וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

איך האלט אז טשעט זשי פי טי האט נאך א ווייטע וועג צו גיין

אין א געוויסע זעהט ער זייער א פלאכע בליק, א מענטש וואלט עס געזעהן גאר אנדערש

ווי אויך געבט ער זייער כלליותדיגע סטעיטמענטס, אזוי שפילט ער עס סעיף
יא, שוין באמערקט אסאך מאל, ווען ער ווייסט נישט עפעס קלאר געבט ער אזעלכע בלאסע געשליפענע סטעיטמענטס וואס נעמט אריין אסאך זאכן. אזא בחינה ווי די באבאס וואס "זעען" זאכן קלאר אויף מענטשן.
 
איך האב נישט גארנישט קעגן אים אבער פארװאס האט ער געמוזט ארױסגרובן זײן שפאגל אלטע ניק ספעציעל פאר דײ הודעה? האב איך דערפאר גערעכנט אז ער איז מסתמא אפֿיליאײטעד מיט דער ק"ש מנהל און ער זוכט צו מישן א קעסל.

קאװעשטיבל האט מינװֿײַהל דערהײנטיקט זײער מעסידזש אױפ'ן סײט. א ײשר כח פאר'ן קלארשטעלן און נישט װארטן אױף קײנע שערוריות:

מיר טראגן אחריות נישט אױפצודעקן די אידענטיטעט פון אמאליגע ניקס אױף ק"ש. דאס איז נישט דער פראבלעם דא. אבער מיר װעלן נישט טאלערירן אָנריזנעבְּל פארלאנגען װי 'אױסמעקן די נעמען פון די ניקס װעלכע זענען געגאנגען נײמלעס' נאר װײל יענע ניקס האבן זיך נישט אפגעהיטן פאר װעמען זײ האבן זײערע עכטע נעמען ארױסגעגיבן.

סײװי סײ, העלפט אונז נישט קײן סאך דאס װיסן זײערע נעמען װײל מען קען מער נישט זוכן אין ק"ש פאר הודעות געשריבן דורך סײ װעלכע פון די נײמלעס ניקס.

איך װינטש אים, דער ק"ש מנהל גרױס הצלחה, אבער װי ס'קוקט דערװײל אױס װעט ”קרעמל„ זיך נישט אונטערגעבן צו אזעלכע סארט שאַנטאַזש. און װעט נישט טאלערירן דאס װאַנדאלאזירונג פון דאטא װאס געהערט צו די פובליק בשעת װען ס'נישטא קײן דזשאָסטיפײד סיבה אז מען זאל די נײמלעס ניקס װאס מען האט אױסגערעכנט דא, פארמעקן.

דא הערשט פרידאם אָף ספיטש און לדעתי איז בעסער א װעלט אָהן קאװעשטיבל װי אײדער א ”קרעמל„ װעלכע װערט גערוּלט על פי די שיקאַנירונגען פון א יחיד װאס פארפיגט אױף א פרעמדע סײט און האט מיט אונזער סײט גארנישט, און אפשר אױך ע"פ די פּאַראַנױע פון א סעלעקטעד גרופע פון אַנאָנימעס ניקס.

ער װיל נישט עפענען די סײט?, פײן, האָג דיך מיט דײן גניזה און מיר װעלן זיך אָפּבּלאָזן די נאז, אריבערמישן די בלעטל און מאָװן אָן.

איך האב א רעכט דאס צוזאגן װײל איך האב אױך א געװאלד געשריבן אױף קאװעשטיבל כאטש טאקע אַרגיוּבְּלי פון א שװאכערע קאליבער.
די מעסעדזש איז געווען אויף די קאווע שטיבל סייט? איך זע עס נישט. איז עס געווען א פריוואטע מעסעדזש פאר דיר?

הייסט אז די פארשליסונג איז א דורעקטע תוצאה פון דיין אויסשרייבן די נעימלעס ניקים אין די אנדערע שנירל?
 
זיי האבן עס שוין צוריקגעטוישט.
 
זיי האבן עס שוין צוריקגעטוישט.
שוין, איך זע ממש נישט פארוואס עס האט אויסגעפעלט ארויסצושטעלן די ניק נעמען אין די אנדערע שנירל, בפרט אז מען קען סייווי נישט וויסן וועלכע נעימלעס איז וועלכע ניק, איז וואס האסטו אויפגעטון? סתם אויפוועקן דעם בער מיטן ארויסשרייבן אלטע ניק נעמען וואס ווילן פארגעסן ווערן? (חוץ אויב דו האסט יא געהאט אין פלאן ארויסצושטעלן קלאר די שמועסן און באטיטלען די נעימלעס תגובות מיט זייערע ארגינעלע ניק נעמען, וואס דאן קען איך פארשטיין די פארענויע פון די מנהל דארטן)
 
איך האב אױפגעטוהן אז די ניקס װערן נישט פארגעסן, אײנס. און צװײ, װען איך לײען א נײמלעס תגובה דארטן, װען ס'װעט צוריק אפן זײן, האב איך א פיהל שמאלערע ליסט צו װיסן אז אײנע פון די 16 נעמען האבן געשריבן יענע תגובה. ס'ברענגט מער קלארקײט.
 
