שיטת גדולי ישראל לגבי ציונות

א קבוצה רוזינע רביס וואס האבן געוואוינט אין וויען (צוליב די רדיפות פון די רוסישע רעגירונג אויף זיי)
נישט ריכטעג , זיי האבן זיך געצויגען קיין וויען צוליב די ערשטע וועלט מלחמה
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אדמורי רוזין שתמכו ברעיון הציוני

כדי צי קענען בעסער צאמנעמן די נושא וועל איך קודם שרייבן איבער די ארגענעזאציע אגודת יישוב ארץ ישראל איר מייסדים, און מיטגלידער, און שפעטער מער בפרטיות איבער זייער לעבן און שאפן

אגודת יישוב ארץ ישראל איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך א קבוצה רוזינע רביס וואס האבן געוואוינט אין וויען (צוליב די רדיפות פון די רוסישע רעגירונג אויף זיי) וועלכע האבן געשטיצט די עלייה ויישיבה אין ארה"ק, עס איז אוועקגעשטעלט געווארן אין יאר תרע"ח-1918 נאך די הצהרת בלפור (ענגלאנד האט פארשפראכן צי געבן ארץ ישראל פאר די אידן צי קענען האבן דארט א זעלבסשטענדיגע מדינה)

דאן האבן זיך די רוזינער רבי'ס צאמגענימען, און שפיץ פון ר' חיים שפירא (הרב חיים מאיר יחיאל האדמור מדרוהביטש זצ"ל) אן איידעם פון די ערשטע סדיגורה רבי ר' אברהם יעקב (בן ר' ישראל מרוזין זי"ע) און מחליט געווען צי אויפשטעלן די אגודה וואס גייט העלפן און שטיצן די יישוב ארץ ישראל (דאן איז עס נאך געריפן געווארן עזרת ישראל מיט עטליכע חדשים שפעטער ווען די עסטרייכישע רעגירונג האט פארגרינגערט ארויפציגיין קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך ווידער צאמגענומען און דאן איז באשלאסן געווארן צי ריפן אגודת יישוב ארץ ישראל)

ר' חיים שפירא וועלכע האט געגרינדעט די אגודה איז געווארן אינספירירט פון די ספר דרישת ציון פון ר' צבי הירש קאלישער זצל (ער איז פארנימען אז כדי זוכה זיין צי די גאולה השלימה פארלאנגט זיך ערשט א פיזישע גרינדונג פון א מדינה (ער מיינט מיט דעהם אן ערליכע מדינה געפירט ע"פ תורה) דאס פארלאנגט אן עקסטערע אפהאנדלונג...)

פון די ערשטע פעילות פון די אגודה איז א קול קורא וואס איז נתפרסם געווארן אין יענע טעג, וואס ריפט די חרדישע ציבור עולה צי זיין קיין ארץ ישראל כדי די יישוב וואס ווערט געגרינדעט זאל נישט ווערן געפירט דורך די פרייע:

זה קרוב לאלפים שנה שגלינו מארצנו. בכל עת גלותנו לא אבדנו תקותנו להגאל על ידי משיח צדקנו... ובהיותנו עומדים ומקוים פתאום הופיע פתאם הרעיון הציוני בעולם, רעיון שעשיתו על טהרת הקודש הוא חובת כל עם ישראל. אבל אנחנו החרדים תחת להיות מזרזין ומקדימין לקחת על שכמנו עבודת הקודש של התיישבות הארץ בדרך התורה והדת ולאפשר לנו, לבנינו ולבנותינו לקחת חבל בעבודה הזאת על טהרת הקודש, נסוגנו אחור והנחנו את המצוה הרבה והקדושה הזאת רק בידי הציוניים. ואם כי המה יהודים נאמנים לעמם, אבל אינם דואגים לקיום התורה והמצוות על פי המסורה. תוצאות חבוק ידינו הן מפחידות. בגלות עזבו צעירינו את מחנה החרדים ובארץ ישראל אין לנו חלק ונחלה ביישוב החדש! (הצפירה, י"ג ניסן, תרע"ח)

