שיניעווער רב - א רעוועלוציאנער?

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
181
רעאקציע ראטע
1,415
פונקטן
213
דער בליק וואס איך האב אויף גאליציאנע רביים איז אז זיי זענען זייער אין די באקס, פארקלאפט מיט זייערע מיינונגען, קעגן יעדער נייער רעיון, טאקע מיט א מער קלאסישער צוגאנג כלפי זייערע Bodies אין אונגארן, אבער פארט פארמאכט קעגן שפורדלדיגע רעיונות וואס ברעכט אלטע נארמעס אוו שטאטוס קווא. ספעציעל פונעם חדר פון צאנז-שיניווער נאך וואס עטליכע גרויסע היינטיגע פארפרומטע חסידות׳ער פאררופן זייער שיטא און מורשה. איך דארף נישט זאגן קלויזנבורג און באבוב, נאר אויך סאטמאר האלט זיך אלץ היבשער יורש פון צאנז און שינעווע. פשעווארסק היינט א פארקלאפטע חסידות, איז בעצם א שינאווער חסידות.

איך ווייס איך מיש דא צווישן טאטע און זון וועלעכע האבן געהאט חילוקי דעות כידוע, כ׳ווייס נישט ווער ס׳איז געווען דער מקיל און ווער דער מחמיר, נאר הצד השווה זיי האבן ביידע איבערגעלאזט דעם רושם פון שטארקע קנאים, היפוך הגמור פון אינאוואטיוו און אדוואנטוריסטיש, פרוצי דרך, זיי קומען פאר ווי די פאן טרעגער פון די סארט רביים וועלעכע וואלטן געווען קעגן ציונות, און קעגן גיין צום טרייפענעם אמעריקא לדוגמא.

נאר לעצטנס זיך דרייענדיג אין פארשידענע מקומות קומט מיט אויס צו טרעפן מענטשן וואס געבן מיר אן אנדער בליק אויף שינאווע. איך וועל דא געבן עטליכע דוגמאות.

איך האב געטראפן א איד הייסט ער דערשאוויץ, א קרוב פון אלען דערשאוויץ, זאגט ער אז זיין עלטער זיידע איז געקומען קיין אמעריקא ווייל שינאווער רב האט אים אהער געשיקט. ד.ה. די דערשאוויצעס זענען old Americans צוליב שינאווער רב.
איך טרעף א איד וועבערמאן פון די מלאכים, זאגט ער אז די וועבערמאן משפחה איז געקומען קיין אמעריקא בשליחות פון שינאווער רב
איך טרעף א איד פון די משפחה פון ר׳ פיניע קורף ז״ל, זאגט ער מיר ר׳ פיניע׳ס רעביצין איז געווען ממשפחת ר׳ פתחיה לאם, דער ערשטער היימישע שוחט אין ניו יארק פון וואס אלע רבנים האבן געגעסן, און ער איז אהער געקומען אויך אויפן שליחות פון שינאווער רב. ישראל לאם איז אויך ר׳ פתחיה לאם׳ס אן אייניקל. רוב פון די לאם משפחה היינט זענען ישיביש אדער מודערן-ישיביש.
איך טרעף א פלימעניק פון ר׳ שלמה׳לע באבובער, א צוקער זיסער איד, זאגט ער מיר עס איז אים אויסגעקומען אמאל זיך צו טרעפן מיט מאיר כהנא פנים אל פנים, געמיינט האט ער אז דער כהנא, כיפה סרוגה שטאמט פון ערגעץ אין די רוחות אין רוסלאנד, הייבט כהנא אן רעדן צו אים אין א גאליציאנער אידיש, און זאגט אים: ״מיין טאטע הייסט יחזקאל שרגא נאך שינאווער רב, שינאווער רב האט געשיקט מיין זיידן קיין צפת צו בויען דעם צאנזער קלויז אין צפת!

