ווער בענקט זיך צו קאווע שטיבל?

די לייבן זענען גלייך געווען ווי

יאיר לעיקוואד שמעקעדיג קאווע טרינקער קופערניקעס געפילטע פיש זר זהב ראש הקהל ועוד ועוד ועוד קאווע שטיבל האט געבומט!
WOW איך זינק מיט א רויטע פנים... מען לייגט מיר אריין צווישן די גדולי הדור?...

איך בין יא דארט געווען פון סאמע אנהייב. אוי ווי עס בענקט... אזא געפילטע פיש, קופערניקעס, מאטי, קאווע טרינקער, יאיר, לעיקוואד, יידל, און נאך אנדערע וואס כ'געדענק שוין נישט... וועלטן און מילצן האבן זיי געשאקלט!!

איך ווייס נישט פארוואס, אין אייוועלט איז אויך אזוי געווען (אויך דארט בין איך שוין זינט עס איז געגרינדעט געווארן... שוין אסאך צייט פארשווענדעט אין לעבן...) אין אנהייב איז די אטמאספערע דארט געווען אזוי היימיש, ליבליך, פול מיט הומאר, סארקאזם, אפנקייט, מ'האט נישט געשפילט פרום, זיי האבן געשריבן ארטיקלען אז מ'האט געקענט משוגע ווערן, ווער עס געדענקט אזא יענטאאש, נאטורליך, און נאך פילע זיסע ניקים. היינט איז דאך א דיזעסטער דארט מיט א שרעקליכע צענזור - א זאך וואס קומט אויטאמאטיש מיט'ן ריבוי העם, כאטש עס פעלט נישט קיין גוטע שרייבערס. זעהט אויס אז אנהייב זענען זאכן געשמאקער ווי שפעטער. ווער ווייסט, אפשר אין צעהן יאר ארום וועט מען זיך בענקען נאך אונז אין קרעמל, נאך אונז אלע וואס זענען דא געווען אין די בראשית יארן...
 
איך מיין אז איך כאפ וואס דער עולם קאמפלעינט, לאמיר זאגן מען רעדט צי די מנהג פון גיין מיט סטראקעס האט א מקור און מען רעדט ווי צוויי נערמאלע מענטשן, פלוצלינג קומט אריין א אורח און זאגט אז ״עס איז קיינמאל נישט געווען קיין מתן תורה, און עס איז נישטא קיין באשעפער סא סטראקעס איז שטותים״.
דא ווערן מענטשן נערוועז פון די שטותים, אז די ווילסט דעבאטירן גאט אדער מתן תורה זיי מוחל גיי אריין אין די פאסיגע שנירלעך און זאג דארט וואס די האסט צי זאגן, דעי שנירל איז געמאכט פאר ווער עס גלייבט יא אין דעי זאכן.

די זעלבע ווען מען רעדט פון שערן די האר און איינער קומט אריין זאגן אז די זוהר איז א סקעם, ר׳ איד דעי שנירל איז געמאכט פאר ווער עס גלייבט יא אין זוהר, אז די גלייבסט נישט אין דעם זענען דא שנירלעך וואס זענען געמאכט פאר דעם.
זייער א ריכטיגע נקודה. און עס איז קאנעקטעד צו תרמב'ס נקודה און איך דערמאן דאס צו מיך אליין אויך: די יכולת צו דורכשמועסן נושאים אין אידישקייט אן צו זוכן גלייך די אונטערשטע שורה אז אלעס איז שטותים וכדומה, און אן צו אפלאכן פון די וואס האלטן אנדערש אדער די וואס טוהן עס דורך פון אן אנדערע פאונט אוו וויו.
 
לעצט רעדאגירט:
אין קאווע שטיבל ע״ה איז געווען עטליכע אייאוואסקע אשכולות וואס איך האב חשק צו ליינען, עס איז מער נישט ד״א קיין עקסעס דערצו

האט עס אפשר איינער געסעיווד?
@שעפטאל?
 
