וואס מיינט די הייליגע טעג פאר דיר?

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
1,721
רעאקציע ראטע
6,085
פונקטן
943
מען גייט דעם מוצ''ש אריין אין די ימי הרחמים והסליחות, וואס מיינט עס פאר דיר?

איך האב זייער אסאך געהערט פון מענטשן אין מיין יארגאנג אז פאר זיי איז עס א טראומאטישע תקופה, זיך דערמאנענדיג ווי זייערע עלטערן האבן זיי טראומאטאזירט אין די טעג.

אנדערע זאגן אז עס איז א ציטער, מען זעהט וואספארא יאר זיי זענען אדורך און האפן אז די קומענדיגע יאר וועט זיין בעסער און דאס וועט זיך ווענדן ווי אזוי ער וועט אפרעכטן די קומענדיגע 10-20 טעג, ממילא מאכט עס זיי אנגעצויגן.

אנדערע זאגן גארנישט און זיי האבן נישט קיין שום טראדיציאנאלע געפיהלן אין די טעג. עס איז א אידישער יו''ט גארנישט אנדערש ווי אנדערע אידישע ימים טובים, וכן הלאה.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון אייך קרעמלער חברים וואס טוהט מיט ענק די קומענדיגע 10-20 טעג.

נאך שבת (מוצ''ש זונטאג אי''ה) וועל איך ארויסשטעלן דא מיין הרגשה און ווי אויך מיין בליק.

ביני לבינע, לאמיר הערן פון אייך, קומט אריין דערמיט און מיר וועלן עס אי''ה אבזערווירן מיט אייך צוזאמען נאך שב''ק.
 
די מערסטע פיהלינג , אין די טעג , איז אזוי ווי א ריסעט , איבער די יאהר , דרייען זיך ,אדורך טאג און נאכט , וואכן און חדשים , וואס ווערן ארבע תקופות השנה, און מען איז שוין דא נאכאמאהל , א יאהר האט זיך גידרייט , און וואס טהו איך דא ,די מחשבה מאהנט עפעס א גאול , א תכלית , א תועלת , צו וואס וויל איך אהנקומען , און צו קומט מען טאקע אהן ערגעץ ? אדער איז אלעס א דמיון , אפשר בין איך אליין ,אויך א דמיון.
בין איך דאך אבער דא , כעת , און מען איז , מיט א לב מלא קוועסטשנס , ענד נאו, פאזיטיוו ענסערס, הייבט מען אהן חוזר ושונה , עס איז דאך אינו דומה שונה פרקו מאה , לשונה פרקו מאה ואחד, מיט יעדעס מאהל ,- מיט יעדע ריסעט- ווערט דערגרייכט עפעס אן אימפראוומענט , צו בין אדם למקום , בין אדם לחבירו , אדער בין איש לאשתו , ולבניו ולבנותיו , יו נעווער סטאפ לערנינג , און אזוי גייט פארביי נאך א יאהר לטובה ולברכה
 
זייער שווערע געפילן
ציטער, טראמא, פארלוירן און צומישט.
איך דארף מיך נאך צוזאמעננעמען עס אויסצושרייבן קלאר

קורץ גערעדט
עס איז פעינפול
 
איך, פונקט ווי פיל אנדערע, בין אויפגעוואקסן אז די טעג דארף מען ציטערן זיין ערנסט וכו' וכו'. למעשה איך שפיר אז איך האב מיר באוויזן ארויסצוזעהן פון די טראמא. כהיום זעה איך די טעג אלס זייער געשמאק און ספיריטואל, א צייט פון סעלף ריפלעקשן און באגעגענען מיט זיך אליינס. די עמאציאנאלע תפילות, די פיוטים... לדעתי, קען מען דאס אנקוקען זייער פאזיטיוו.
 
איך בין באמת פרייליך פאר דיר!!
 
איך האב נישט קיין געפיל פאר דעם, פלעין און סימפל

ליידער ארויף, ליידער אראפ, דאס איז די מציאות. איך האב נישט קיין טראמא ווייל אונז פלעגן דאווענען און גאנץ א געשמאקע שול, אבער מיט מיין היינטיגע אידישקייט פארמאגן די הייליגע טעג מער נישט קיין פלאץ אין הארץ. ליידער.
 