איך הער די אלע מעשיות און איך ווינדער זיך, איז שינאווער רב געווען א סארט חב״ד׳קער רבי וואס שיקט ארום שליחים בארצות לא זרועה? וואו קומט צו א גאליציאנער רבי פון די נוקליעס, צאנז שינאווע אליינס, אזא ברייטקייט?…

איך בין גאר ווייט פון באהאוונט מיט די צאנז שינאווע היסטאריע, א יוסף נחמיה קוואדראט אדער יעדער באבובער וואס קען אביסל פון די סארט היסטאריע קען מיך עסן פאר לאנטש אין דעם ענין. אבער דערווייל אז איך בין דא אן איגנאראנט, ווינדער איך זיך, ווער איז שינאווער רב באמת געווען?…
 
לעצט רעדאגירט:
מענטשן וואס האבען געדארפט אנטלויפן, פאר סיי וואס פארא סיבה, און זיי האבען גענומען א ברכה פון שינאווער רב האבען אלעמאל געקענט פארציילן אז שינאוער רב האט זיי געשיקט. עס זעט אבער נישט אויס אז ער האט געוואלט מאכען א שינאווע שטיבל אין אמעריקא.

סאטמארער רבי האט אויך געשיקט מענטשען קיין ארעגוויי ווייל ער האט געוואלט האבען שלוחים אין ארעגוויי?.
 
@מצליח פון די מעשיות וואס מיר קענען פון קינדווייז אן האבן רבי׳ס אפגעהאלטן זייערע מענטשן פון גיין קיין אמעריקא אפילו אין א שעת סכנה. צווייטנס איך האב פארשטאנען פון זיי אז שינאווער רב האט זיי דירעקט געשיקט, און די משפחות ווייסן איינע פון אנדערן פון די היסטאריע וואס איז אריבער פון דור צו דור. דערשאוויץ האט מיר אויסגערעכנט אנדערע משפחות וואס זענען געקומען קיין אמעריקא בשליחות שינאווער רב צווישן זיי די וועבערמאן משפחה. טאמער נארט מיר נישט די זכרון, האט די משפחה מסורה ביי די וועבערמאנס אויך געוואוסט פון די דערשאוויצעס. וואס איך מיין צו זאגן זיי זענען נישט געווען איינצעלנע מעשיות דא אין דארט, ס׳געווען ווי ס׳שיינט אן אקציע, און זיי האבן זיך געהאלטן פרום נאך א סך פאר די ענדגילטיגע כוואליע אימיגראנטן וואס האט איינמאל פאר אלעמאל באפעסטיגט די אידישקייט יסודות אין אמעריקא. וועגן א שינאווער שטיבל ווייס איך נישט, כ׳וואלט נישט געווען איבעראשט צו הערן אז זיי האבן יא געבויט א שינאווער שטיבל, נאר נישט משנה, די שליחות איז נישט געווען צו פארשפרייטן תורת שינאווע. סייווי, דער געדאנק איז נישט אזוי ווייט די שליחות שבו, די געוואגטקייט פון שינאווער רב צו שיקן אדער בלויז געבן א גרויסן אוקעי צו גיין קיין אמעריקא באותם הימים איז שוין גענוג צו אויפשאקלען מיין פרעספעקטיוו

און דאס אז שינאווער רב האט געשיקט אידן קיין ארץ ישראל אין א צייט וואס ס׳האט שוין אנגעהויבן בודזשעווען ציונות, און דאס אז פון זיין געשיקעכטץ איז ארויס דער גרעסטער הייסטער ציוני וואס כלל ישראל האט פארמאגט

וועגן סאטמאר רב און דרום אמעריקא, קודם כל יא, ער האט געשיקט שלוחים, די עקשטיינס זענען אהין בשליחות סאטמאר רב וויפיל איך פארשטיי. נאר מען קען דאס נישט פארגלייכן. ארגענטינע מיט אוראגוויי האבן נישט געטראגן קיין רעפוטאציע פון א מקום וואס שלעפט דיך אריין מיט געוואלד אין פריקת עול, מה שאין כן ארץ ישראל בראשית ימי הציונות און אמעריקא באותם הימים, וואס רעדסטו, אין די צייטן פון שינאווער רב איז געווען די שפיץ צייטן פון די מערכה קעגן דעם טרייפענעם אמעריקא.
 