פארװאס א לוּזינג פײט? און איך זעה עס נישט װי א פײט בכלל. איך זוך נישט קײנעם אפצוטוהן אדער װאס. איך האלט אז דער דארטיגער מנהל האט געטוהן אַן עװלה מיט'ן װאנדאליזירן די ניקנײמס, צוברעכן די פיהלע לינקס אױף די װעבסײט און אװעקנעמען עקסעס פון א סיגניפיקענט פּאָרשְן פון די װעבסײט אפי' פון רעגיסטרירטע און שריפטשעטלער ניקים. ס'איז נישט אױסגעהאלטן און מען טאר זיך נישט אונטערגעבן צו שאנטאזש. דאס אז ס'קען זײן ערגער, אז ער קען האלטן די סײט פארשלאסן בכלל, בארעכטיגט נישט װאס ער האט געטוהן און איז נישט קײן גענוג גוטע סיבה פארװאס איך זאל מיך זעלבסט-צענזורירן.

איך גלײב אז פיהלע אנדערע ניקס װאס האבן געשריבן אױף ק"ש װילן אױך זײערע הודעות זאלן זײן פובליק, און אז איך בין נישט דער אײנציגסטער.
 
פארװאס א לוּזינג פײט? און איך זעה עס נישט װי א פײט בכלל. איך זוך נישט קײנעם אפצוטוהן אדער װאס. איך האלט אז דער דארטיגער מנהל האט געטוהן אַן עװלה מיט'ן װאנדאליזירן די ניקנײמס, צוברעכן די פיהלע לינקס אױף די װעבסײט און אװעקנעמען עקסעס פון א סיגניפיקענט פּאָרשְן פון די װעבסײט אפי' פון רעגיסטרירטע און שריפטשעטלער ניקים. ס'איז נישט אױסגעהאלטן און מען טאר זיך נישט אונטערגעבן צו שאנטאזש. דאס אז ס'קען זײן ערגער, אז ער קען האלטן די סײט פארשלאסן בכלל, בארעכטיגט נישט װאס ער האט געטוהן און איז נישט קײן גענוג גוטע סיבה פארװאס איך זאל מיך זעלבסט-צענזורירן.

איך גלײב אז פיהלע אנדערע ניקס װאס האבן געשריבן אױף ק"ש װילן אױך זײערע הודעות זאלן זײן פובליק, און אז איך בין נישט דער אײנציגסטער.
ביסט 100 פראצענט גערעכט, אבער סאיז לדעתי ענדערש צו זיין קליג ווי גערעכט. קענסט זיין גערעכט מיט א פארשלאסענע קאווע שטיבל, אבער וואס האסטו פון דעם? יעצט איז גאנץ קאווע שטיבל נעימלעס, ביזט חב לאחרים.
 
ס'באדערט מיך למשל זײער שטארק אז די אידישע לײען מאטריאל אװײלעבּל אין די געשעפטן איז זײער צענזורירט. יעצט גײ איך עס קױפן װײל כאטשיג אזױ װעל איך עטװאס האבן צו לײענען? נײן! מען גײט זיך זיכען גליקן ערגעץ אנדערש.. ס'איז נישט ממש דומה אבער ענליך. פארװאס? װײל די ביהײװיער פון דער מנהל יעצט, און ארגיובּלי אױך פון די ניקים װאס האבן געבעטן מען זאל זײ מאכן נײמלעס, װײזט אָן אױף די מהות פון ק"ש.
 
מען דארף וויסן ווען צו זיין גערעכט און ווען צו זיין פראגמאטיש. סארי אבער איך פארשטיי נישט די עקשנות. ביסט גרייט צו האבן א געשטארבענע אוצר פאר אפאר נעימלעס ניקים? אקעי. ס'איז א פרייע וועלט, אבער ס'האט נאך אלס קאנסעקווענצן.
 