אנפאנג האב איך מיר נישט געקענט צוגעוואוינען צו קרמל אבער איינמאל איך האב מיר צוגעוווינט האב איך זייער הנאה, ס'איז אסאך שענער אויסגעשטעלט, ביי קאווע שטיבל פלעג זיך מיר אסאך אויסמעקן לענגערע תגבות, דא סעיוועט זיך אלעס ב"ה.
ק"ש פלעג איך אריינלאגן, געשריבן די גאנצע תגובה ווען איך האב עס געוואלט ארויפשטעלן, פאפט ארויף אז איך דארף נאכאמאל אריינלאגן, איך לאג אריין און ס'האט זיך אלעס אויסגעמעקט,
איך ווייס נישט צו ביי יעדן פלעגט אזוי זיין אבער ביי מיר פלעגט עס אלטץ געשעהן.
דא דארף איך קיינמאל נישט נאכאמאל אריין לאגן, און אלעס וואס מען שרייבט סעיוועט אפילו איך ווען דיסקאנעטעד
 
נאך איינער האט אישוס מיט ק"ש?
יא. ס'גייט עפעס נישט אריין געהעריג.

איך האב אנגעהויבן מורא האבן אז מען גייט אט אט פארלירן די אוצר אויף אייביג.... איך האף סאיז נאר א טעמפערערי באָג.
 
דאס אז קרעמיל איז אזוי באקוועם פאר די אפיקורסים איז די סבה פארוואס איך דריי מיר נישט צופיל דא. די טפשות און קליינקעפיגקייט פון די נייער דור אין קרעמיל, וואס מ'קען זיי ניטאמאל אפענטפערן ווייל זיי באהאלטן זייער אפיקרוסות אונטער א כוואליע פון מיינלאזע ווערטער און קטנותדיגע מעשיות, מאכט מיר זייער אומבאקוועם.
ווען אזא איינער ווי דער פוזן איז גאר דער העלד דא, טשעק איך ארויס.
קאוועשטיבעל האט כאטש געהאט א ליניע אז אפיקורסות מעג מען נישט שטיצן. דעריבער האב איך געפילט א שטיקל באקוועם דארט, אז די הנחות קדומות זענן פון שכל און פארשטאנד, נישט טפשות און אמונות טפלות פון די אפיקורסים.
די מעלה פון וואוינען אין אמעריטשקע איז אז קיינער צווינגט אייך נישט צו זיין דא. און איך וואלט אייך געראטן צו כאפן א טיפערע בליק פארוואס איר האט די ספעציפישע מיינונגען וואס שטערן אייך צו הערן א אנדערע געדאנקען גאנג . Hint מעגלעך וואו איר זענט אויפגעוואקסן.
 
יעצט אדוירכגעליינט די שנירל (איך דארף מיך נאך צוגעוואוינען צו די ווארט "שנירל" איך בענק נאך "אשכול") אזוי ווי יעדע טויש וואס איז שווער זיך צוגעוואוינען די זעלבע זעה איך געשעט מיט קאווע שטיבל ווס. קרעמל איך קען נאר שרייבן איבער די נייע זאכן און מצב וואס איך גלייך דא.
די אויסשטעל איז א סאך בעסער און געשמאקער, אויב מען גלייכט נישט געוויסע שנירלעך קען מען פשוט נישט אריינגיין דארט און מען קען שרייבן אנדערע זאכן וואס איז מער אינטערעסאנט.
 
עס ארבעט פיין
ארבעט שוין צוריק ביי מיר אויך...

קען איינער דאס מסביר זיין? (קען זיין א שייכות מיטן נישט ארבעטן געהעריג לעצטע פאר טעג)
1000392968.png

נעכטן איז געווען כמעט 10,000 באנוצער? און יעצט איז דא כמעט 3,000? עפעס איז נישט קלאר דא.
 
ארבעט שוין צוריק ביי מיר אויך...

קען איינער דאס מסביר זיין? (קען זיין א שייכות מיטן נישט ארבעטן געהעריג לעצטע פאר טעג)
View attachment 4846
נעכטן איז געווען כמעט 10,000 באנוצער? און יעצט איז דא כמעט 3,000? עפעס איז נישט קלאר דא.
קען זיין אז עפעס א באט שיקט אהין אן איבערפלוס פון טרעפיק און וועגן דעם האט די זייטל טאקע נישט געארבעט געהעריג פאר מאנכע.
 
ארבעט שוין צוריק ביי מיר אויך...

קען איינער דאס מסביר זיין? (קען זיין א שייכות מיטן נישט ארבעטן געהעריג לעצטע פאר טעג)
View attachment 4846
נעכטן איז געווען כמעט 10,000 באנוצער? און יעצט איז דא כמעט 3,000? עפעס איז נישט קלאר דא.
איך האב געמיינט אז עס איז געווארן פארמאכט לגמרי. איצטערט זעה איך אז עס איז געהעריג אפן. איך האב טאקע נישט פרובירט צו שרייבן. לאמיר טאקע טרייען.
 
Back
Top