לעצט רעדאגירט:
שיניווא רב האט געטייטשט די פסוק "עוד אקבץ עליו לנקבציו" אז עס וועט שוין זיין א גרויסע קיבוץ גלויות פון אידן אין ארץ ישראל פאר משיח וועט קומען און משיח וועט מקבץ זיין די איבריגע אידן (דברי יחזקאל)

זעהט מען אז ער האט נישט געהאט אזא פלאטשיגע קנאישע בליק אויף דעם אז אידן זאלן פארן זיך באזעצען אין ארץ ישראל פאר משיח קומט
 
ר` יענקלע האט דערציילט אַז די צאנזער רב האט איינמאל פאר קידוש זיך פארדווייקעסט, אין ער האט אויסגערעכנט אלע גלות וואס אידן זענען געווען, און געענדיקט אז משיח גייט נתגלה ווערן אין גלות אמעריקא.

אויף דעם ארויף האט שיניווע רב געשיקט אידן קיין אמעריקע.
 
איך דארף קודם זאגען אז איך באלאנג נישט אמתדיג צו די חסידת'ן אבער איך בין אויפגעצוגען געווארען זייער נאנט צו א משפחה וואס האט באלאנגט צו די סאטמאר שינאווע און איך האב דארט אביסל געהערט, וואס איך געדענק אז איך האב געהערט איז עס איז געווען א רבי וואס האט געשיקט צי אמעריקא ער האט געהייסן די אושפצינע רבי, ער האט זיך גשלאגען אויף דעם אסאך מיט די שינאווער רב, אפשר זענען זיי אפילו געווען קאזינס, ער האט געשיקט מענטשען צו אמעריקא אבער דער שינאווע האט נישט געלאזט.
 
אויף דעם שיניווער רבי , זאגט מען אמת אמת תפסיה
זיין התנהגות איז גיוועהן על פי שלחן ערוך , און אזוי ווי ער האט עס אפ גילערנט ,
און אויב האט ער באמערקט עני טינג , אז איינער טהוט אנדערש , האט ער עהם גראד אויפמערקזאם גימאכט , מיט א שארפקייט
לגבי יישוב ארץ ישראל , איז ער קודם גיוועהן בדעתו
צו גיין מיט די וואס טהוען אין פראמאטן עליה
אבער נאכדעם ווי ער האט גילייענט ,זייערע מכתבים און מודעות ,וואס זיי זענען מפרסם , אויף די מאמר ״כל הדר בארץ ישראל דומה כאילו יש לו אלוה״,מיט א תורה פון הפלאה ז״ל ,
האט ער פארשטאנען אז זיי זענען
גרייט צו ברענגען און ארץ ישראל עוברי עבירה ,און
מחללי שבת , איז ער ארויס קעגן זיי ,

די רבנים און יענע צייט , האבן מרגיש גיוועהן אז
אין די אייראפעישע לענדער , וועט מען שוין נישט
בלייבן פאר א סאך דורות ,( פונקט אזוי ווי הערצל
האט דאס געפילט ),די שנאה איז גיוואקסן פון טאג צו טאג , ( אמעריקא היינט איז אויך אזוי) האט זיי
גי׳עצה׳ט פאר יידן וואס האבן גידארפט עוקר זיין
אז מען זאל גיין קיין אמעריקא , עס האט גארנישט מיט שליחות , עס איז ענדערש בגדר ,״ ואת יהודה
שלח לפניו להורות ״, עס זענען שוין גיוועהן דא א סך קהילות פון רבי׳שע הויפן , דער ווישיווער רבי
זוהן פון אהבת ישראל , איז גיוועהן אן איידעם ביי
רבי פון חודורוב , וואס האט גיוואינט אין אמריקא

אויפן רבי׳ן פון שיניווא איז דער טאטע מעיד אין שו״ת -אפילו יהביה כל חללי דעלמא אינו משנה
בדיבורו -
ווען עס האט אויסגיבראכן די מחלוקה פון צאנז און סאדיגורא , האט ער זיך פלוצלינג געפונען אין ארץ
ישראל , און ער האט זיך אינגאנצן ארויס גיצויגן פון
נעמען א צד ,
די חסידים פון סאדיגורא , האבן עהם עניוועי גיוואלט
אפרוימען , און ער איז בסייעתא דשמיא ניצול גיווארן מידם -
מען זאגט ער האט גיטראפן א רמז אין ספר
הגילגולים , אז ער זאל נישט גיין דארט ווי סאדיגורא
האבן איהם אפגיווארט .

