אין דער ווירקלעכקייט, איז א גרויסער טייל פון זוהר געבויט אויף די דאָזיקע תורות.
- די זיבן רועים דאָס איז די זיבן טעג וואָס איר זיצט אין סוכות.
- דריי מענטשן וואָס שטייען (נצבים) דאָס איז די דריי אבות .
אין תורת הנגלה קענסטו אמאל חולק זיין אויף א 'מאַן דאַמר' און באַווייַזן אַז דער חשבון איז נישט ריכטיק.
אָבער אין דער תורת הנסתר , מי יאמר לך מה תעשה ומה תפעל? מען קען אויפטרעפן אויבן אין הימלען וועלטן און פרצופים אָן אַ שיעור, און גיי באַווייַז דאָך אַנדערש.
דאָס קען מען זען ממש, אַז פאַר דער תקופה פון ספר הזוהר זענען געווען עטלעכע בתי מדרש פון קבלה, און יעדער איינער האָט אויסגעטראַכט וועלטן און ספירות. איינער זאָגט אַז עולם העשייה איז גרעסער פון עולם האצילות, און דער צווייטער זאָגט אַז עולם האצילות איז דער גרעסטער. משה ליאון אין זיינע העברעישע ספרים האָט אַ מאָל געהאַלטן אַזוי און אַ מאָל אַנדערש, און אין מדרש הנעלם האָט ער געהאַלטן אַז עשייה איז גרויס. און אין זוהר (האָט ער געהאַלטן) אַז אצילות איז דער גרעסטער.
דעס סומאטאכע מיט די ספרי זוהר און איהר מקוריות, קען מען מסביר זיין מיט די מעשה וואס די תלמוד ברענגט אין סנהדרין , א כופר זאגט צו רבן גמליאל ענקער גאט איז א גנב, עס שטייט, ויפל ה׳אלהים תרדמה על האדם ויישן , ער גייט און גנבעט ארויס א ריפ, רופט זיך אהן זיין טאכטער לאז איהם אפ,איך וועל איהם ענטפערן, זאגט זי איהם איך דארף יעצט רעפארטען א גניבה,איך דארף יעצט פאליציי,פרעגט ער איהר וואס האט מען דיר באגנבעט, זאגט זי עס זענען געקומען די נעכט רויבער און זיי האבען אוועק גינומען די זילבער כלים
און זיי האבען דא איבער גילאזט גאלדענע כלים,זאגט ער הלואי אויף מיר גיזאגט, אזוינע גניבות,נו זאגט זי צוריק איז דען נישט דאס גיוועהן פאר אדם הראשון, מען גינומען פון איהם א ריפ און דערלאנגט אנשטאט א פרוי וואס באדינט איהם ווי א שפחה (זי איז אבוויוסלי נישט גיוועהן א פעמיניסט) זאגט אבער דער שואל צוריק, נע,מיין כוונה מיט די שאלה איז פארוואס האט דאס גאט גימאכט אזוי דרך גניבה, אז ער האט איהם איין גישלעיפט,ער האט עס וועהן עס גידארפט מאכען אין פראנט פון איהם בהקיץ, זאגט זי ברענגט מיר א שטיק רויע פלייש ,מען ברענגט איהר, זי לייגט עס אריין צווישען קוילען אפצובראהטען, און זי נעמט ארויס און איז מכבד דעם שואל ער זאל דאס עסן , זאגט ער איהר,אז ער איז פאר׳מיאוסט פון דעם שטיק פלייש וואס ער האט עס גיזעהן אונטער די קוילען ,ענטפערט זי - דאס זעלבע ביי אדם הראשון ווען ער וואלט וועהן גיוויטנעסט די גאנצע פראסעס פון חוה׳ס באשאפונג וואלטער וועהן איהר פאר׳מיאוסט , גאט האט איהם צוגישטעלט א הערליכע פרוי מיט גיפלאכטענע האהר א נחמד למראה, איז גיווארן
וידע אדם את אשתו והיו לבשר אחד,
די תורת חכמת הקבלה איז באמת א מתנה, פאר וועהם עס גלוסט זיך מתלהב צוזיין, צוקומען צו אן עקסטאז,פון וועלן זיך דערנענטערן צו העכערס פון
די וועלטליכע גלוסטעניש , און זיך פיעלן נאהנטער צו גאט ,צו אהבה מיט יראה,וואס זיי רופען דחילו ורחימו, אין ספר היד איז דער רמב״ם מסביר ווי אזוי מען קומט צו אהבה און יראה , אז דאס קומט מיט א שטארקע התבוננות און קאנצעטראציע פון שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה , אבער לאו כל מוחא
סביל דא ,זענען געקומען די מיסטיקער,חברה יורדי מרכבה , אין מסדר גיוועהן ספירות מיט הפלגות פון רעיונות,וואס זיי האבן אריינגישטעלט אין די ספרי זוהר,וואס איז געשריבן מיט אזא מין לשון, אז מען קען זאגן א דף אדער צוויי דפים אהן אפילו פארשטיין, און די נשמה פלאקערט, עס ווערט
עפעס א שינוי אין נפש און רוח , אבער דאס איז אלעס ווען מען נעמט די פערטיגע פראדוקט -אהן פארשונגען ווי אזוי דאס איז באשאפען גיווארן , מען
קען אפילו גלייבען אז עס איז דירעקט פון רבי שמעון אדער פון שפעטער -עס מאכט נישט קיין חילוק-דער עיקר איז אז עס איז דא, און מען קען זיך דערהייבען מי שנפשו חשקה ,טאמער מען איז פארנומען מיט פונקטליך ווי אזוי עס איז באשאפען גיווארען,פארלירט עס די כח און עס איז סתם א חיבור ,אזוי ווי ביי חוה און פרויען בכלל זאגט די תלמוד- חמת מלא צואה ופיה מלא דם והכל רצים אחריה- דאס איז די דיטעיל, אבער אז די קוקסט אויף א פערטיגע כלי איז עס -אשת חיל מי ימצא בטח בה לב בעלה .
דער מחבר פון דעם נייעם בוך איז אינטערעסירט צו גיבען פאר רבי משה די ליאון דעם קרעדיט, פון צאם
ברענגען די חבורת מקובלים, און ארויס געבן די ספרי זוהר, ער איז אין דע אפטייטש פון קליפתו אכל ותוכו זרק,דער היפוך פון רבי מאיר וואס ביי איהם זאגט דער תלמוד, תוכו אכל קליפתו זרק ,
אבער דער בוך איז אריגינאל און באלערנד דער פרייז $100 איז איבער די מאס.