פאר עטליכע יאר האב איך בכלל נישט גורס געווען די ימים נוראים. מיט אנדערע ימים טובים האב איך מיך נאך פארשטאנען אפילו שוין נאכן פארלאזן דעם פרומען לעבנסשטייגער. איך האב נאך געזען אין זיי ווערד - צי ריטועליסטישע, נאציאנאל-טראדיציאנאלע, צי סתם אלס נאסטאלגיע אויס. אבער מיט די ימי־הרחמים־והסליחות האב איך מיך בכלל נישט אידענטיפיצירט. איך האב נישט געזען אין זיי קיין תכלית, און זיי זענען נאך געווען אסאציאירט מיט היפש ביסל טראומא נאך אויך. נישט נאר האבן די מושגים פון תשובה און סליחה נישט געמיינט גארנישט פאר מיר, נאר זיי האבן מיר געטריגערט.
עת להרוס. אמאל דארף מען צעשטערן, צעווארפן, עוקר מן השורש זיין. אזעלכע פאר'מרה-שחורה'דיגע טעג דארף מען אויסווארצלען, צעשמעטערן ווי אברהם אבינו די געטער. עת לעשות הפרו תורתך. מ'דערציילט אויפן סטייפלער זצ"ל אז ער האט געהייסן פאר א איד וועלכער האט געליטן פון א שטארקן OCD בשעתן לייענען קר"ש - איבערזאגנדיג די ווערטער צענדליגע מאל טאמער ער האט אפשר נישט יוצא געווען - אז ער זאל בכלל נישט זאגן קר"ש פאר א גאנצן חודש. ווען דער איד האט זיך צוריקגע'טענה'ט אז עס איז דאך א דאורייתא, האט אים דער סטייפלער געענטפערט, "צוויי חדשים!" פיקוח נפש דוחה תורה.
א אידישקייט וואס איז נישט געזונט איז נישט גוט פארן מענטש. האב איך מיך דערווייטערט פון די טראומאטירנדע און שרעק-אנווארפנדע ימי הדין, גענומען "טיים אַוּט" און אויסגעווארצלט די געפילן פון שולד און פחד און דרוק פון מיין געוויסן און באוואוסטזיין, געמאכט א דיטאקס.
יארן שפעטער, און איך שרעק מיך שוין נישט פאר דער צייט אין יאר. אבער אומערווארטערט, בענק איך מיך יא צום געפיל פון דערהויבנקייט און וואגעדיגקייט וואס איך האב געשפירט אין מיינע יוגנט יארן אין אט די טעג. איך בין אליין איבערראשט אז אונטער די דיקע שיכטן פון טראומא, פחד, אנגסט און שולד געפילן באהאלט זיך בכלל א שיכט פון תמימות'דיגער דערהויבנקייט, לויטערקייט - עפעס העכערס, ריינערס - וואס איז כדאי אפצוראטעווען, אפצורייניגן, און מוציא זיין כאוכל מתוך הפסולת. נאר דורכ'ן אוועקווארפן די אלע קליפות פון אבערגלויבן, וויסטעניש און מיטלעלטערליכער אימה, האט זיך דער ריינער ניצוץ געקענט מתגלה זיין. עס קען נישט אנקומען די פרישע בנייה איידער די הריסה איז פולקאם פארענדיגט.
עת לבנות. יעצט קען מען גיין בויען פון פריש. מען קען אנהייבן מיט א פריש בלעטל. אבער וואו הייבט מען אן בכלל? נאכמער, צי קען מען בכלל צוריקבאקומען אזעלכע ריין-תמימות'דיגע און דערהויבענע געפילן אן דעם אנגעקליבענעם באגאזש? צי לאזט זיך בכלל שפירן א געזונט יראת הרוממות געפיל אן דער צוטשעפענדיגער אנגסטיגער אימה? צי קען מען האבן וואגעדיגע, באדייטנדע, געדיכטע מאמענטן אן דעם מעטאפיזישן גלויבן אין אן "עוברים לפניו כבני מרון", אין א "מי יחיה ומי ימות"?
די תשובה איז אז מסתם קען מען טאקע נישט ווידערשאפן די געפילן צו דער זעלבער אינטענסיווער און אל־ארומנעמיגער מאס ווי מען האט זיי געשפירט פאר מען האט טועם געווען פונעם עץ הדעת. אבער דאס מיינט נישט אז מען קען נישט שאפן נייע, מעסיגערע געפילן און מאמענטן אין וועלכע מען פארלירט זיך אביסל אין עפעס העכערס, אין חשבון־הנפש, אין אן אטמאספערע פון תיקון־המעשים, פון חרטה על העבר וקבלה על העתיד, פון ריינוואשונג און זעלבסט־מחילה.