נאך די פטירה פון זיין טאטע - דברי חיים- איז די מחלוקה פארשוואונדן , מיט די השפעה פון שיניווער
רבי , ווייל ער האט מתנגד גיוועהן צו די מחלוקה.

זיין דעסישן זיך ארויס ציען פון די חברת חובבי ציון
איז דער גורם ,וואס רוב חרדים האבן זיך אפ גילאזט פון דעם רעיון פון שיבת ובנין ארץ ישראל

איז עס טאקע צום סוף אריינגיפאלן צו די בונים חילונים ליידער , ביז ונבנתה העיר על תילה
א שטיין מיט א שטיין דורך חרדים און שומרי תורה
ווי עס קומט קימעא קימעא צוריק כאילת השחר
מפציע ועולה ,
 
איך דארף קודם זאגען אז איך באלאנג נישט אמתדיג צו די חסידת'ן אבער איך בין אויפגעצוגען געווארען זייער נאנט צו א משפחה וואס האט באלאנגט צו די סאטמאר שינאווע און איך האב דארט אביסל געהערט, וואס איך געדענק אז איך האב געהערט איז עס איז געווען א רבי וואס האט געשיקט צי אמעריקא ער האט געהייסן די אושפצינע רבי, ער האט זיך גשלאגען אויף דעם אסאך מיט די שינאווער רב, אפשר זענען זיי אפילו געווען קאזינס, ער האט געשיקט מענטשען צו אמעריקא אבער דער שינאווע האט נישט געלאזט.
דו רעדסט מסתמה פון ר׳ אלעזר אושפיצינער, א שוואגער פונעם שינאווער נאר באלד 40 יאר יונגער. ער איז ארויף קיין ארץ הקודש קודם צפת דערנאך ירושלים. ער האט געהאלטן יום טוב שני אויך אין ארץ ישראל. ס׳היינט דא א שטיבל אין מאה שערים אושפיצין וואו ער האט געוואוינט. ממש פאר די מלחמה איז ער צוריק קיין אייראפא און אומגעקומען על קידוש השם.
כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון דער חילוקי דעות צווישן די צוויי, און בכלל זענען זיי געווען היבש אפגעריקט אין דורות ווי געשמועסט. ס׳וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן מער
 
די רבנים און יענע צייט , האבן מרגיש גיוועהן אז
אין די אייראפעישע לענדער , וועט מען שוין נישט
בלייבן פאר א סאך דורות ,( פונקט אזוי ווי הערצל
האט דאס געפילט ),די שנאה איז גיוואקסן פון טאג צו טאג , ( אמעריקא היינט איז אויך אזוי) האט זיי
גי׳עצה׳ט פאר יידן וואס האבן גידארפט עוקר זיין
אז מען זאל גיין קיין אמעריקא , עס האט גארנישט מיט שליחות , עס איז ענדערש בגדר ,״ ואת יהודה
שלח לפניו להורות ״, עס זענען שוין גיוועהן דא א סך קהילות פון רבי׳שע הויפן , דער ווישיווער רבי
זוהן פון אהבת ישראל , איז גיוועהן אן איידעם ביי
רבי פון חודורוב , וואס האט גיוואינט אין אמריקא
די גארליצע רב האט געבעטן זיין ברודער זאל קומען מיט איהם קיין אמעריקע אוועק צו שטעלן דארט אידישקייט פונקט ווי אין אייראָפּע אבער די שיניאווא רב האט נישט געוואלט פארן ווייל ער האט געזאגט אז מען וועט מיינען אז ער פארט פאר געלט... אזא איש אמת איז ער געווען
 