חברי האגודה

יו"ר האגודה הרב חיים מאיר יחיאל שפירא (דראהביטש)

סגן יו"ר ר' שלמה חיים פריעדמאן (3טע סדיגורה'ע רבי)

חברי האגודה:
האדמו"ר אברהם יעקב מסדיגורה, ר' ישראל פריעדמאן (די טשארטקובער), ר מאיר מאירסאן, ר' יצחק מרדכי שפירא מגוואדיטש (ברודער פון רח"מ), ר' יעקב יוסף טווערסקי מ'סטאניסלאוו, ר' יעקב פריעדמאן מהוסיאטין (בעל אהלי יעקב), ר' מנחם נחום פר"מ (מ'איצקאן) ר' אברהם יעקב שפירא (זון פון רח"מ), ר' נחום ארי' גליס (סלאטווינע רב) ר' משה לייטער (זאוולאווער רב) ר' מאיר מאירזון (אב"ד ווינע), רב יוסף פאנצער (אב"ד דראהביטש) הרב זאב נוסנבוים (מו"ץ בדראהביטש), הרב יצחק צוף (רב פון טאלמאטש), ר' משה קרמר

פון די ערשטע פעילות פון די אגודה איז געווען א ריזן כנס ווי עס האבן זיך באטייליגט אזא פינעף טויזנט אידן ווי די הויפט רב פון ווינע הרב צבי פרץ חיות ז"ל האט אויפגעטרויטן, איבער יישובת ארץ ישראל.

אין 1922 ווען ענגלאנד האט באקומען די מאנדאט אין אר"י, און זיי האבן פארשווערט די עליות, און מען האט געדארפט האבן ספעציעלע סערטיפעקאטן, האט די 'אגודת יישוב ארץ ישראל געארבעט איבערמידלעך צי שאפן די סערטיפעקאטן פאר ווי מער אידן, און אזוי אויך אנדערע קאסטן צי קענען עולה זיין.

ביי די ערשטע מיטינגען האט מען דיסקוסירט צי מען זאל מיטארבעטן מיט די 'הסתדרות הציונות' א חלק פון די רבנים האבן געטענה'ט אז מען טאר זיך נישט מתחבר זיין מיט די פרייע, אבער רח"מ האט געטענה'ט, און געוויזן מקורות, אז זאכן וואס זענען נוגע כלל ישראל מעג מען מיטארבעטן, למעשה נאך 4 אסיפות איז באשלאסן געווארן צי מיטארבעטן מיט די 'הסתדרות' און די אגודה האט טאקע געהאט צוויי נציגים ביי די וועידה העולמית פון די הסתדרות אין לאנדאן, די צוויי זענען געווען ר' שלמה און ר' אברהם יעקב פריעדמאן מסדיגורה!

נאך עטליכע יאר האט זיך די אגודה צאמגעשטעלט מיט די 'מזרחי'

משך די יארן האט די אגודה אויפגעשטעלט נאך סניפים אין אונגארן, גרויסווערדאן, לעמבערג (אין לעמבערג האט מען געטוישט די נאמען צי 'צעירי ישראל' און עס איז געווען מער באהאלטן מפחד הקנאים...)

כ'האף צי שרייבן אין א געלעגנהייט מער איבער די לעבן און שאפן פון די מייסדים, און נאך קרישקעלעך
שכוייח וחילך לאורייתא
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פאר נאך איבער צדיקי רוזין און ישוב אר"י איז כדאי צו כאפן א בליק אינעם ספר על הצדיקים ועל החסידים פון הרב ישראל שפיגל ז"ל מחסידי טשורטקוב פון דף 65 צו 78
 
