- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 255
- רעאקציע ראטע
- 1,452
WOW איך זינק מיט א רויטע פנים... מען לייגט מיר אריין צווישן די גדולי הדור?...די לייבן זענען גלייך געווען ווי
יאיר לעיקוואד שמעקעדיג קאווע טרינקער קופערניקעס געפילטע פיש זר זהב ראש הקהל ועוד ועוד ועוד קאווע שטיבל האט געבומט!
איך בין יא דארט געווען פון סאמע אנהייב. אוי ווי עס בענקט... אזא געפילטע פיש, קופערניקעס, מאטי, קאווע טרינקער, יאיר, לעיקוואד, יידל, און נאך אנדערע וואס כ'געדענק שוין נישט... וועלטן און מילצן האבן זיי געשאקלט!!
איך ווייס נישט פארוואס, אין אייוועלט איז אויך אזוי געווען (אויך דארט בין איך שוין זינט עס איז געגרינדעט געווארן... שוין אסאך צייט פארשווענדעט אין לעבן...) אין אנהייב איז די אטמאספערע דארט געווען אזוי היימיש, ליבליך, פול מיט הומאר, סארקאזם, אפנקייט, מ'האט נישט געשפילט פרום, זיי האבן געשריבן ארטיקלען אז מ'האט געקענט משוגע ווערן, ווער עס געדענקט אזא יענטאאש, נאטורליך, און נאך פילע זיסע ניקים. היינט איז דאך א דיזעסטער דארט מיט א שרעקליכע צענזור - א זאך וואס קומט אויטאמאטיש מיט'ן ריבוי העם, כאטש עס פעלט נישט קיין גוטע שרייבערס. זעהט אויס אז אנהייב זענען זאכן געשמאקער ווי שפעטער. ווער ווייסט, אפשר אין צעהן יאר ארום וועט מען זיך בענקען נאך אונז אין קרעמל, נאך אונז אלע וואס זענען דא געווען אין די בראשית יארן...