לעצט רעדאגירט:
@ריבי קומסט מיט זאפטיגע אינפארמאציע
נאר לענין אמעריקא, צו זאגן מיט א מאך מיט די הענט אז אין יענע יארן איז געווען א א מלתא דפשיטא אז חסידים זאלן פארן קיין אמעריקא, איז ווייט ווייט איבערגעטריבן, יענע יארן איז געווען the golden age פון דעם ״טרייפענעם אמעריקא״ און די התנגדות קעגן זיך באזעצן דארט. וועגן דעם שווער פון ווישאווער, ר׳ מרדכי׳לע, קודם איז ער געווען 50 יאר יונגער פון שינאווער רב, און איך דארף וויסן ווען ער איז געגאנגען קיין אמעריקא. ווייל ממש פארן קריג איז שוין געווען היבש אנדערש די מצב, שוין געווען תורה ודעת, יצחק אלחנן, און טאקע עטליכע רבי׳ס שוין. קיין פארגלייך נישט וויאזוי עס האט אויסגעזעהן צוויי דריי דורות פריער בימי תוקפו פונעם שינאווער, און יתכן אז צום שינוי האבן היבש בייגעשטייערט טאקע אט די שינאווע פיאנערן, אזויווי פתחיה לאם מיט די שחיטה
 
די גארליצע רב האט געבעטן זיין ברודער זאל קומען מיט איהם קיין אמעריקע אוועק צו שטעלן דארט אידישקייט פונקט ווי אין אייראָפּע אבער די שיניאווא רב האט נישט געוואלט פארן ווייל ער האט געזאגט אז מען וועט מיינען אז ער פארט פאר געלט... אזא איז אמת איז ער געווען
איז דאס א ראיה צו מיין קעיס, אז מיסודו איז ער געווען פרא פארן קיין אמעריקא, נאר ער אליינס האט נישט געוואלט וועגן די סיבה וואס דו האסט אנגעגעבן
 
די שינאבער רב האט נישט "געשיקט" ער האט יא געגעבן הסכמתו וברכתו פאר געוויסע משפחות צו גיין און עס וועט נישט שאטען

לגבי ארץ ישראל:
א. איך ווייס נישט וועלעכע ציונות איר האקט וועגען, קוים געוועהן עפעס דעמאלטס אין די חרדישע ישובים פון צפת טבריה & ירושלים
ב. כהנא'ס זענען נישט געשיקט געווארען דורך איהם, קען זיין אז אלץ א תושב און צאנזער חסיד האט איהם די שינאבער רב געבעטען צו העלפען מיט זיין קלויז
 
@א איד איך זאג דיר נאר נאך פון מיין זכרון וואס כ׳האב געהערט פון איינער וואס האט עס געהערט מפי מאיר כהנא אז מאיר׳ס עלטער זיידע איז געגאנגען דירעקט בשליחות פון שינאווער רב, יעצט קען מען טייטשן וואס מיינט בשליחות. כ׳האב דאס געזאגט פאר א כך׳ניק האט ער באלד געזאגט אודאי ס׳ידוע א מאיר שטאמט פון שינעווע חסידים, און דערפאר האט זיין טאטע געהייסן יחזקאל שרגא, כלומר די שייכות פון כהנא-צפת-שינאווע איז כנראה ידוע אויך צווישן טייל כך׳ניקעס.

אמת אז בתחילת דרכו פון שינעווער רב׳ס אקטיוויטעטן אין ארץ ישראל איז נאך נישט געווען ציונות, ווי @ריבי האט שוין ערווענט, וואס דאס שלאגט אפ מיין מתחילה׳דיגער ווינדער איבער דעם שינעווערס שיקן קיין ארץ ישראל. בלויז בסוף שנותיו האט זיך אנטוויקלט די חובבי ציון, די פארגייער און די אונטערבעטער פון דעם פעסט ארגאניזירטן ציונות פון שפעטער. ר׳ שמואל מאהליווער איז געווען א בן דורו פונעם שינעווער. וואס עס שלאגט נישט אפ איז אז כהנא איז אזוי אומווילענדיג א שינאווער פרי, (אדער יא ווילענדיג, ווער ווייס צו ווען דער שינעווער לעבט היינט וואלט ער נישט געזאגט כהנא צודק). זיין עלטער זיידע האט שוין ארויס געגעבן ספרים במעלת ארץ ישראל.
אדרבא, ס׳זעהט אויס ווי דו האסט וואס צו דערציילן, קום אריין מיט פרטים
 
