שושן פורים אין וויליאמסבורג, בחורים וגם בתולות

מאראליש גערעדט זענען זיי נישט גערעכט, זיי זענען אריינגעקומען אין וויליאמסבורג בכוונה צו אויפרעגן די ציבור, צי די ציבור האט א רעכט צו ווערן אויפגערעגט איז א שמועס פאר א צווייטע מאל אבער יעדער האט געוואוסט וואס דא גייט געשען ווען נישט קומען זיי נישט
100 פראצענט. און איך וואלט געזאגט אז די ציבור מעג ווערן אויפגערעגט און זיי באשרייען. נאכמער עס איז יתכן אז אפילו לעגאל זענען זיי נישט בארעכטיגט. עס איז מעגליך אז מען קען זיי ווען ארעסטירן פאר instigation, פארדעם דארף מען שוין אביסל מער קענען די פונקטליכע געזעץ.
 
איך ווייס מ'גייט מיר פארשרייען, אבער איך וועל נאך אלס זאגן וואס איך האב צו זאגן (איך גיי נישט אריין אין די טענץ און די מוזיק וכו', דאס דארף @אלפא אנאליזירן, ווי רוב פון אונזערע בחורים זענען 3'ערס במלוא מובן המילה. נאר אויף די חלק פון זיך שלאגן מיט פאליציי).

ס'אמת אז ס'איז פורים ביינאכט, און דער עולם איז געווען אנגעטרונקען און הויעך, און ס'אמת אז ס'איז שוין היו דברים מעולם, וואו מ'האט זיך געשלאגן מיט פאליציי. אבער דא קומט עס דאכט זיך אויך, פון די עקלדיגע נארישע טראמפ'יזם אין אונזער לאגער, וואס האט אריינגעברענגט במחנינו די געפיל, כאילו אונז זענען ככל הגוים בית ישראל, אונז האבן אויך מיינונגען אין פאליטיק, אונז זענען געהעריגע בירגער וואס קענען טון ככל העולה על רוחם, אונז קענען זיך אפילו שלאגן מיט די פאליציי.

וואס מ'פארגעסט איז, אז ניין, ס'איז נישט ככל הגוים בית ישראל, אונז זעמיר זוכה צו לעבן אין א מלכות של חסד, נאר דורך דאס וואס אונז האבן זיך באהאלטן פון די גוים'ס אויגן.
אויב גייען אונז אנפאנגען צו אויסשטעכן זייערע אויגן, צו איז עס דורכן נעמען אויסדריקליכע שטעלונגען אין פאליטיק, צו איז עס דורכן זיך שלאגן מיט פאליציי וכדו', גייען זיי אונז אדורכפירן העלל. גענוי ווי מ'טוט צום פרומען ציבור אין ישראל.
ודוק כי קצרתי.
די האסט אריינגעטרעטן אין מאראסט ?

דער איד איז נישט ככל הגוים אפגעוויזען ווי ער וואוינט, און ווי ער איז פאר גאר א צווייטער סיבה, נישט ווייל ער האט נישט קיין אייגן לאנד (אגב מען קען זאגן אז ער האט שוין יא. ווענט זיך, אויב דו ביסט מיט די שיטה, צו נישט) און מיר וועלן נישט אריינגיין דערינען מיט וואס זיי זענען נישט ככל הגוים עס איז א שמועס פאר זיך אליינס.

אבער די פאראייניגטע שטאטן איז קאנסטיטוציאנירט פאר אידן ווי גוים גלייך ליין די קאנסטיטוציע. אויב ביסטו אן אמעריקאנער סיטיזען ביסטו דא אין אמעריקא א תושב און די האסט א ווארט אין א יעדעס ריר וואס עס שפילט זיך דא אפ אין די מדינה.

די מלכות של חסד איז נישט ווייל עס האט אריינגעלאזט די אידן אין אמעריקא, ווייל אלע איינוואוינער זענען דא געסט פונקט ווי די אידן. איינמאל דער איד איז א בארעכטיגער בירגער מיט א יונייטעד סטעיט פעספארט איז ער א בירגער ווי אלע און נישט מער א גערוידעפטער רחמנות וואס מען האט אריין געלאזט ווי לאנג ער איז וואויל.