נישט ריכטעג , זיי האבן זיך געצויגען קיין וויען צוליב די ערשטע וועלט מלחמה
גערעכט, געטשעקט און פארראכטן, ש'כח פארן אויפפמערקן
כ'זעה אז @ריבי האט אויך געשריבן אזוי...
עס איז אמת אז די רוזינער איז אנלאפן פון רוסלאנד, עס איז געווען א גאנצע מעשה
 
עס איז מסתבר אז ווען דער בעל דברי יואל איז געקומען אויף אמעריקא , , צו שאפן געלט
פאר די חובות וואס האט זיך אהנגיזאמלט פון זיינע
מוסדות אין א״י , און ער האט אהנגיטראפן דעם
גאון רבי מיכאל דוב וויסמאנדל ז״ל איז ער גיווארן
דורך זיין השפעה , דער פאהן טרעגער פון קנאות
קעגן ציונות ,

עס איז מסתם גיוועהן אנדערע אויך וואס האבן
אויף עהם משפיע גיוועהן און גיגעבן דעם קוראזש
עכ״פ אין תש״ו איז ער נאך נישט גיוועהן דער
ראש הקנאים .
די ערשטע מאל איך הער דאס (נישט די ערשטע זאך וואס כ'הער די ערשטע מאל 😂)

די דברי יואל איז געווארן א קנאי דורך רבי מיכאל בער?
 
לעצט רעדאגירט:
די ערשטע מאל איך הער דאס (נישט די ערשטע זאך וואס כ'הער די ערשטע מאל 😂)

די דברי יאול איז געווארן א קנאי דורך רבי מיכאל בער?
עס איז מסתם ,גיוועהן נאך משפיעים אויף איהם
אבער א פאקט וואס איז באשטעטיגט איז , אז
דער בעל דברי יואל ז״ל ( זיין הילולא איז היינט)
האט גיפלאנט בתוקף דעתו צוריק צו פארן קיין
ארץ ישראל , און רבי מיכאל בער , האט זיך מיט
איהם מתווכח גיוועהן , צו איבערצייגן אז ער פעהלט
אויס דא אין חוץ לארץ ,
אבער ער איז גיוועהן עומדעל דעתו , עס איז גיגאנגען וויכוחים בעק ענד פארט ביז איין טאג רבי מיכאל בער קומט אריין , און דער רבי - דער
דברי יואל - איז עהם מבשר אז ער האט שוין איינגיהאנדלט טיקעטס פארן שיף אויף צוריק
און ער ווייזט די טיקעטס , פאר רבי מיכאל בער
- האט עהם - דענסטמאהל אהנגיכאפט א רוח קנאות , ער כאפטדי טיקעטס און ער איז עס קורע לגזרים , אויף שטיקער צופיצלט ,
די אקט האט גימאכט דעם רבי, דברי יואל
צו טוישן, זיין דעת אויף צוריק פארן קיין ארץ ישראל
ער זאגט עהם , אויב אזוי , נעניתי לך , מען בלייבט
אין ניו יארק
ענד די רעבט איס היסטורי
 
דאס איז געווען א טעכנישע מחלוקה, אבער סאטמאר רב איז געווען א קנאי מבטן ומלידה, כאטש די מלחמה האט אים געמאכט מער צוקאכט.
 
ר' שלמה מסדיגורה!
אז מען רעדט שוין ארום פון די היינטיגע בעל הילולא הרה"ק ר' שלמה חיים מסאדיגורא פון די גרעסטע אגודיסטען און פון הרה"ק מסאטמער די פאן טרעגער פון קנאית איז איטערסאנט אנצומערקען אז ווען הרה"ק מסאמער איז אוועק האט זיך די בוהושע ר' יצחק השני זצ"ל אנגערופען אז סאטמער רב האט זיך געוועלט א גוטע טאג , דהיינו די יארצייט פונעם סאדיגורע
 