אונזער טראדיציע האט אונז באשאנקען מיט א צייט אין יאר זיך אפצושטעלן, אריינצוקלערן, אריינקוקן אויף זיך אין שפיגל, זיין אמת מיט זיך: אין וועלכע געביטן בין איך צופרידן מיט זיך? אין וועלכע נאך נישט אינגאנצן? וואו בין איך נישט אזוי באקוועם מיט מיין התנהגות? וואו קען איך פארבעסערן? די זענען נישט קיין לייכטע שאלות, און אויך נישט עפעס וואס מען קען פארענדיגן אין צען טעג פאר א גאנץ יאר. דאך איז עס א התחלה, וואס מען קען מיטנעמען מיט זיך אויף א גאנץ יאר.
אבער די שאלות דארף מען ביי זיך פרעגן אן קיין דרוק און שולד־געפילן. התבוננות און חשבון־הנפש קען מען נישט טון כשחרב חדה מונחת על צווארו - אונטערן אנגסט פון שטראפנדע אורטיילן און דראענדע עונשים. דאס טוט מען נישט מיראה, נאר מאהבה; נישט מאונס, נאר מרצון. דאס איז א געלעגנהייט, א זכות, א בחירה־חופשית, נישט קיין אומוויליגער חוב.
זעלבסט־רעפלעקציע און תיקון־המעשים קען מען טון א גאנץ יאר. ביי די קריסטן איז דאס נייע יאר די געלעגנהייט זיך אונטערצונעמען קבלות זיך צו שטארקן אויף אייגענע שוואכקייטן. אבער אונז האבן דאך אן אייגן ניי יאר וואס איז טאקע פון אלטערטום און געווען געווידמעט אויף תיקון המעשים; אונז האבן גרייטע ריטועלן, תפילות, ניגונים, "כאן צריך לבכות" מאמענטן; אונז האבן מיט זיך א קהילה וואס איז כאיש אחד איינגעהילט אין אן אטמאספערע פון התבוננות. נו, דארף מען נישט לויפן זוכן אנדערע זמנים, נאר מ'קען זיך מיטכאפן מיטן שוואונג, מיט דעם פון דער טראדיציע און געמיינדע באגאָבטער "עת־רצון", און זיך אויך זעלבסט, ביי זיך, אויספועלן וואס מ'דארף און מ'וויל זיך אויספועלן.
איי, יענעמ'ס "יום הדין" איז אינגאנצן אנדערש ווי מיין ימי הרחמים והתבוננות? איי איך פסל יענעמ'ס מעטאפיזיק און איך גלייב נישט אין זיין שטראפענדן און בייזן גאט? נו, אלקים יראה ללבב. מיין ראש השנה איז ביני לבין קוני, צי אפשר טאקע ביני לבין עצמי, און זיינס איז בינו לבין קונו. די מאמענטן באלאנגען צו אונז אלעמען, און די טראדיציע לערנט יעדער ביי זיך אפ אויף זיין אופן. עס איז דא גענוג פאר אלע.
אין וואס זיך פארבעסערן? וויאזוי זיך צו פארבעסערן? נו, דאס איז דאך א לעבנסלענגיג זוכעניש. אבער ביי זיך ווייסט יעדער איינער אין וואס ער איז אינערליך אומבאקוועם: צי איז דאס אומגעוואונטשענע מעשים, אדער אפילו אן אומגעזונטער וועג פון זיך אליין אנקוקן און זיך אליין פאר'משפט'ן. יעצט איז די צייט צו ווערן אביסל גאנצער ביי זיך, אביסל מער שלום עם עצמו, מער באקוועם אין דער אייגענער הויט, באקומען מער שליטה אויף די אייגענע לייצעס, אויף די אייגענע מחשבות און מעשים.
פראווען ימים־נוראים איז ביי מיר אן עקספערימענט. איך פרוביר עפעס פרישס. אמאל געלונגט עס - מען איז אינעם מאמענט, דער קאפ איז דארט, מען שפירט עס. און אמאל גייט עס טאקע נישט. מען קומט אן צום כל־נדרי און מען קוקט ווי א האן אין בני־אדם אריין נישט פארשטייענדיג וויאזוי אזא געזאגעכץ קען בכלל אינספירירן. נו, שבע יפול צדיק וקם. און אפשר איז עס טאקע נישט פאר יעדן איינעם. אבער פרובירן מעג מען!