טעקסאס נעמסטו פונעם איד אלץ סיטעזען (אפגעזעהן פון די וואס שווינדלען, און דרייען זיך ארויס פון טעקסאס. דאס האט דאך נישט מיטן איד. א יעדעס סיטיזען זוכט זיך ארויס צו דרייען פון טעקסעס, צו לעגאל צו נישט. די איצטיגער פרעזידענט יוכיח)

יא מיר אידן זענען טאקע אין גלות, און נישט אין אונזער אייגן לאנד. אבער דא וואוינען מיר ווי גלייך בארעכטיגטע בירגער ווי די קאנסטיטוציע פארשרייבט עס שוין פאר צירקע 300 יאר צוריק. דאס אז מיר זענען אן אייגענארטיגע אומה, נעמט נישט אוועק אונזער סיטעזענשיף און אונזער גלייך בארעכטיגטקייט דאהי אין אמעריקא.

איך וויס נישט וואס די דין איז אין אנדערע לענדער אבער אין אמעריקא איז עס לכאורה זיכער אזוי.
 
@קהל׳ס נער, יאך האב נישט גערעדט וועגן טראמפ, קיין ווארט נישט. כ'האב גערעדט פון טראמפיזם.
 
איך בין נישט זיכער ס'איז "אריגינעלע ווילי" אדער פשוט די ווילי וואס דו ווילסט אנערקענען.

די אנדערע חלק זענען אסאך פון זיי יוצאי ווילי, צו ווילסט זיי אנערקענען אדער נישט.
 
די זעלבע מיט פורים. עס איז א צייט וואס די גאנצע געמיינדע איז אויף ביז די שפעטע נאכט שעות און אפילו אויב די פערזענדליך ווילסט לערנען א רשב"א, קענסטו נישט ערווארטן אז די גאנצע געמיינדע זאל זיך צו דיר צושטעלן.

אין קורצן, מען קען נישט צודרייט מאכן א גאנצע שטאט פאר אפאר יחידים, אבער די גאנצע שטאט קען יא אומבאקוועם מאכן פאר די פאר יחידים
איך מיין אז אונז זאגן מער ווייניגער די זעלבע זאך דו האלטסט נאר אז פורים איז נארמאל צו טאנצן ביז פארטאגס, למעשה ווייסן די פאליציי אויך דאס און דאס איז נישט זייער ערשטע פורים, ווען זיי קומען אויסלעשן מוזיק מיינט עס אז די שכנים האבן אריינגערופן, אונזערע עסקנים ווייסן זייער גוט וויאזוי צו האלטן די פאליציי אויף בראדוויי און צווישן אומלעגאלע הכנסת ספר תורהס און רבישע חתנות קען מען נישט חושד זיין די פאליציי אז זיי פארשטייען נישט צו אונזערע געברויכן

איך בין זיכער אז זיי האבן באקומען צענדליגע קאלס איז וואס ווילסטו זיי זאלן טון?
 
View: https://publish.twitter.com/?url=https://twitter.com/hasidic_1/status/1901262144194109701#


פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען קיין טמא'ס ריווער ווי זיי וואלטן געווען מער וועלקאם?
צו ווייט צו פארן, עס איז א שאד די טייערע צייט. מען קען דאך איבער דרייען די שטאט אין די צייט.
 
למעשה דארף מען ארויסברענגען די שיינקייט (?) פון כלל ישראל, למשל אין טאמס ריווער, מ'רעדט דאך דא לכאורה פון די גאר אויפגעריסענע, און דאך זעהט זיך נישט אן קיין מויד פאר די אויגן, אפגערעדט פון טאנצן בחורים עם בתולות, א זאך וואס אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט איז געווען א אנגענומענע זאך ביי פילע.
 
איך בין נישט דארט געווען אבער לויט די קליפס און לויט די באריכטן איז געווען א פארנומענע נאכט מיט פארשידענע פאסירונגן לענגאויס בעדפארד עוו.

די נאכט האט זיך אנגעהויבן בערך צען אזייגער מיט א געמיש פון טראקס און באסעס ממינים שונים, פון די זעקסטע הקפה ניגון מיט שווארצע גלעזער און ווייסע זאקן ביז העברעאישע די. דזשעי. מיט קאלירטע האר און פייערווארקס.

אין עדן פאלאץ וואס געפינט זיך ביי בעדפארד פלאשינג איז פארגעקומען גאר שיינע חינגאות געספאנסארט דורך הנגיד ר׳ שלמה פעדער (א ווארימער איד וואס זוכט אלץ מהנה צו זיין אידן אן קיין חשבונות).