אפשר איז כדי צו דערמאנען , ווען דער בעל דברי יואל ז״ל איז גיוועהן אין ארץ ישראל תש״ו , האט ער אראנדשירט זיך צו טרעפן ביחידות , אין געגנט
תלפיות , צוויי מאהל , מיט דעם רבי פון הוסיאטין ז״ל אין זיי האבן זיי האבן זיך
משתעשע גיוועהן עטליכע שעות , מיט גרויס
קעגנזייטיגע כבוד ,
עס קען זיין די שארפע קנאות ביי דעם בעל דברי יואל , האט זיך שפעטער אויספארמירט ,
עס איז דאך דענסטמאהל גראהד נאך די מלחמה , מיט די אבדון נורא , איז מען נאך נישט
גיוועהן אזוי קלאהר , וואס איז די ריכטיגע וועג צו
רעאגירן ,
עס איז מסתבר אז ווען דער בעל דברי יואל איז געקומען אויף אמעריקא , , צו שאפן געלט
פאר די חובות וואס האט זיך אהנגיזאמלט פון זיינע
מוסדות אין א״י , און ער האט אהנגיטראפן דעם
גאון רבי מיכאל דוב וויסמאנדל ז״ל איז ער גיווארן
דורך זיין השפעה , דער פאהן טרעגער פון קנאות
קעגן ציונות ,
עס איז מסתם גיוועהן אנדערע אויך וואס האבן
אויף עהם משפיע גיוועהן און גיגעבן דעם קוראזש
עכ״פ אין תש״ו איז ער נאך נישט גיוועהן דער
ראש הקנאים .
סאטמער רב פלעגט זאגן אז די סיבה ער זאגט זיינע שובבי"ם תורות איז צוליב א הוראה פון הרה"ק מהוסיאטין וואס האט אים געזאגט אז ער זאל שטארק ארבעטען און רעדן איבער מתקן זיין מדת היסוד
 
סאטמער רב פלעגט זאגן אז די סיבה ער זאגט זיינע שובבי"ם תורות איז צוליב א הוראה פון הרה"ק מהוסיאטין וואס האט אים געזאגט אז ער זאל שטארק ארבעטען און רעדן איבער מתקן זיין מדת היסוד
דאס איז א חשוב׳ע ידיעה
על פי השמועה , זאגט מען אז דער , רבי פון תולדות אהרן - ער איז גיוועהן א תלמיד- האט איהם
גי׳עצה׳ט אויף דעם ,
ביי די שומרי אמונים , איז דאך ,דאס ,אלץ גיוועהן א סובדזשעקט ,וואס מען דארף רעדן דערפון , אזוי ווי ער איז מאריך אין די הקדמה פון זיין ספר , ווי ער איז ביזי מפרט זיין עבירות , וואס מען קומט איהם מתוודה זיין ,
דרך כלל ביי חסידות , איז נישט גיוועהן א קביעות
פון דרשות , צו רעדן דייקא פון פגמים און עבירות
נאר בדרך רמיזא
מען האט אין חסידישן ( בפרט בעלז)הויפן נישט גיהייסן זאגן די תפילת זכה פון חיי אדם , ווייל ער
זאגט צושטארק ארויס מיני עבירות ,
מען איז יוצא מיט אשמנו … און ועל חטא על סדר
א״ב וואס מען היפערט אפ .
-בלאטע אהער בלאטע אהין , געט איט אהווער,-
( נישט ווי אנדערע זאגן , אז מען האט מונע גיוועהן
ווייל ער איז גיוועהן א מתנגד לחסידות )
 
