ווער בענקט זיך צו קאווע שטיבל?

די לייבן זענען גלייך געווען ווי

יאיר לעיקוואד שמעקעדיג קאווע טרינקער קופערניקעס געפילטע פיש זר זהב ראש הקהל ועוד ועוד ועוד קאווע שטיבל האט געבומט!
WOW איך זינק מיט א רויטע פנים... מען לייגט מיר אריין צווישן די גדולי הדור?...

איך בין יא דארט געווען פון סאמע אנהייב. אוי ווי עס בענקט... אזא געפילטע פיש, קופערניקעס, מאטי, קאווע טרינקער, יאיר, לעיקוואד, יידל, און נאך אנדערע וואס כ'געדענק שוין נישט... וועלטן און מילצן האבן זיי געשאקלט!!

איך ווייס נישט פארוואס, אין אייוועלט איז אויך אזוי געווען (אויך דארט בין איך שוין זינט עס איז געגרינדעט געווארן... שוין אסאך צייט פארשווענדעט אין לעבן...) אין אנהייב איז די אטמאספערע דארט געווען אזוי היימיש, ליבליך, פול מיט הומאר, סארקאזם, אפנקייט, מ'האט נישט געשפילט פרום, זיי האבן געשריבן ארטיקלען אז מ'האט געקענט משוגע ווערן, ווער עס געדענקט אזא יענטאאש, נאטורליך, און נאך פילע זיסע ניקים. היינט איז דאך א דיזעסטער דארט מיט א שרעקליכע צענזור - א זאך וואס קומט אויטאמאטיש מיט'ן ריבוי העם, כאטש עס פעלט נישט קיין גוטע שרייבערס. זעהט אויס אז אנהייב זענען זאכן געשמאקער ווי שפעטער. ווער ווייסט, אפשר אין צעהן יאר ארום וועט מען זיך בענקען נאך אונז אין קרעמל, נאך אונז אלע וואס זענען דא געווען אין די בראשית יארן...
 
איך מיין אז איך כאפ וואס דער עולם קאמפלעינט, לאמיר זאגן מען רעדט צי די מנהג פון גיין מיט סטראקעס האט א מקור און מען רעדט ווי צוויי נערמאלע מענטשן, פלוצלינג קומט אריין א אורח און זאגט אז ״עס איז קיינמאל נישט געווען קיין מתן תורה, און עס איז נישטא קיין באשעפער סא סטראקעס איז שטותים״.
דא ווערן מענטשן נערוועז פון די שטותים, אז די ווילסט דעבאטירן גאט אדער מתן תורה זיי מוחל גיי אריין אין די פאסיגע שנירלעך און זאג דארט וואס די האסט צי זאגן, דעי שנירל איז געמאכט פאר ווער עס גלייבט יא אין דעי זאכן.

די זעלבע ווען מען רעדט פון שערן די האר און איינער קומט אריין זאגן אז די זוהר איז א סקעם, ר׳ איד דעי שנירל איז געמאכט פאר ווער עס גלייבט יא אין זוהר, אז די גלייבסט נישט אין דעם זענען דא שנירלעך וואס זענען געמאכט פאר דעם.
זייער א ריכטיגע נקודה. און עס איז קאנעקטעד צו תרמב'ס נקודה און איך דערמאן דאס צו מיך אליין אויך: די יכולת צו דורכשמועסן נושאים אין אידישקייט אן צו זוכן גלייך די אונטערשטע שורה אז אלעס איז שטותים וכדומה, און אן צו אפלאכן פון די וואס האלטן אנדערש אדער די וואס טוהן עס דורך פון אן אנדערע פאונט אוו וויו.
 
לעצט רעדאגירט:
אין קאווע שטיבל ע״ה איז געווען עטליכע אייאוואסקע אשכולות וואס איך האב חשק צו ליינען, עס איז מער נישט ד״א קיין עקסעס דערצו

האט עס אפשר איינער געסעיווד?
@שעפטאל?
 
אנפאנג האב איך מיר נישט געקענט צוגעוואוינען צו קרמל אבער איינמאל איך האב מיר צוגעוווינט האב איך זייער הנאה, ס'איז אסאך שענער אויסגעשטעלט, ביי קאווע שטיבל פלעג זיך מיר אסאך אויסמעקן לענגערע תגבות, דא סעיוועט זיך אלעס ב"ה.
ק"ש פלעג איך אריינלאגן, געשריבן די גאנצע תגובה ווען איך האב עס געוואלט ארויפשטעלן, פאפט ארויף אז איך דארף נאכאמאל אריינלאגן, איך לאג אריין און ס'האט זיך אלעס אויסגעמעקט,
איך ווייס נישט צו ביי יעדן פלעגט אזוי זיין אבער ביי מיר פלעגט עס אלטץ געשעהן.
דא דארף איך קיינמאל נישט נאכאמאל אריין לאגן, און אלעס וואס מען שרייבט סעיוועט אפילו איך ווען דיסקאנעטעד
 
Back
Top