צוביסלעך האט זיך די טרעפיק פארערגערט אויף בעדפארד בשעת דער עולם איז ארויס פון די גלייזן. בערך איינס אזייגער האט זיך אנגעהויבן כמעט א פולשטענדיגע גרידלאק בעיקר דורך די פרייליכע מאסן אויף בעדפארד פלאשינג. אויסערדעם איז אנגעקומען איינס אדער עטליכע באסעס מיט אינגלעך און מוידן וואס מען זעט נישט א גאנץ יאר אין וויליאמסבורג און זיי האבן פרובירט פרייליך צו מאכן במיטב יכלתם, למעשה האבן די מאסן נישט אזוי אפרישיעטעד זייער ארבעט און מען האט זיי פרובירט צו פארטרייבו צוליב די הויכע מוזיק אזוי שפעט ביינאכט, לויט די קליפס קוקט אויס אז די עיקר יום טוב מיט די בחורים ובתולות איז געווען אין אלט וויליאמסבורג העכער די הייוועי בשעת וואס אין ניי וויליאמסבורג איז געווען מער ״פארדראגטע מוזיק זאנע״.

לויט די באריכטן קוקט אויס אז בערך דריי אזייגער האט ר׳ שלמה פארמאכט די מוזיק אין עדן צוליב דעם וואס איינער האט אויפגעברענגט א חשש תערובת בשר ודגים און די גאנצע זאל האט זיך אויסגעגאסן אויף בעדפארד.

עניוועיס, לויט די באריכטן קוקט אויס אז די ״בחורים ובתולות סיטואציע״ האט זיך געענדיגט עטוואס פאר פיר אזייגער צופרי און די ״פארדראגטע מוזיק זאנע״ האט זיך נאך געצויגן פאר בערך נאך א שעה, און דערנאך איז די גאנצע פאלק אהיים זיך אפרוען אביסל פון די עבודת היום.
לויט ווי איך האב געזען,
איז די מצב אויף בעדפארד-וויליאמסבורג... נישט געווען אזוי מורא'דיג די בחורים ובתולות...
איך האב געהאט געזען די באס פון די בחורים (מער ווייניגער פון סאליד היימישע שטובער.)
שוין אנהייב נאכט, זיי זענען שוין געווען אנגעדארגט, און ס'האט געארבעט דארטן "העכערע מיוזיק"...
בערך 2:00-2:30 זענען זיי ארויף געפארן בעדפארד און ס'זענען געווען חברה אויפן דאך, געטאנצן, ס'האט אויגעקוקט אזוי ווי ס'האט אויסגעקוקט...
ביי בעדפארד צווישן פלאשינג און וואלאבאוט זענען געווען 3 מיידלעך... (זיי זעט מען אויף די ווידעאוס...) זיי זענען געשטאנען דארט אויפן גאס,
און ווי נאר "די באס" איז אדורך געפארן האבן זיי זיך אנגעפאנגען פילן היימיש. זיי האבן זיך גענומען שרייען און וועיוון צו די חברה,
(ס'האט געסאונד ווי זיי קענען זיך,) איין בחור איז אראפ געלאפן צו זיי (ער האט געוואלט געבן א האג פאר איינעם, יענער האט נישט געוואלט, צו ווייל ס'איז אויפן גאס...) א מינוט שפעטער זע איך ווי די 3 מיידלעך מיטן בחור לויפן צום באס, וואס האט שוין געהאלטן ביי ראטלידזש,
און פון דא און ווייטער קוקט אויס איז געווען וואס איז געווען, (איך בין דעמאלטס געגאנגען צו שלוימי פעדער)
 
לויט ווי איך האב געזען,
איז די מצב אויף בעדפארד-וויליאמסבורג... נישט געווען אזוי מורא'דיג די בחורים ובתולות...
איך האב געהאט געזען די באס פון די בחורים (מער ווייניגער פון סאליד היימישע שטובער.) שוין אנהייב נאכט, זיי זענען שוין געווען אנגעדארגט, און ס'האט געארבעט דארטן "העכערע מיוזיק"...בערך 2:00-2:30 זענען זיי ארויף געפארן בעדפארד און ס'זענען געווען חברה אויפן דאך, געטאנצן, ס'האט אויגעקוקט אזוי ווי ס'האט אויסגעקוקט...
ביי בעדפארד צווישן פלאשינג און וואלאבאוט זענען געווען 3 מיידלעך... (זיי זעט מען אויף די ווידעאוס...) זיי זענען געשטאנען דארט אויפן גאס,
און ווי נאר "די באס" איז אדורך געפארן האבן זיי זיך אנגעפאנגען פילן היימיש. זיי האבן זיך גענומען שרייען און וועיוון צו די חברה,
(ס'האט געסאונד ווי זיי קענען זיך,) איין בחור איז אראפ געלאפן צו זיי (ער האט געוואלט געבן א האג פאר איינעם, יענער האט נישט געוואלט, צו ווייל ס'איז אויפן גאס...) א מינוט שפעטער זע איך ווי די 3 מיידלעך מיטן בחור לויפן צום באס, וואס האט שוין געהאלטן ביי ראטלידזש,
און פון דא און ווייטער קוקט אויס איז געווען וואס איז געווען, (איך בין דעמלטס געגאנגען צו שלוימי פעדער)
דו רעדסט פון די באס וואס די חברה האבן געהאט די פינקע כאלאטן און ס'געשטאנען אין בעק 'נתיבות'?

