יענע בריוו.
ווען איך ליין עס איבער וויין איך מיט.. געשריבן אין יענע יארן, גאנץ א קליין מח געהאט, אבער גענוג אויף צי וויסן אז מען צאפט מיר דאס בלוט,
א תירוץ האב איך אויף דעם נאך אלץ נישט באקומען,
מיין ערוואקסנקייט מיט די צייט, האט אויך נישט געהאלפן מיינע אלטע מחשבות פון זיך זעצן,
אבער טענות קען איך נישט האבן אויף קיינעם!
ווי האט ער מיר געזאגט שוין צוואנציג יאר צוריק, "ביסט דא אריינגעקומען, א נייע מקום, א נייע געגרינדעטע ישיבה, איך האב מיין וויזיע דא,
שמעקט דיר נישט? קענסט גיין, קיינער צווינגט דיר נישט דא בלייבן,"
הערסט א מעשה? קיינער צווינגט דיר נישט דא בלייבן!
א מין תירוץ.
שטיי איך אינמיטן זמן, איינער אויפן וואסער, און ער קימט מיט א גאונ'ישע תירוץ: קיינער צווינגט דיר נישט צו דא בלייבן...
אוודאי בין איך געבליבן,
און אוודאי האב איך געליטן,
אבער דאס איז געוועהן מיין גורל...
איך בין נישט געבליבן אין יענע ישיבה צו לאנג, איך בין פון דארט געגאנגען צו א צווייטע פלאץ, איך האב חתונה געהאט, און אויפגעשטעלט א שטוב,
איך בין זיכער אז די אלע פייניגונגס וואס איך בין אריבער אלס בחור האט מיר שטארק געהאלפן זיך זעצן און שטעלן אויפן פיס,
איך בין געבליבן חסידיש...
עכ"פ פון אינדרויסן,
מיין ציל מיט די ארטיקל, איז דירעקט נישט צי זיך קריגן אדער אפפרעגן עפעס. ישראל קדושים הן.
מיין ציל איז מער ווייניגער, אז דער בחור'ל וואס מוטשעט זיך, גייט אריבער צייטן, שפירט צוקלאפט, זאל וויסן, ער איז נישט אליין!
נישטא קיין שום ווייטאג וואס איינער גייט אריבער און עס זאל נישט זיין נאך אסאך וואס זאלן דאס אויך אריבערגיין,
דאס, אז דו ווייסט אז דו ביסט נישט אליין אויף די וועלט, איז שוין א ישועה!
ווייל צרת רבים חצי נחמה.