אז מען רעדט שוין יא , וואס איז יא דא עראונד, וואס עס,קען טרעפן פלאץ אין הארץ ?
ער האט שוין גיזאגט ,- אגור בן יקתאל- בקשתי את שאהבה נפשי ולא מצאתי , זעמער אלע אין דעם זעלבן קאנאנדרום , אז מען טרעפט נישט את שאהבה, טרעפט מען זיך אין אפאטהי , און מעלאנכאליע ,דארף מען זיך אהנבארגן און מאכן עפעס א דבר ,פאר וויכטיג , צו קענען אהנגיין -אפשר , אהבתי כי ישמע ה׳ ווי זיין טאטע זאגט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מען גייט דעם מוצ''ש אריין אין די ימי הרחמים והסליחות, וואס מיינט עס פאר דיר.
איז אזוי, איך ארבעט אויף די שעה, סא ראש השנה אין יום כיפור איז א נעט לאסט פאר מיר, אין ווען איך שריי מי ייעשר ווער איך ארימער אין ריעל טיים,
סוכות אן די אדער הענד, צאלט מיין בעה"ב פארן וואך, סא ס'איז א שיינע וויקעישען, אין איך קען קוים ווארטן דערויף.
 
מען גייט דעם מוצ''ש אריין אין די ימי הרחמים והסליחות, וואס מיינט עס פאר דיר.

איך האב זייער אסאך געהערט פון מענטשען אין מיין יאר גאנג אז פאר זיי איז עס א טראמאטישער תקופה זיך דערמאנענדיג ווי זייערע עלטערן האבן זיי טראמאטאזירט אין די טעג.

אנדערע זאגן אז עס איז א ציטער מען זעהט וואספארא יאר זיי זענען אדורך און האפן אז די קומענדיגע יאר וועט זיין בעסער און דאס וועט זיך ווענדן ווי אזוי ער וועט אפרעכטן די קומענדיגע 10-20 טעג. ממילא מאכט עס זיי אנגעצויגן.

אנדערע זאגן גארנישט און זיי האבן נישט קיין שום טראדיציאנעלער געפיהלן אין די טעג. עס איז א יידישער יו''ט גארנישט ווי אנדערע אידישע ימים טובים ובכן הלאה.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון אייך קרעמלער חברים וואס טוהט מיט ענק די קומענדיגע 10-20 טעג.

נאך שבת (מוצ''ש זונטאג אי''ה) וועל איך ארויס שטעלן דא מיין הרגשה און ווי אויך מיין בליק.

בינו לבינו, לאמיר הערן פון אייך קומט אריין דערמיט און מיר וועלן עס אי''ה אבזערווירן מיט אייך צוזאמען נאך שב''ק.
@הק' לייביש שרייבער
מיר ווארטן צו הערן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך בין דזשעליס פון דיר אז it didn't kick in yet ביי דיר
איך בין נישט קאנווינסד אז דו ביסט גערעכט. איך וואלט ווען יא זייער געוואלט עס זאל אריין קיקען. על דא עקא. איך בין אויסגעלאשען. אבער איך בין נישט באזארגט עס וועט מיר נאך כאפן אבער נאך וויי.
 
סטאק, גארנישט בעסער פון פאראיאר, אדער פון נעכטן, איך האב מורא פון ראש השנה, אבער איך קען נישט ווערן בעסער, איך פאל צוריק.
שבע יפול צדיק וקם , יעדע פאל איז א טשענס נאכאמאהל זיך אויפצוהייבן , די גאנצע בריאה גייט אזוי טאג נאכט און נאכאמאהל טאג , ווען עס וועט עווענטועל זיין אמאהל (ףהו נאוס ווען) ומלאה הארץ דעה - זאגט ער צו - כמים לים מכסים - אזוי ווי די גלי הים וואס קומט מיט עבב און פלאו, עס קען נישט זיין סטעגנענט, פארגליווערט ווי שטיין, נאר יהמיון כהמון גליו, מען ווען מען איז דאון, שטרעבט מען צוריק ארויף, איז יעדער ירידה לצורך עליה
עס איז אינטערעסאנט ווי אזוי רבי צדוק הכהן מלובלין איז מגדיר דעם מהלך החיים (אזוי זעהט אויס) אז אלע מעשים פון א מענטש סיי ברוחניות סיי בגשמיות איז טאטאל קאנטראלט פון א געטליכען כח , און וואס מען ערווארטעט פון די מענטש איז צו רעקאגנייזן היס פאולטס, און זיך זיכען ארויס צוהייבן און צוריק צוקומען, און זה גופא איז די גאול, נישט דוקא צובלייבן דארט שטענדיג, נאר אלץ האלטן ביי די התחלה, קום בתולת ישראל.
 