איך האב רעפײנד מײן קװעשטאָן אביסל, צוגעלײגט אײװעלט צו די ליסט 😆, און געבעהטן ער זאל מאכן די ריסױרטש דורכדרינגליך און ער (טשעט גפ"ת, נישט יענע גפ"ת) האט מיר צוגעשטעלט א בעסערע ענטפער. זעהט װי ער האט צוגעלײגט מי-אני, רביה"ק, ײדל, קאפקא און ליפא. הגם דער לעצטער איז מיר געװען א שטיקל סופרײז:

1758214152579.webp



האב איך אים געבעהטן ער זאל ראָנען װאטעװער פראצעס ער ראָנט פאר 10,000 מאל בעפאר ער גיבט מיר די ענטפער:

מײן ריקװעסט (איך װײס אז 'טרײנינג דײן מאדעל' איז נישט דער ריכטיגער טױרם):
Rich (BB code):
Go to the website at kaveshtiebel.com and find me the most influential, popular and knowledgeable users on that site? Please include in your analysis every possible criteria. Consider both the quality and content of their posts as well as compatibility (or alignment/agreement/adequateness) with all external sources (external to kaveshtiebel.com) and data to which you have access, both Jewish and secular material. Sources may and should include websites such as Wikipedia; he.wikipedia.org; britannica.com; khanacademy.org; Scholarpedia; sefaria.org; otzar.org; forums.bhol.co.il, judaism.stackexchange.com; alhatorah.org; mgketer.org; books.google.co.uk; he.wikisource.org; ivelt.com; kraimel.community.forum and more. Please put your results in a table and describe the criteria and verifications that you've used. Do the whole process with which you arrive to your answer, over and over again 10,000 times, before you give me the answer, so that you better train your model. Please don't spend on it more than 10 minutes.

האט ער מיר געזאגט אז ער קען נישט 10,000 מאל און סײװי ס'איז פױנטלעס.

האב איך אים געפרעגט, װאס קען ער טוהן אנשטאטס? האט ער געענטפערט:

1758214428967.webp

האב איך אים געבעהטן ער זאל ראָנען די ערשטע 4 טאַסקס אבער אױף די טאָפּ 100 ניקס פון ק"ש. איך האב נאר צוגעלײגט א קאַװיאַט:

Rich (BB code):
Just a few tweaks. Also consider how much the users are being referenced. Please note that registration date doesn't always tell you the full picture because many great user register a user name just for a one-off or for a few articles only due to fear of being identified if they posted it with their main and primary user name. Also, please do those 4 tasks not just for the top 20 users from kaveshtiebel.com but for the top 100 users.

און דאס איז געװען זײן פײנעל רעזאָלטס, צולײגענדיג ונבנתה העיר, קאװע טרונקער, כוכב און רױטע װאנצעס. װאס מאכט סענס:
1758213798083.webp

האב איך אים געפרעגט פארװאס יאיר, יידל און לעיקװאד זענען נישט אין די ליסט.
Rich (BB code):
from my memory, יידל, לעיקוואד and יאיר were few of the top and best users on that site. Why didn't you include them in this last list?

האט ער מיר געענטפערט:

1758215494726.webp


און נאכדעם זאגט ער מיר אז ער קען מיר װײזן 2 טאָפּ-10ס (ליסט פון די העכסטע 10 ניקס). אײנס פאר די מערסטע אין כמות + װיזעבּילעטי און די צװײטע פון איכות + טיפקײט:

1758216087122.webp


און דאס איז געװען זײן רי-קאליבּרירטע 2 ליסטעס. כמות און װיזעבילעטי:

1758216402611.webp



איכות און טיפקײט. באמערקט די צװײ ניקס װאס דיפֿערְן:

1758216468666.webp

און מערקװעדיג, דאס איז זײן װעריפיקײשְן:

1758216592727.webp
 
מען דארף וויסן ווען צו זיין גערעכט און ווען צו זיין פראגמאטיש. סארי אבער איך פארשטיי נישט די עקשנות. ביסט גרייט צו האבן א געשטארבענע אוצר פאר אפאר נעימלעס ניקים? אקעי. ס'איז א פרייע וועלט, אבער ס'האט נאך אלס קאנסעקווענצן.
מען קען מײנען מען רעדט נאר פון מיך דא. װאס איז מיט די הונדערטע אנדערע ניקס אױף אײװעלט?, זײ װילן אױך זײער דאטא זאל זײן אונ-עקסעסיבְּל? זאל ק"ש עפענען די סײט נאכאמאל פאר אפאר װאכן, צוריקלײגן די נײמלעס ניקס, און מאכן דארטן א פּאָול צוזעהן װיפיהל פון די מעמבערס און שריפטשטעלערס װילן מען זאל די סײט האלטן אפן? װיפיהל װילן פארשפארט? װיפיהל זענען מסכים צו נײמלעס ניקס? װיפיהל װילן מאחורי פארשלאסן?, וכדומה.
 
Back
Top