די זיידע פון די כהנא'ס רבי ברוך דוד איז געוועהן א צאנזער-שינאווא חסיד און איז ארוף קיין ארץ ישראל ווי ווייט איך ווייס נאך פאר די שינאווער האט געמאכט די קלויז וויילענדיג אין די הייליג לאנד
לגבי חובבי וכו', זייער פיין אין וואויל אבער בשעתם איז עס נאכנישט געוועהן "אין" ארץ ישראל נאר א אידילוגיה אין חו"ל די מאסן ציונישע עליות קיין אר"י זענען געוועהן סאך סאך שפעטער
 
איך דארף קודם זאגען אז איך באלאנג נישט אמתדיג צו די חסידת'ן אבער איך בין אויפגעצוגען געווארען זייער נאנט צו א משפחה וואס האט באלאנגט צו די סאטמאר שינאווע און איך האב דארט אביסל געהערט, וואס איך געדענק אז איך האב געהערט איז עס איז געווען א רבי וואס האט געשיקט צי אמעריקא ער האט געהייסן די אושפצינע רבי, ער האט זיך גשלאגען אויף דעם אסאך מיט די שינאווער רב, אפשר זענען זיי אפילו געווען קאזינס, ער האט געשיקט מענטשען צו אמעריקא אבער דער שינאווע האט נישט געלאזט.
ס'איז געווען ר' אלעזר ריישער, וואס האט געהייסן גיין אויף אמעריקע.
 
ר' אלעזר האט געשיקט זיין אייגענע שוואגער דער קאלבוסובער קיין אמעריקא.

ס'איז דא עפעס א מעשה איבער דעם אז ער איז נישט גלייך געגאנגען קיין אמעריקא, נאר נאכדעם וואס זיין קאפ איז צו שפאלטן געווארן ביי א פאגראם, און ער האט דאן געזאגט אז ווען ער פאלגט ווען גלייך זיין שוואגער וואלט ער אנגעקומען קיין אמעריקא מיט אן גאנצע קאפ.
ס'איז געווען ר' אלעזר ריישער, וואס האט געהייסן גיין אויף אמעריקע
 
שינאווא רב איז גאר געקומען צופארן צו מרן מהר"י מבעלזא און פארגעשלאגן אז וויבאלד אזויפיל אידן לאזן זיך ארויס צום מדבר שממה אין אמעריקא, זאלן זיי ביידע אהינפארן און ראטעווען דעם דור. מרן מהר"י האט עם פארבעטן צו בלייבן אין בעלזא און געזאגט ער וועט עס איבערטראכטן.

נאכן מיישב זיין בכובד הראש האט ער געענפערט די באקאנטע ווארט אז איבעראל ווי די הייליגע בעש"ט ותלמידיו זענען שוין געווען בעולם האבען זיי מטהר געווען די לופט לדורות הבאים אחריהם, אבער אזוי ווי אין אמעריקא זענען די תלמידי בעש"ט נישט אנגעקומען האט ער מורא אהינצופארן "נאר איר וועט זאגן תהלים ביי אייך אינדערהיים און איך וועל זאגן תהלים ביי מיר אינדערהיים און אזוי וועלן מיר משפיע ביז די אמעריקאנע אידן"

מרן מהר"י האט עם דעמאלטס מייעץ געווען צו טרעפן א ליטווישע גדול וואס האט נישט די דאגות פון בעש"ט ותלמידיו... און דעמאלטס איז נולד געווארן די געדאנק צו אריבערברענגן דעם באקאנטן ווילנער מגיד הגאון רבי יעקב יוסף, וואס מיר אלע ווייסן וויפיל ער האט זיך דערנאך דאהי צאמגעליטן פון די פארגרעבטע אידן.
 
Back
Top