אז מען רעדט שוין ארום פון די היינטיגע בעל הילולא הרה"ק ר' שלמה חיים מסאדיגורא פון די גרעסטע אגודיסטען און פון הרה"ק מסאטמער די פאן טרעגער פון קנאית איז איטערסאנט אנצומערקען אז ווען הרה"ק מסאמער איז אוועק האט זיך די בוהושע ר' יצחק השני זצ"ל אנגערופען אז סאטמער רב האט זיך געוועלט א גוטע טאג , דהיינו די יארצייט פונעם סאדיגורע
ער איז גיוועהן א נשיא ביי די מזרחי
א גרויסער עסקן פאר בנין ציון
זיין מסורה איז גיוועהן אן אנדערע
יהא זכרו ברוך נפטר תשל״ב
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאס איז געווען א טעכנישע מחלוקה, אבער סאטמאר רב איז געווען א קנאי מבטן ומלידה, כאטש די מלחמה האט אים געמאכט מער צוקאכט.
100% אז דער סאטמאר רב , איז נתגדל ונתחנך
גיווארן מיט קנאות מבטן ומלידה , פון מסורת אבותיו
ווי ער דערציילט אין זיין חיבור ויואל משה , וועגן דעם לב העברי , וואס ער איז גיוועהן א אדם גדול
און ער איז געקומען אויף סיגעט , ווי דער זיידע , דער ייטב לב , האט עהם מקרב גיוועהן בכבוד הראוי , אבער שפעטר ווען ער האט גיהערט אז ער
פאהרט עולה זיין אויף ארץ ישראל , האט ער עהם
ארויס גירודפ׳ט פון די שטאט .
עס דארף א הסבר , אבער אזוי שרייבט ער
אבער צוווערן דער שופר פון קנאות קעגן א יידיש
לאנד , נאך די שואה , האט געמוזט זיין מענטשן וואס האבן עהם אהנגעדרייט , אזוי איז מסתבר
עס איז גיוועהן פלענטי גדולים און רבנים פון קנאי׳שן
אפשטאם ,
און נאך די טראגעדיע פון די השמדה
האבן זיי נאכגילאזט זייער שארפקייט

דער סאטמאר רב , האט עס צוריק גיברענגט
אין א חלק פון כלל ישראל ,
מען קען מיינען אז עס איז נאטירליך
 
מען האט אין חסידישן ( בפרט בעלז)הויפן נישט גיהייסן זאגן די תפילת זכה פון חיי אדם , ווייל ער
זאגט צושטארק ארויס מיני עבירות ,
איינע פון די סיבות מען האט נישט געזאגט תפלת זכה נאר תפלה קודם התפלה פון רבי ר' אליצלך איז צוליב וואס די חיי אדם איז געווען א גרויסע מתנגד , ווי פלעגט מען זאגן אז ווען די משנה ברורה דינגט זיך מיטן רב פסקענען די חסידים ווי די רב און טאמיר די רב דינגט זיך נישט מיט די משנה ברורב קוקט מען וואס די חייאדם פסקענט און מען טוט פארקערט
 
דאס איז א חשוב׳ע ידיעה
על פי השמועה , זאגט מען אז דער , רבי פון תולדות אהרן - ער איז גיוועהן א תלמיד- האט איהם
גי׳עצה׳ט אויף דעם ,
ביי די שומרי אמונים , איז דאך ,דאס ,אלץ גיוועהן א סובדזשעקט ,וואס מען דארף רעדן דערפון , אזוי ווי ער איז מאריך אין די הקדמה פון זיין ספר , ווי ער איז ביזי מפרט זיין עבירות , וואס מען קומט איהם מתוודה זיין ,
דרך כלל ביי חסידות , איז נישט גיוועהן א קביעות
פון דרשות , צו רעדן דייקא פון פגמים און עבירות
נאר בדרך רמיזא
מען האט אין חסידישן ( בפרט בעלז)הויפן נישט גיהייסן זאגן די תפילת זכה פון חיי אדם , ווייל ער
זאגט צושטארק ארויס מיני עבירות ,
מען איז יוצא מיט אשמנו … און ועל חטא על סדר
א״ב וואס מען היפערט אפ .
-בלאטע אהער בלאטע אהין , געט איט אהווער,-
( נישט ווי אנדערע זאגן , אז מען האט מונע גיוועהן
ווייל ער איז גיוועהן א מתנגד לחסידות )
ווען איך דיר פריער ציטירט האב איך נישט געזען דיין לעצטע שורה
 