עטליכע פון זיי זענען געגאנגען אנגעטוען מיט די קאלירן וואס די לגב"ט מארשירן

איינער ווייסט וואס איז די נתיבות, א ישיבה אדער א ארגענאזאציע?
 
קפ
ארעסטירעטע

2 ביי בעדפארד וואלאבאט, איינער (שלום סאל - די אמאליגע ילד הפלא) האט בטעות געשטופט א פאליס ווען ער האט פרובירט צו מאכן סדר מטעם חביבים, דער צווייטער (חזקי אייזענבאך) איז א תלמיד פון ישיבת קול ארי' פארן זיך קריגן מיט די פאליס און געשאסן פייער קרעקער'ס



4 ביי בעדפארד העכער די הייוועי ווען עס איז געווען געשלעגן בידים ובפה צווישן די יונגען מיט די פאליציי
 
דו רעדסט פון די באס וואס די חברה האבן געהאט די פינקע כאלאטן און ס'געשטאנען אין בעק 'נתיבות'?

עטליכע פון זיי זענען געגאנגען אנגעטוען מיט די קאלירן וואס די לגב"ט מארשירן

איינער ווייסט וואס איז די נתיבות, א ישיבה אדער א ארגענאזאציע?
ניין נישט נתיבות,
די אנדערע
 
דו רעדסט פון די באס וואס די חברה האבן געהאט די פינקע כאלאטן און ס'געשטאנען אין בעק 'נתיבות'?

עטליכע פון זיי זענען געגאנגען אנגעטוען מיט די קאלירן וואס די לגב"ט מארשירן

איינער ווייסט וואס איז די נתיבות, א ישיבה אדער א ארגענאזאציע?
א ישיבה אין בפ

להאיר נתיבות - א ישיבה וואס שטעלט אוועק א פונדאמענט פאר׳ן לעבן


ישיבת ׳נתיבות התלמוד׳ איז א פלאץ וואו מען לייגט א דגוש צו אוועקשטעלן בחורים וואס זענען נישט נאר עוסקים

בתורה נאר זיי באקומען א פונדאמענט פאר׳ן לעבן. קודם אין ישיבה קטנה, דערנאך אין ישיבה גדולה. וואו יעדע

בחור ווערט פערזענליך באגלייט און מען פלאנצט איין אין זיי אהבת תורה וירא״ש, מענטשליכקייט, אהבת חברים,

אחריות וואס באגלייט א בחור אויף א גאנץ לעבן. אין שפיץ פון די ישיבה שטייט שטייט דער ראש הישיבה הרה"ג

ר' שמואל מרדכי וואלנער שליט"א, אינאיינעם מיט א שטאב פון מרביצי תורה תלמידי חכמים מופלגים יראים

ושלמים, וואס געבן זיך אוועק פאר יעדן איינציגן תלמוד באזונדער און מאכן זיכער אז יעדער תלמוד באקומט די

כלים און באגלייטונג צו גרייכן זיין פולסטע פאטענציאל ברוחניות ובגשמיותֿ.



בית הנתיבות - א פלאץ וואו יעדער בחור שפירט זיך אינדערהיים

׳נתיבות התלמוד׳ איז מער ווי בלויז א ישיבה - עס איז א רוחניות׳דיגע היים און משפחה פאר יעדן תלמוד. איינע

פון די סודות פון ׳נתיבות התלמוד׳ איז די פאקט אז די ישיבה איז געבויט בלויז מיט איין ציל - אז יעדער בחור זאל

זיך געפונען אינדערהיים. יעדער בחור זאל באקומען די כוחות און די כלים צו שטייגן און וואקסן. יעדער מגיד שיעור

ברענגט הארץ און ליבשאפט, און עס הערשט אין ישיבה א געשמאקע און געהויבענע אטמאספער וואס ברענגט

חשק צו לערנען און צו שטייגן. ווען מען טרעט אריין אין ישיבה דערקענט זיך גלייך דער געשמאקע שטימונג

אינאיינעם מיט׳ן קול תורה. אן אטמאספער פון אהבת חברים און אחדות וואס באגלייט די בחורים אויף א גאנץ

לעבן.