אט האסטו מיינע געפילן:

  • איבער א וואך פון סליחות געזאגעכטצער - זיכער מאכן אז ג-ט האט מיט אונז נישט קיין וועג ארויס
  • א נייע מעסער זיך פארשאפט - שניידן זאל עס חותך'ן א גוט יאר
  • די עפל, מילגרוים, טייטלען, פיש קעפ, האניג, און באנאנע גרייט - דערוואגן זאלן די מלאכים זיך אנקעגנצושטעלן..
  • כרתי, סילקא, תעלא בעידניה, הוצא ודפנא, וכל חניכא - נאך א ירושלימ'ער מסורה פונעם בבלי'שן גמרא..
  • פון איין ווארט 'תרועה' - ארויס בלאזן 100 מאל, מיט אן עקסטערע דרייסיג פאר וועמען דער בעל תוקע'ס 'נשימה' איז נישט גענוג בריסק'יש
  • א באנוס צוויי שעה'דיגע ערב ראש השנה'דיגע סליחות - וואו כ'טרעף מיר זוכן די 'ציון' שטיקלעך אינמיטן מרוב אורכם.. והיון מבין..
  • לשנה טובה קארטלעך אנגרייטן, ארומגיין וואנזיניג צו אלע פיפטע קאזינעס און עלטער באבעס נאכן דאווענען פארן סעודה - אין קעיס דאס איז די 'פעסווארד' צו אויפשליסן אלע זייערע זכותים
  • חס ושלום נישט אריינשלאפן אינעם 'מזל' - אין פאל מ'דארף דיר וויכטיג on duty..
  • סטראשענען דעם באשעפער מיט אן 8 שעה'דיגן דאווענען - שוין באלד בגדר אבסעסיע
  • זויערע זאכן - קען אונז חלילה פארזויערן דאס יאר, און 'אגוזים' קענען אונז דאס אנ'חטא'ן נישט אום שבת גערעדט.
  • פת פלטר - פאר וועמען התאחדות האט דאס נאכנישט גע'אסר'ט - יעצט א צייט זיך מיט צו כאפן
  • שיעור נישט פארגעסן די 10 קאפיטלעך תהלים יעדן טאג, די רינדעכיגע חלות, און די געקעסטעלטע לאקשן - אלעס בלויז צו 'מרמז' זיין 'כפר', אדער גאר וועגן מלכות, אדער וועגן עפעס אנדערש.. איר זאלט מיר מוחל זיין אויב איך בין שוין צומישט ביי דעם פונקט..
און פאר די טשערי אן די פיי, גייט מען צום טייך, צו די פיש, און מ'געבט זיי איבער אלע לעצט-פארבליבענע עבירות, נא פוי. די עיקר אז מ'פארשאטענט דעם שכנ'ס מחזור ווען ער פלאגט זיך צו כאפן דאס ביסל לעכטיגקייט מיט די פיצענלקע אותיות דארט..

אבער ס'איז נישט געענדיגט בכלל.. נאכער קומט יום כיפור אויפן רייע:

  • כפרות שלאגן - למען השם, וועלכע עבירות האט מען אנגעיאגט צו טון זינט דעם תשליך 6 און אהאלב טאג פריער? קען זיין זיי זענען אליין נישט איבערצייגט אז דאס ארבייט?! טא, וואס וועט א דרכי אמורי'דיגע מנהג ארויסהעלפן? מיינסט ס'איז בלויז אויפן ספק אז יעזול איז יא בעל הבית??
  • מלקות וואס טוט נישט וויי
  • צדקה פישקעס וואס קומט אלע אן צום גבאי אין השבת אבידה שטיבל
  • פיש פארן סעודה ווען די אפעטיט ליגט ווייסעכוואו
  • איבערבעטן - אדער בעסער געזאגט זיכער מאכן אז יענער איז טאקע געווארן געטשעפעט
  • געזונט לעכט
  • פאסטן ווי מלאכים
  • קיטלעך ווי גלחים
  • וידוי 10 מאל, אומצאליגע על חטא'ס - ניטאמאל דערמאנענדיג טעכנעלאגיע, מ'דארף זיך נישט זארגן?!
  • אויב א מקרה לילה, דארף מען זיכער מאכן אויסצולעבן דעם יאר - דאן מיינט עס כאטש עפעס גוטס
  • וויינען ביי אחרי מות שני בני
  • און גיין אין שול אנע סליפערס - למחמירים בלבד..