וואס וואלט סאטמערע רבי געהאלטן היינט אויף ציונות?
כ'האב א חבר, א אויפגעקלערטער סאטמערע ,(אויף אייוועלט/סאטמער וואלט מען געזאגט ער ווייזט ארויס 'סימפאטיע' צי די מדינה...) ער איז א ידען און שרייבער, פרעג איך איהם לעצטנס, וויאזוי פארריפסטו דיך א סאטמערע (ער זאגט 'די רבי' ווען ער רעדט פונעם סאטמערע רבי) ווען דיינע מחשבות זענען היפש שטארק ציוניסטיש?!
זיין ענפער האט מיך איבערראשט. "ווען די רבי וואלט געלעבט היינט, וואלט ער קיינמאל נישט געשריבן די 'ויאל משה', די רבי איז געווען א קנאי, ער האט לוחם געווען אז מ'זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די פרייע, אזויווי די אנדערע מתנגדי ציונות, ויואל משה איז הלכה געבויט אויף השקפה...( די תשובות און שו"ת דברי יואל איז געשריבן אויף א גאנץ אנדערע פארמאט) די גאנצע בירור אויף יישוב ארץ ישראל איז געווען א בחינה פון עת לעשות לה' הפרו תורתיך... א חלק פון די טענות דארט אויף יישוב ארץ ישראל איז טאקע וועגן די פרייע.... און אין די לעצטע 40/50 יאר איז קיינער נישט געווארן נאכגעשלעפט נאך די פרייע עכ"פ דורך ציונות (די חרדים היינט זענען סאך גרעסערע ציונים...) און היינט ווען ארץ ישראל איז נאך די פרימסטע פלאץ, און די גרעסטע מרכז פאר תורה אין יידושקייט וואלט ער זאגאר געהאלטן אז מ'מוז וואוינען אין ארץ ישראל אלס יישוב הארץ...

אפשר וואלט ער געשריבן א 'ויואל משה' אויף טעכנעלאגיע.....

(פארשטייט זיך אז היינט איז סאטמאר א פארטיי אוועקגעשטעלט אויף דעהם און אויב נעמסטו אוועק די נושא האסטו געלייגט זייער גאנצע אידישקייט אין סכנה, אמער, ציונות איז דאך די ג' חמורות, טא, אויב מעג מען דאס מעג מען אויך גילוי עריות..... פארשטייט זיך זיי האבן עס גענומען סאך ווייטער.... אופרופו טעכנעלאגיע זאגט מיר א מחנך, אז ביי א אסיפה א שטיק צייט צוריק, פון מנהלי ישיבות, האבן עטליכע סאטמערע מנהלים נישט געוואלט חתמנ'ען א קול קורא וועגן טעכנעלאגיע פאר בחורים, און געהייסן טוישן, ווייל ס'איז געשטאנען אז דאס איז די 'נסיון הדור' און די רבי זי"ע האט געזאגט (?) אז ציונות גייט זיין די לעצטע נסיון פאר משיח גייט קומען....:crazy: על דא נאמר 'והיית משוגע' - קאפ אין וואנט.... ווי וואלטן זיי געזאגט 'אויף דעהם וואלט די רבי זי"ע געוויינט'.....)
 
אפשר דארף מען עס עפענען אין אן עקסטערע שנירל, לכבוד די יארצייט??
 
כ'ווייס נישט ווער יענע כותב השורות איז, אבער כ'האב הנאה פון זיין אמת'דיגקייט, און ער קומט אריין קלאר!
איך וואלט געוואלט וויסן צי ער האט טאקע 'אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקא' (כפשוטו זיכער נישט, די שאלה וואס יא?...) אדער ס'איז א בחינה פון 'היסטאריע ווערט געשריבן דורך די געווינער'....
 