א נתיבות בחור - א שם דבר

די הונדערטער תלמידי הישיבה וואס שטעלן אויף שיינע אידישע שטובער, בעלי בתים, תלמידי חכמים, אבער דער

צד השווה איז אז עס דערקענט זיך אויף זיי אז זיי זענען ׳נתיבות תלמידים׳ מיט זייער אייגענארטיגקייט און

ערנסקייט. נישט אומזיסט איז היינט דער מושג פון ״א נתיבות בחור״ א שם דבר אינעם עולם הישיבות. זיי ווערן

פאררעכנט אלס די בעסטע בחורים. צו איז עס ראשי כוללים, אדער ראשי ישיבות אין ארץ ישראל. יעדער וויל

באקומען א ׳נתיבות בחור׳ - א בחור וואס שטייט אויף די צוויי פוס מיט א פעסטקייט. נוצט אויס די צייט. צייכנט זיך

אויס מיט תורה און דרך ארץ. און איז א ביישפיל פון א בן תורה וואס פירט זיך אויף מיט אן איידלקייט און א

באנעמונג וואס שפיגלט אפ דעם ׳דרכי׳ דרכי נועם וכל נתיבותי׳ שלום׳



נתיבתי - צו פארזיכערן אז ׳נתיבות התלמוד׳ קען ווייטער אנגיין

דער יעצטיגער ׳נתיבתי׳ קאמפיין איז געווידמעט פאר די עלטערן צו ארויסצייגן הכרת הטוב און ארויסהעלפן טראגן

דעם שווערן עול פון די ישיבה. די חשובע עלטערן זענען די שותפים אין די ארבעט, מען לייגט אריין כוחות

אינאיינעם און מען זעט נחת פאר א גאנץ לעבן. אצינד איז די צייט ווען מיר ערווארטן פון אונזערע שותפים צו

אינוועסטירן נאך אביסל אז מען זאל קענען ווייטער אנגיין. דער קאמפיין איז קריטיש וויכטיג און מיר האפן אז

יעדער וועט נעמען א חלק דערין.
https://www.charidy.com/nesivosh
 
ווען סאיז דא עקשאן איז יעדער דא צו מיטהאלטן און באפפערן.

נו, טאקע וועגן דעם זענען די אפפגעפארענע חברה געקומען קיין וויליאמסבורג בפורים המשולש. בפרט אז זיי קומען פון דא, און פארשטייען צו די סארט היימישע הוליערייען. גארנישט מיט קיין נכנס יין יצא סוד.

נעבעך אויף די אומ-מסודר'דיגע און פארלוירענע נפשות, און אויף זייער עתיד,

מיינסט אוודאי די חסידישע בחורימלעך וואס האבן נעבעך נאר איין טאג א יאר (ב"ה די יאר צוויי טעג) זיך אויסצוגעבן אזוי ווי נארמאלע טינעידזשערס זייער עלטער טוען כאטש איינמאל א וואך אויב נישט מער.

איין זאך איז קלאר אויב זיי קוקן נאך ארויס פון זייער באקס ווי זיי האבן זיך אריינגעלייגט מיט א בליק אויף צוריק, -אויף זייער אלטע באקס- אפילו זאל דאס זיין 3 אינמיטן די נאכט א פורים המשולש, ווייזט דאס אויף זייער הארץ צואונגס קראפט ווי עס צוהט זיי די איבריגע 364 און האלב טעג און נעכט... ווי זיי זענען אין זייער באבל באהעלטעניש.
ס'גראדע נישט אויסגעשלאסן, קען טאקע זיין אז טייל בענקן זיך צוריק, זיי זענען אוועק וועגן די קרעפ וואס די באקס האט, אבער בענקן זיך צו די גוטע פארטס פון די באקס ווי למשל א פורים המשולש, און זיי נעמען די גוטע פארטס פון איבעראל.

זאל זיי דער בורא עולם אויפלייכטן.
אמן
 
איינער ווייסט צו די סקריקם האבן געלייגט א בילד פון די יו וויי פי די און אניטן די בילד פון די נאצי "עפעס א חילוק" אזוי ווי ביי יעדע איזרעלי פראטעסט
 
איך זאג מי כעמך ישראל ווילי עפענט זיך אויף אמאהל פורים איז געווען א צייט ווען מען האט געלאקערט אויף קליינע בחורים ב״ה מען האלט שוין ביי בחורים מיט בתולות
 
Back
Top