אויב זענען די פסח חומרות אין די גדר פון OCD, דאן וואס זענען די אויבנדערמאנטע? ס'שיינט ווי נישט בלויז זענען מיר נישט זיכער צו ג-ט וויל אונז בענטשן אדער... נאר ער האט גאר אליין BPD וואס מיר דארפן באפרידיגן מיט יעדע מעגליכע מיטל..

**********

והאמת אגיד, ס'האט געפלאצט ביין ערב ראש השנה'דיגן סליחות דאס יאר.. וויפיל איז די שיעור צו זאגן? גייט טאקע די פערטע ה' ה' אויסמאכן מער ווי די צווייטע - אויב איז ער אזא רחום וחנון ווי עס לויטערט? בקיצור, קיין סענס מאכט עס נישט, קיין איבעריגע כח האב איך נישט, אנגעצויגענקייטן האב איך אייגענע אויב ס'פעלט אויס.

צו וואס??

**********

און דא קומט די קנייטש.

אונטער די אלע ריטואלן און ענדלאזע רמזים וחרזים ליגט למעשה א בונד צווישן מיר און אלעס וואס איז ביי מיר טייער. עס רעפרעזענטירט די משפחה, די קהילה, די יוגנט לוסט, די אינערליכע איננאסענס, די פרייליכע, ראמאנטישע, אנגעצויגענע, און ספיריטואלע מאמענטן אויף וואס מיר זענען אויפגעוואקסן. דא ליגט דעם סאמע 'מיך' וויאזוי נאר איך קען איר. אפהאקן דערפון איז נישט בלויז אנטדעקן 'אינדיפענדענס' אדער פרייהייט, נאר עס איז זאגאר אפשניידן א טייל פון מיר אליין..

יא, ס'איז געשמאק צו גיין אויף אייגענע וועגן, אויפברעכן די ערד אויף וועלכע מ'שטייט, אויסמעקן די פענע וואס האט דיר פארגעשריבן, אויסלאכן מאמענטן פון וועלכע מ'קוקט זיך אן מער ערוואקסן.

ס'וועט אבער נישט העלפן, און ס'וועט קיין רואיגקייט נישט ברענגען. די חלקים וואס דו זוכסט אפצושיילן זענען נישט בלויזע שאלאכטס נאר גאר הויט אליין, די זאכן מיט וואס דו שעמסט זיך זענען נישט קיין צווייטנס ס'זענען דיינע. קוק זיי אין שפיגל, מאך שלום מיט זיי, נעם זיי אריין, ערצוה זיי צו דיין ערוואקסענע/אומאפהענגיקע שטאנד. אזוי, אפשר, וועט דיר גוט און זיס ווערן.

תשליך מיט די האניג, סליחות מיט די כפרות, געזונט לעכט און די פיש קעפ, ס'איז אלעס נאר מאדנע ווען מ'קוקט פון אינדרויסן אריין, ווען זיי זענען ליידיגע סימבאלן, אבער נישט איינמאל מ'פילט זיי אן מיט געפיל און אינערליכע ראמאנץ!

שובה ישראל עד ה' אלוקיך - פון איין זייט ג-ט, אבער פון אנדערן זייט דיינע!
 
גענומען פון אייוועלט
איינער וואס האט א סמארטפאון - וואס טוט ער אויף ראש השנה?! - אידישע וועלט פארומס
Screenshot_20250922_103724_Chrome.webp
 
די לייק וואס כ'האב געגעבן איז געווען צי מאכן פשרה צוווישן דאס 😍 דאס 🤣 אין דאס ❤️.

ס'גייט גדאד צום פרינט.
 
דעם אשכול איז צום באלעקן.. @מרחשוןמלוה מלכה לייוו אויף אייוועלט..

איין מזל אז מ'האמיר עזרא הסופר אויף team WhatsApp... די דילעמע איז נאר אז אונזערע רבי'ס און זיידעס האבן פארשטאנען אנדערש ווי אים, אלא מאי מוז מען זאגן אז נ"ך כפשוטו איז טריפה..
 
הא הא גענאגעלט דעם גאנצן אשכול אין אין תגובה
 
Back
Top