וואס וואלט סאטמערע רבי געהאלטן היינט אויף ציונות?
כ'האב א חבר, א אויפגעקלערטער סאטמערע ,(אויף אייוועלט/סאטמער וואלט מען געזאגט ער ווייזט ארויס 'סימפאטיע' צי די מדינה...) ער איז א ידען און שרייבער, פרעג איך איהם לעצטנס, וויאזוי פארריפסטו דיך א סאטמערע (ער זאגט 'די רבי' ווען ער רעדט פונעם סאטמערע רבי) ווען דיינע מחשבות זענען היפש שטארק ציוניסטיש?!
זיין ענפער האט מיך איבערראשט. "ווען די רבי וואלט געלעבט היינט, וואלט ער קיינמאל נישט געשריבן די 'ויאל משה', די רבי איז געווען א קנאי, ער האט לוחם געווען אז מ'זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די פרייע, אזויווי די אנדערע מתנגדי ציונות, ויואל משה איז הלכה געבויט אויף השקפה...( די תשובות און שו"ת דברי יואל איז געשריבן אויף א גאנץ אנדערע פארמאט) די גאנצע בירור אויף יישוב ארץ ישראל איז געווען א בחינה פון עת לעשות לה' הפרו תורתיך... א חלק פון די טענות דארט אויף יישוב ארץ ישראל איז טאקע וועגן די פרייע.... און אין די לעצטע 40/50 יאר איז קיינער נישט געווארן נאכגעשלעפט נאך די פרייע עכ"פ דורך ציונות (די חרדים היינט זענען סאך גרעסערע ציונים...) און היינט ווען ארץ ישראל איז נאך די פרימסטע פלאץ, און די גרעסטע מרכז פאר תורה אין יידושקייט וואלט ער זאגאר געהאלטן אז מ'מוז וואוינען אין ארץ ישראל אלס יישוב הארץ...

אפשר וואלט ער געשריבן א 'ויואל משה' אויף טעכנעלאגיע.....

(פארשטייט זיך אז היינט איז סאטמאר א פארטיי אוועקגעשטעלט אויף דעהם און אויב נעמסטו אוועק די נושא האסטו געלייגט זייער גאנצע אידישקייט אין סכנה, אמער, ציונות איז דאך די ג' חמורות, טא, אויב מעג מען דאס מעג מען אויך גילוי עריות..... פארשטייט זיך זיי האבן עס גענומען סאך ווייטער.... אופרופו טעכנעלאגיע זאגט מיר א מחנך, אז ביי א אסיפה א שטיק צייט צוריק, פון מנהלי ישיבות, האבן עטליכע סאטמערע מנהלים נישט געוואלט חתמנ'ען א קול קורא וועגן טעכנעלאגיע פאר בחורים, און געהייסן טוישן, ווייל ס'איז געשטאנען אז דאס איז די 'נסיון הדור' און די רבי זי"ע האט געזאגט (?) אז ציונות גייט זיין די לעצטע נסיון פאר משיח גייט קומען....:crazy: על דא נאמר 'והיית משוגע' - קאפ אין וואנט.... ווי וואלטן זיי געזאגט 'אויף דעהם וואלט די רבי זי"ע געוויינט'.....)
איך ווייס נישט פונקטליך וואס ער וואלט געהאלטן, אבער וואס א סתירה צו רופן דעם רבי'ן אפי' אויב מ'איז נישט אויף איין בלאט מיט אים?

די רבי ז''ל פון סאטמאר איז געווען א אדם גדול א צדיק בדורו, און אפי' מ'איז נישט איינשטימיג מיט זיין שיטה, מיינט נישט אז ער איז נישט געווען א גדול בישראל.
ער האט עס געמיינט ערענסט, און אפי' ער האט זיך טועה געווען מיט איין זאך, נעמט עס נישט צו זיין גרויסקייט.

(ואגב, האב איך געטראפן א שטיקל אין ויואל משה, וואס מ'קען דארט זעהן פונקטליך פון ווי זיין טעות איז געקומען)
 
כ'מיין צי זאגן אז ער ריפט איהם 'די רבי' בה' הידיעה... 'שטייסט? אלס רבי און חסיד
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top